שנונות ומשונות - לבית בריסק
[center]52.[/center]
עס איז באקאנט די מעשה מיטן נצי"ב, וואס האט זיך ספעציעל געפרייט ביים ארויסגעבן זיינע ספרים, זאגנדיג אז אלס קינד איז ער געווען זייער ווילד אזש זיינע עלטערן האבן געשמועסט צווישן זיך אז מ'וועט אים מוזן אריינגעבן צו א שוסטער ער זאל זיך דערלערנען א פאך, וויבאלד ער לערנט סייווי נישט. דער נצי"ב האט דאס געהערט און האט מבטיח געווען זיינע עלטערן אז ער וועט זיך פארבעסערן אין לערנען, און פון דעם איז ער אויסגעשטיגן דער נצי"ב. האט ער אויסגעפירט, אז שטעל דיך פאר איך הער ווען נישט אונטער מיינע עלטערנס שמועס איבער מיין צוקונפט, און כ'וואלט געווארן א פשוטע שוסטער, אן ערליכער יר"ש ותמים, וואלט איך ארויפגעקומען אין עולם העליון נאכן 120, און מ'וואלט מיר באפאלן אין בי"ד של מעלה: שוסטער, וואו זענען אייערע ספרים?! און כ'וואלט ניטאמאל געוואוסט וואס זיי ווילן פון מיר, און דערפאר פריי איך מיך מיטן ארויסגעבן מיינע ספרים.
דערציילט מען, אז רבי אברהם יהושע סאלאווייטשיק האט זיך אמאל אויסגעדריקט, אז צומאל ארבעט עס פארקערט אויך. ס'דא אמאל א איד וואס הייבט נישט אן צו קענען לערנען, און ער איז א 'מחבר ספרים'. ווען ער וועט ארויפקומען אין בי"ד של מעלה, וועלן זיי אים פרעגן: רבי איד, וואו איז דיין שיך?!...

- ירח בן יומו
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
- האט שוין געלייקט: 834 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל
מ'דערציילט אויף רבי חיים בריסקער, אז ווען איינער האט געוואלט קומען לערנען ביי אים אין ישיבה, האט ער יענעם געפרעגט די פאלגענדע שאלה, וועלנדיג זען צו יענער איז א כלי קיבול וואס איז ראוי לעבור על מפתן בית מדרשו:
חז"ל זאגן אז א מענטש קען נישט לעבן אן עסן דריי טעג און א ציה, און אן שלאפן דריי טעג אין א ציה. וואס טוט מען אויב א מענטש האלט יעצט א מינוט פאר ס'גייט זיך ענדיגן דריי טעג, וואס ער האט נישט געגעסן און נישט געשלאפן. ער האט יעצט נאר צייט אדער צו עסן אדער צו שלאפן, ביידע קען ער שוין נישט אספיען. אויב שלאפט ער, קומט אויס אז ער האט געהונגערט מער פון דריי טעג און ער גייט שטארבן, אויב עסט ער האט ער נישט געשלאפן פאר גאנצע דריי טעג און ער גייט ווייטער שטארבן.
וואס זאל דער מענטש טון צו בלייבן לעבן?!
אדנירם האט געשריבן:יעצט נאכן טראכטן, הערטס די ענטפער:
די גאנצע שאלה איז אוממעגליך במציאות. אויב האלט ער יעצט א מינוט פאר ס'ענדיגט זיך דריי טעג אן עסן און שלאפן, פרעגט זיך די פראגע: וואס האט ער געטון א מינוט פאר די דריי טעג האבן זיך אנגעהויבן? אויב האט ער דעמאלס נישט געגעסן און נישט געשלאפן, דאן איז שוין יעצט אדורך 'גאנצע' דריי טעג, און ס'שוין נישט מעגליך ער זאל בלייבן לעבן. אויב האט ער דעמאלס געגעסן, איז שוין אדורך דריי גאנצע מעת לעת אן שלאפן. און הוא הדין אויב האט ער דעמאלס געשלאפן, איז שוין אדורך דריי טעג אן עסן. בין כך ובין כך קען ער במציאות שוין נישט לעבן.
קומט אויס, אז די גאנצע 'שאלה' הייבט זיך בכלל נישט אן...
[center]***[/center]
דאס האט אויך א באזונדערע חשבון אין בריסק, וויבאלד די מעשה/חקירה דארף צו אנווייזן אויף איינע פון די בריסקע יסודות, אז צומאל אריינקלערנדיג אין קשיות וואס ווערן נולד אין די סוגיא אדער רמב"ם, דארף מען נאכגיין די יסוד הקושיא און צומאל זעט מען אז 'קשיא מעיקרא ליתא'.
[tag]שש[/tag],וואו איז די חז"ל אז מ'קען נישט לעבען אן דריי טעג עסן, ביי מיר שטייט זיבן טעג.
אדנירם האט געשריבן:[center]52.[/center]
עס איז באקאנט די מעשה מיטן נצי"ב, וואס האט זיך ספעציעל געפרייט ביים ארויסגעבן זיינע ספרים, זאגנדיג אז אלס קינד איז ער געווען זייער ווילד אזש זיינע עלטערן האבן געשמועסט צווישן זיך אז מ'וועט אים מוזן אריינגעבן צו א שוסטער ער זאל זיך דערלערנען א פאך, וויבאלד ער לערנט סייווי נישט. דער נצי"ב האט דאס געהערט און האט מבטיח געווען זיינע עלטערן אז ער וועט זיך פארבעסערן אין לערנען, און פון דעם איז ער אויסגעשטיגן דער נצי"ב. האט ער אויסגעפירט, אז שטעל דיך פאר איך הער ווען נישט אונטער מיינע עלטערנס שמועס איבער מיין צוקונפט, און כ'וואלט געווארן א פשוטע שוסטער, אן ערליכער יר"ש ותמים, וואלט איך ארויפגעקומען אין עולם העליון נאכן 120, און מ'וואלט מיר באפאלן אין בי"ד של מעלה: שוסטער, וואו זענען אייערע ספרים?! און כ'וואלט ניטאמאל געוואוסט וואס זיי ווילן פון מיר, און דערפאר פריי איך מיך מיטן ארויסגעבן מיינע ספרים.
דערציילט מען, אז רבי אברהם יהושע סאלאווייטשיק האט זיך אמאל אויסגעדריקט, אז צומאל ארבעט עס פארקערט אויך. ס'דא אמאל א איד וואס הייבט נישט אן צו קענען לערנען, און ער איז א 'מחבר ספרים'. ווען ער וועט ארויפקומען אין בי"ד של מעלה, וועלן זיי אים פרעגן: רבי איד, וואו איז דיין שיך?!...
ואכן נאים הדברים למי שאמרם...
[center]53.[/center]
דער בריסקער רב איז אמאל געווען ביי א סעודת ברית צוזאמען מיטן מירער ראש ישיבה, הגאון רבי אליעזר יהודה פינקל זצ"ל. האט הגרא"י זיך אויסגעדרוקט: 'אה, אזא ברית! מיט אזעלכע געסט!'. האט אים דער בריסקער רב פארציילט די באקאנטע אלט-אידישע ווערטל, אז א שנארער האט זיך אמאל בארימט צו זיין חבר, אז ווען ער וואלט געהאט אזויפיל געלט ווי ראטשילד, וואלט ער ווען געווען נאך רייכער פון ראטשילד זעלבסט! זיין חבר האט אים געפרעגט וויאזוי ס'קען זיין אזא מציאות, האט ער יענעם געענטפערט אז ער וואלט נאך געמאכט אפאר איבריגע דאלער פון שנארן...
האט דער בריסקער רב אויסגעפירט: דא אויך, איז א סעודת ברית גענוג חשוב פאר זיך, און מ'דארף קיין חשוב'ע אנוועזנדע משתתפים נישט דערמאנען...
[קרעדיט: [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag]].

[center]54.[/center]
א חוץ לארץ'דיגער איד איז אמאל אנגעקומען קיין ארץ ישראל. הערנדיג אז די צוויי גרעסטע גדולי ישראל געפונען זיך דארט, דער בריסקער רב אין ירושלים און דער חזו"א אין ב"ב, האט ער מחליט געווען אז ער וועט אריינגיין צו זיין אין שטוב כדי צו קענען מאכן די ברכה 'שחלק מחכמתו ליראיו'.
אומר ועושה, ער קומט אריין צום בריסקער רב אין שטוב, און מאכט א ברכה 'שחלק' מיטן גאנצן תמימות'דיגן ערנסטקייט. דער רב איז דערציטערט געווארן, 'מהיכי תיתי אז איך בין בגדר יראיו, מהיכי תיתי אז ס'איז דא חכמה', און ער זאגט צום איד: 'נו, ברכה לבטלה'!
דער איד איז שפעטער אנגעקומען קיין ב"ב, וואו ער איז אריין אין שטוב פון חזו"א און ווידעראמאל געמאכט א ברכה 'שחלק'. דער חזו"א האט געענטפערט אמן. נאכדעם וואס דער איד האט אפגעאטעמט, האט אים דער חזו"א מעיר געווען שטילערהייט, אז די הלכה איז אז אפילו אויב איינער מאכט בטעות א ברכה לבטלה, מעג מען ענטפערן 'אמן'...
אמרו המושלים, אז דאס איז דער חילוק צווישן דעם בריסקער רב'ס מהות, און דער חזו"א'ס מהות!

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: שנונות ומשונות - לבית בריסק
יבמות קכא:, קוק דארט די קשיא און די תירוץ, וועסטו שוין אלס וויסען
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
אז מ'שטארבט נאכן נישט עסן/שלאפן דריי טעג מיינט דאס נישט אז ביז א מינוט בעפאר איז מען געזונט אז מ'זאל האבן כח און דעת צו שפעקולירן צו מ'זאל עסן אדער שלאפן. ס'קוקט אויס אז אין בריסק האט מען אנגענומען אז ביים סוף פון די דריי טעג פאלט פלוצים אראפ פון הימל אזא חלות/חפצא פון שטארבעניש.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
[center]55.[/center]
א איד איז אמאל אריינגעקומען צום בית הלוי בעפאר פסח מיט א שאלה, אויב מ'קען יוצא זיין די ד' כוסות מיט מילך אנשטאט וויין. רבי יאשע בער האט גע'פסק'נט אז בשעת הדחק קען מען יוצא זיין דערמיט. אויפן וועג ארויס, נעמט דער בית הלוי ארויס אפאר רובל פון טאש, און געבט דאס פארן איד וואונטשנדיג א כשר'ן פסח.
צום פארוואונדערונג פון די אנוועזנדע, פארוואס ער האט אים געגעבן אזויפיל געלט ווען יענער האט נישט געבעטן דערפאר, און אפילו אויב וואלט ער אים געוואלט געבן געלט פאר וויין, פעלט נישט אויס צו געבן אזויפיל געלט, האט דער בית הלוי מסביר געווען: אז א איד קומט אריין מיט אזא געדאנק אין קאפ צו נוצן מילך פאר די ד' כוסות, מיינט עס דאך אז ביי שולחן עורך האט ער נישט אין פלאן צו עסן קיין פלייש, דאס מיינט אז ער האט נישט קיין פרוטה צו די נשמה פארן ליל הסדר, נו דערפאר האב איך אים געגעבן געלט - אויף איינצוקויפן אלע צרכי החג...!

[center]56.[/center]
רבי חיים דער רב'ס איז דאך געווען אביסל [מער פון אביסל] טשיקאוו, און ער האט קיינמאל נישט חתונה געהאט. איינמאל האט ער געמאכט א ווערטל, געבנדיג א ביאור פארוואס ער האלט נישט ביים חתונה האבן. זאגט ער, אז בעצם נעמט מען א פרוי, וואס טראכט און פירט זיך אנדערש ווי דיר, און דו ביזט דיך מתחייב א גאנצן לעבן צו וואוינען מיט איר. נו, פון וואנעט קען מען וויסן צו זי איז א גוטע פרוי אדער גאר א מרשעת?
א מיידל וואס האט נאך קיינמאל נישט חתונה געהאט, קען דאך זיין א מכשפה, גיי ווייס צו זי קען זיך פארטראגן מיט א מאן.
א גרושה, האט זיך דאך נישט פארטראגן מיט איר ערשטן מאן, אפשר קען זי זיך נישט פארטראגן מיט אנדערע.
אן אלמנה, וועט מעגליך צו שטארק ליב האבן איר ערשטע מאן, און זיך נישט פארטראגן מיט א נייער מאן.
בלייבט נאר איבער אן אשת איש. זי איז נישט צו שלעכט וויבאלד זי האט זיך נישט גע'גט, אויב זי וואלט גענומען א צווייטן איז דאך א סימן אז זי קען פארנעמען א צווייטער מאן. דאס וואלט געווען דער בעסטער אפציע, נו וואס זאל מען טון אז פונקט דאס האט די תורה גע'אסר'ט?!...
רבי חיים דער רב'ס איז דאך געווען אביסל [מער פון אביסל] טשיקאוו, און ער האט קיינמאל נישט חתונה געהאט. איינמאל האט ער געמאכט א ווערטל, געבנדיג א ביאור פארוואס ער האלט נישט ביים חתונה האבן. זאגט ער, אז בעצם נעמט מען א פרוי, וואס טראכט און פירט זיך אנדערש ווי דיר, און דו ביזט דיך מתחייב א גאנצן לעבן צו וואוינען מיט איר. נו, פון וואנעט קען מען וויסן צו זי איז א גוטע פרוי אדער גאר א מרשעת?
א מיידל וואס האט נאך קיינמאל נישט חתונה געהאט, קען דאך זיין א מכשפה, גיי ווייס צו זי קען זיך פארטראגן מיט א מאן.
א גרושה, האט זיך דאך נישט פארטראגן מיט איר ערשטן מאן, אפשר קען זי זיך נישט פארטראגן מיט אנדערע.
אן אלמנה, וועט מעגליך צו שטארק ליב האבן איר ערשטע מאן, און זיך נישט פארטראגן מיט א נייער מאן.
בלייבט נאר איבער אן אשת איש. זי איז נישט צו שלעכט וויבאלד זי האט זיך נישט גע'גט, אויב זי וואלט גענומען א צווייטן איז דאך א סימן אז זי קען פארנעמען א צווייטער מאן. דאס וואלט געווען דער בעסטער אפציע, נו וואס זאל מען טון אז פונקט דאס האט די תורה גע'אסר'ט?!...
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
איך האב פונקט נעכט'ן געזען. אינ'ם ספר 'אעלה בתמר' די מעשה'ס וואס הרב שטיינמאן האט פארציילט, שטייט אזא מעשה.
ר' שמחה זעליג ריגער, מו"צ אין בריסק, האט נישט מקבל געווען עדות פון חסידים מפני מעשה שהיה. איין מאל האבען צוויי חסידים מעיד געווען אויף איינעם אז ער האט מזנה געווען. צום סוף האט זיך אויסגעלאזט אז ס'איז א גענצליכע שקר, אן קיין שום מקור. ווען ער האט זיי אנגעפרעגט היתכן מ'טוט אזא מעשה, האבען זיי געענפערט "יענער האט גערעדט קעגען אונזער רבי, און ס'שטייט אין פסוק 'שלח ידיו בשלומיו חלל בריתו', הייסט'ס דער וואס שיקט א האנט אינ'ם צדיק האט מחלל געווען דער אות ברית קודש''.
פון דעמאלס האט ר' שמחה זעליג שוין נישט אנגענומען קיין עדות פון חסידים.
איך האב געדענקט אז ר' שמחה זעליג האט נישט גענומען קיין עדים חסידים זאגענדיג "א מענטש וואס ווייסט וואס איז אמת און וואס איז שקר, קען מען זיך פארלאזען אז ער וועט וויילען די אמת. אבער זיי ווייסען דאך ניט קיין חילוק, זיי מיינען אז ס'איז גאר אמת, ממילא קען מען זיי ניט טרויען".
ר' שמחה זעליג ריגער, מו"צ אין בריסק, האט נישט מקבל געווען עדות פון חסידים מפני מעשה שהיה. איין מאל האבען צוויי חסידים מעיד געווען אויף איינעם אז ער האט מזנה געווען. צום סוף האט זיך אויסגעלאזט אז ס'איז א גענצליכע שקר, אן קיין שום מקור. ווען ער האט זיי אנגעפרעגט היתכן מ'טוט אזא מעשה, האבען זיי געענפערט "יענער האט גערעדט קעגען אונזער רבי, און ס'שטייט אין פסוק 'שלח ידיו בשלומיו חלל בריתו', הייסט'ס דער וואס שיקט א האנט אינ'ם צדיק האט מחלל געווען דער אות ברית קודש''.
פון דעמאלס האט ר' שמחה זעליג שוין נישט אנגענומען קיין עדות פון חסידים.
איך האב געדענקט אז ר' שמחה זעליג האט נישט גענומען קיין עדים חסידים זאגענדיג "א מענטש וואס ווייסט וואס איז אמת און וואס איז שקר, קען מען זיך פארלאזען אז ער וועט וויילען די אמת. אבער זיי ווייסען דאך ניט קיין חילוק, זיי מיינען אז ס'איז גאר אמת, ממילא קען מען זיי ניט טרויען".
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
ר' שמחה זעליג איז געווען א גרויסער מקיל, היו אומרים, יעדע ספק איז אטאמאטיש א ספק ספיקא, ספק רש"ז וועט עס מתיר זיין...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
[center]59.[/center]
ווי באקאנט, זאגט רבי אברהם יהושע סאלאווייטשיק נישט קיין אייגענע חידושים ביים שיעור, נאר ער זאגט נאך פון טאטן רבי בערל און פון זיידן דער רב. האט מען אויף דעם געזאגט בבית מדרשו של רבי דוד סאלאווייטשיק, אז אין גמרא מגילה איז דא א מחלוקת אויב אחשורות מלך חכם היה אדער מלך טיפש היה. און לכאורה איז זייער שווער, וויאזוי קען זיין א מחלוקת קיצונית ווי דאס? אדער ממש א 'חכם' אדער גאר א 'טיפש'?!
נאר וואס דען, מוז מען זאגן אז אחשורוש האט נישט געזאגט קיין אייגנס, נאר ער האט כסדר נאכגעזאגט פון טאטן און זיידן - וואס זיי האבן טאקע געזאגט גוט. איז לויט איין מאן דאמר - מלך חכם היה, ווייל ער האט כסדר געזאגט גוטע זאכן, אבער לויטן צווייטן מאן דאמר - מלך טיפש היה, ווייל קיין אייגנס האט ער נישט געזאגט וויבאלד ער איז געווען א טיפש...

[center]60.[/center]
די בריסקע האבן דאך זייער שארפע בליציגע געדאנקנסנגאנג און וועג פון רעדן. דערציילט מיר מיין חבר, אז איינמאל איז רבי מאיר סאלאווייטשיק בן הגרי"ז אריינגעקומען צו א שמחה, און מיין חבר איז שנעל צוגעגאנגען און אים געבעטן א ברכה. רבי מאיר האט אים געענטפערט אויפן פלאץ - טיפיש נוסח בריסק: 'זיי געזונט'...!
'דאס' איז געווען די ברכה...

[center]61.[/center]
א איד איז אמאל אריינגעלאפן צו רבי חיים בריסקער מיט א געוויין, זאגנדיג אז ער וויל דער רב זאל מתפלל זיין אז זיין פערד זאל געזונט ווערן, ווייל דאס איז זיין פרנסה. האט אים רבי חיים צוריקגעענטפערט מיט א פראגע: 'וואס איז דער פערדס מאמעס נאמען?!'... [מיינענדיג צו זאגן, אז די ענין איז מתפלל צו זיין פאר פרנסה, נישט פארן פערד...].

[center]62.[/center]
דער הויפט רב פון אוקריינא, הרב בלייך, האט אמאל דערציילט מה דבדידיה הוה עובדא:
זייענדיג איינמאל ביים כותל, האט ער געזען רבי דוד סאלאווייטשיק [בן הגרי"ז] ווי ער שטייט אביסל פונדערווייטנס און וויל נישט צוגיין נענטער צום כותל. האט ער אים געפרעגט פארוואס ער וויל נישט אהינגיין, אבער ר"ד האט נישט געוואלט ענטפערן. האט ער אים געפרעגט אויב ס'איז צוליב'ן חשש אז ביים כותל איז שוין דא א קדושה און מ'טאר נישט אנרירן דעם כותל גופא, האט אים ר"ד געזאגט אז נישט, ווייל אי משום הא וואלט געווען גענוג צו שטיין א פיס אוועק פונעם כותל ממש, מ'דארף נישט שטיין אזוי ווייט.
האט ער אים געפרעגט וואס דען איז די סיבה, און נאכן פגע'נען גענוג לאנג האט אים רבי דוד געענטפערט ווי פאלגענד: דאס ערשטע מאל וואס איך בין אנגעקומען צום כותל, האב איך געשפירט א מורא'דיגע פחד צו שטיין אין אזא הייליגע ארט, מקום שלא זזה ממנו השכינה לעולם. ווען איך בין אנגעקומען צו אט דעם ארט וואו איך שטיי יעצט, האב איך געשפירט אזא פחד, אז כ'האב שוין נישט געקענט גיין נענטער. למעשה, היינט צוטאגס שפיר איך אז כ'וואלט יא געקענט גיין נענטער, אבער היות כ'האב דעמאלס געשפירט א פחד, קומט אויס אז ס'איז געווארן חלק פון 'מורא מקדש', און אויב אזוי טאר איך שוין נישט גיין נענטער צום כותל אלס חשש זלזול אין מורא מקדש...
דער הויפט רב פון אוקריינא, הרב בלייך, האט אמאל דערציילט מה דבדידיה הוה עובדא:
זייענדיג איינמאל ביים כותל, האט ער געזען רבי דוד סאלאווייטשיק [בן הגרי"ז] ווי ער שטייט אביסל פונדערווייטנס און וויל נישט צוגיין נענטער צום כותל. האט ער אים געפרעגט פארוואס ער וויל נישט אהינגיין, אבער ר"ד האט נישט געוואלט ענטפערן. האט ער אים געפרעגט אויב ס'איז צוליב'ן חשש אז ביים כותל איז שוין דא א קדושה און מ'טאר נישט אנרירן דעם כותל גופא, האט אים ר"ד געזאגט אז נישט, ווייל אי משום הא וואלט געווען גענוג צו שטיין א פיס אוועק פונעם כותל ממש, מ'דארף נישט שטיין אזוי ווייט.
האט ער אים געפרעגט וואס דען איז די סיבה, און נאכן פגע'נען גענוג לאנג האט אים רבי דוד געענטפערט ווי פאלגענד: דאס ערשטע מאל וואס איך בין אנגעקומען צום כותל, האב איך געשפירט א מורא'דיגע פחד צו שטיין אין אזא הייליגע ארט, מקום שלא זזה ממנו השכינה לעולם. ווען איך בין אנגעקומען צו אט דעם ארט וואו איך שטיי יעצט, האב איך געשפירט אזא פחד, אז כ'האב שוין נישט געקענט גיין נענטער. למעשה, היינט צוטאגס שפיר איך אז כ'וואלט יא געקענט גיין נענטער, אבער היות כ'האב דעמאלס געשפירט א פחד, קומט אויס אז ס'איז געווארן חלק פון 'מורא מקדש', און אויב אזוי טאר איך שוין נישט גיין נענטער צום כותל אלס חשש זלזול אין מורא מקדש...
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
אלס לוויים האבן זיי עפעס דאגות אז מען טאר נישט אוועקגיין אלס שמירת המקדש, ניין?
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
[center]63.[/center]
אין אייראפע, פלעגט דער בריסקער רב פארן צום קור ארט 'קרעניץ, וואו דער שפעטערדיגער ירושלימ'ער רב און פוסק הדור - הגאון בעל מנחת יצחק - פלעגט אויך צו קומען אויף אפרו.
דערציילט דער מנחת יצחק, אז אין יענע תקופה פלעגט דער בריסקער רב קוקן אין שפיגל יעדן טאג נאכן לייגן תפילין, זיכער צו מאכן אז ס'ליגט אויפן ריכטיגן ארט אויפן קאפ. איז געווען א חסיד שוטה וואס האט זיך גערעגט איבער דעם, האלטנדיג ווי דער צאנזער רב וואס שרייבט אין א תשובה [שו"ת דברי חיים ח"ב, או"ח סי' ו']: 'אם לראות במראה שהתפילין יהיו באמצע - הוא דברי בורות'. איז דער חסיד'ישער איד געגאנגען און צוגענומען דעם שפיגל.
האט אים דער בריסקער רב געזאגט: דו ביזט דאך א חסיד, און דערפאר האסטו דאס אוועקגענומען, לאמיך דיך דערציילן א חסיד'ישע מעשה, און פון דארט וואו דו האסט גענומען א ראי' - פון צאנזער רב, פון דארט וועל איך דיר אפענטפערן. און דער רב האט דערציילט ווי פאלגענד:
איינמאל איז דער צאנזער רב געשלאפן אין סוכה, ווען פלוצים האט זיך אראפגעלאזט א שלאקס רעגן און באנעצט אלע וואס זענען געווען אין סוכה. נו, מצד הדין איז דאך 'המצטער פטור מן הסוכה', און אויף דעם שטייט דאך אז 'כל הפטור מדבר ועושהו נקרא הדיוט'. אבער צאנזער רב האט זיך נישט גערירט פון סוכה, כאטש דער רעגן האט נישט איינגעשטילט, און ער האט געשריגן: 'א הדיוט זאל איך הייסן, אבער אין סוכה וועל איך בלייבן'!
'איך זאג אויך די זעלבע זאך' - האט דער בריסקער רב אויסגעפירט - 'כאטש אפילו צאנזער רב שרייבט אז איינער וואס קוקט אין שפיגל פאר די תפילין, איז א מנהג בורות, וויל איך ענדערש הייסן א "בור" און מקיים זיין מצות תפילין בהידורה'...
אין אייראפע, פלעגט דער בריסקער רב פארן צום קור ארט 'קרעניץ, וואו דער שפעטערדיגער ירושלימ'ער רב און פוסק הדור - הגאון בעל מנחת יצחק - פלעגט אויך צו קומען אויף אפרו.
דערציילט דער מנחת יצחק, אז אין יענע תקופה פלעגט דער בריסקער רב קוקן אין שפיגל יעדן טאג נאכן לייגן תפילין, זיכער צו מאכן אז ס'ליגט אויפן ריכטיגן ארט אויפן קאפ. איז געווען א חסיד שוטה וואס האט זיך גערעגט איבער דעם, האלטנדיג ווי דער צאנזער רב וואס שרייבט אין א תשובה [שו"ת דברי חיים ח"ב, או"ח סי' ו']: 'אם לראות במראה שהתפילין יהיו באמצע - הוא דברי בורות'. איז דער חסיד'ישער איד געגאנגען און צוגענומען דעם שפיגל.
האט אים דער בריסקער רב געזאגט: דו ביזט דאך א חסיד, און דערפאר האסטו דאס אוועקגענומען, לאמיך דיך דערציילן א חסיד'ישע מעשה, און פון דארט וואו דו האסט גענומען א ראי' - פון צאנזער רב, פון דארט וועל איך דיר אפענטפערן. און דער רב האט דערציילט ווי פאלגענד:
איינמאל איז דער צאנזער רב געשלאפן אין סוכה, ווען פלוצים האט זיך אראפגעלאזט א שלאקס רעגן און באנעצט אלע וואס זענען געווען אין סוכה. נו, מצד הדין איז דאך 'המצטער פטור מן הסוכה', און אויף דעם שטייט דאך אז 'כל הפטור מדבר ועושהו נקרא הדיוט'. אבער צאנזער רב האט זיך נישט גערירט פון סוכה, כאטש דער רעגן האט נישט איינגעשטילט, און ער האט געשריגן: 'א הדיוט זאל איך הייסן, אבער אין סוכה וועל איך בלייבן'!
'איך זאג אויך די זעלבע זאך' - האט דער בריסקער רב אויסגעפירט - 'כאטש אפילו צאנזער רב שרייבט אז איינער וואס קוקט אין שפיגל פאר די תפילין, איז א מנהג בורות, וויל איך ענדערש הייסן א "בור" און מקיים זיין מצות תפילין בהידורה'...
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
דער מנחת יצחק איז געפארען ביז קרעניץ אויף די בעדער?! נישט מסתבר.
איך האב געהערט די מעשה פון שווייץ ווען א גאליציאנער חסיד איז געווען דארט וכו'. ס'איז זייער נישט מסתבר אויפ'ן מנחת יצחק. איך האב קיינמאל נישט געהערט אז דער מנחת יצחק זאל זיין אזא טיפ דערציילען אזעלכע מעשה'ס. ער איז נישט געווען קיין 'היימישע', זייענדיג פון די אשכנזיש'ע חדר מער ווי די חסידיש'ע און ער האט נישט געשמ'ט אלס א שמועס'ער א פריינטליכער אזוי ווי דער היינטיגע אויבערלענדער אונגארישע רב פון די עדה חרדית.