ווענדנדיג זיך צו הילף

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יהורם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1160
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 554 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2198 מאל

ווענדנדיג זיך צו הילף

שליחה דורך יהורם »

איך האב א חבר וואס איז גראדע נישט קין אנטי חרדי און אויך נישט קיין חלק אין די נייע ליבליכע אידנטום באוועגונג... ער פארמאגט נישט קיין סמארטפאון און איז מקפיד אויף רבינו תם זמן אבער דאך האט ער זיך אויך פארהאנקערט אין די רעבישע קינדער חאזערייען און האט זייער זייער געליטן פון זייער כח וואס זיי האלטן האפנטליך אינמיטן פארלירן, ער האט א זון וואס האט ליידער אביסל געגליטשט אין יודישקייט, האט ער אים געשיקט צו א געוויסן רב וואס זאל אים מקרב זיין, אזויווי אלעמאל וען א קינד גליטשט איז איינע פון די ערשטע טענות וואס זיי זאגן אז די עלטערן זענען געווען צו שטרענג א.ד.ג. דער רב האט אויסגעהערט דעם בחור און באפוילן אז דער בחור זאל מער נישט אהיימגיין נאר ער זאל גיין וואוינען ביי א געוויסן פאמיליע וואס זאל קעיר נעמען פון אים, אזוי איז אריבער א יאר וואס דער בחור האט נישט בכלל געקוקט צו זיין טאטנס זייט, ווען ער האט אים באגעגנט אין גאס איז ער אריבערגעלאפן פון גרויס פחד, מיין חבר וואס איז געווען דאן זייער נאאיוו האט געגלייבט אז דאס איז א חלק פון דעם פראדעצור פון מחזיר בתשובה זיין זיין זון האט ער נישט אריינגערעדט אבער ער האט זיך נישט פארגעשטעלט אז דאס אלעס איז אונטער די באפעל פון דעם אזוי גערופענעם רב ווייל אער פלעגט אריינגיין אל הנקודש פנימה יעדן שטיק ציט און דער ב פלעגט אים אויפנעמען מיט א פאלשן שמייכן און פלעגט שמועסן סתם וועלטליכע ענינים אבער איין זאך איז אים יא געווען זייער אויפפאלנד אז ווען ער האט נאר פרובירט אריינברענגען זיין זונס נאמען אין די נושא האט דער רב זיך פלוצים אנגעהויבן יאגן און דארפן דאווענען מנחה... אזוי איז עס אנגעגאנגען א שטיק צייט ביז ווען דאס ארגסטע האט פאסירט...

ער באקומט א טעלעפאון רוף פון דעם רבס גבאי אז ער זאל יעצט אריבערקומען צו דעם רב אין שטוב מיט זיין ווייב, ער כאפט זיך דאס געפעק און יאגט אריבער, דארטן האט אים אפגעווארט א סורפרייז! א שיין געדעקטן טיש מיט לעקעך און ברוינפן ער זעט זיין זון זיך ארומדרייען מיט א שיינע ניע וואלענעם רעקל, ביז וואס ווען קומט דער רב צו צו אים און זאגט אים מיט א ברייטן שמייכל מזל טוב! דיין זון ווערט יעצט א חתן, ער איז געווען שאקירט, וואס הייסט? איך האב דיר געגעבן מיין זון אים אביסל מקרב צו זיין און דא מאכסטו אים שוין חתונה, דער רב האט אנגעשטעלט א ברויגעזדיגן פנים און מיט א געמאכטע באליידיגונג האט ער אים אריינגעמורמלט אין אויער "איין ווארט וואס דו רופסט זיך אן און איך מאך זיכער אז דו קומסט נישט צום חתונה!" מיין חבר האט שיעור געליטן א נערוון בראך אויפן פלאץ, מיט שווינדלענדיגע פארטרערטע אויגן האט ער זיך געזעצט אויבנאן און געגעבן מזל טוב פאר דעם מחותן, זיין מחותן האט אים אפגעפאטערט מיט א קאלטן מזל טוב און מיט זיינע זייטנדיגע בליקן געגעבן צו פארשטיין אז דער רב האט מיר שוין מקדים געווען וער דו ביסט... ער זעט ווי דער רבס גאנצע משפחה זעצט זיך צום טיש ווי די מחותנים, ער האט דאן אנגעהויבן צו פארשטין פארוואס זיין זון רעדט נישט צו אים אזא לאנגע תקופה, דער אזוי גערופענער רב האט אים פארבאטן צו האבן שייכות מיטן פאטער זיינער ווייל ער וועט אים נאך קאליע מאכן חלילה מיט פאטערליכע ליבשאפט, אזוי איז אריבער די ווארט מתוך הדחק און דאן שפעט ביינאכט האט זיך דער צובראכענער פאטער ערלויבט מיר אנצורופן און זיך אויסוינען זיין צובראכן הארץ, ער האט מיר דערציילט אלעס מתחילתו ועד סופו און געבעטן אז איך זאל אים העלפן אין דעם פארשטינקענעם קאטשעניא פלאנטער וואו ער האט זיך אומווילנדיג אריינגעדרייט, "משה" האט ער געווינט מיט ביטערע טרערן פון א טאטן ואס זיין זון איז אים גייסטיש צוגערויבט געווארן דורך א נידערטרעכטיגן מח שווענקער "טוה עפעס, מין שטוב גייט לטמיון, איך קען נישט גיין אין כולל, מיין ווייב ווערט מער אין מער פארזינקן אין דעפרעסיע, טוה עפעס, עפעס!" מיין טעלעפאון האט זיך געגליטשט אויף מיינע באקן פון מיינע אייגענע טרערן.

דעם נעקסן אינדערפרי האב איך געמאכט א פאון קאלל צו דעם רב וואס האט דאס אלעס אנגעדרייט, איך האב אים געפרעגט וואס גייט דא פאר, ער האט מיר געענטפערט "ר יוד, דו פארשטייסט נישט אלעס, מיש זיך נישט אריין אין מינע געשעפטן" נאכן הערן אזוינע דיבורים האב איך זיך אויפגערעגט און אראפגעהאקט דעם טעלעפאון אויף אים, איך האב דאן אנגערופן מיין חברס מחותן און אים אנגעהויבן דערציילן אלעס וואס דא איז פארגעקומען און אים געבעטן אז ער זאל ביטע גיין ווייטער מיטן שידוך אבער ער זאל ביטע מיטטיילן פאר זיין צובראכענע מחותן אלעס וואס גייט פאר און אראפנעמען דעם חרם פון אים, ער האט מיר געזאגט אז ער איז זייער צומישט אבער ער וועט זיך דורכרעדן מיט זיין פרוי און זען וואס מען קען טון, פארנאכטס רופט מיר מיין ווייב אן דערשראקן און זאגט מיר אז דער רבס גבאי האט גערופן איבערגעבן אז אויב גיי איך ווייטער אן מיט מיינע אקטיוועטעיטן וועט ער זען מיר צו באשמוצן אין די גאס, דא בין איך שוואך געווארן און איך האב זיך מייאש געווען.

אזוי איז אריבער אפאר חדשים ביז מיין חבר האט באקומען א פעקל אינוועטעישנס אויסצוטיילן און אזוי אינאיינועגס אויסגעפונען פונקטליך ווען די חתונה איז, אינטערסאנט אז עס איז געטשארזשט געווארן פון זיין קארטל די שטריימל פונעם חתן און אלע אנדערע חתן זייט הוצאות, איך האב אים געזאגט אז ער זאל קענסלען דעם קארטל אבער ער האט זיך צעוויינט און געזאגט אז ער וויל דאך זיין מחותן ביים חתונה פון זיין זון, די חתונה איז אריבער און אזוי אויך די שבע ברכות, דא איז שוין דער מחותן אויך געווארן פרוסטירירט ווייל זיין נייע איידעם פלעגט נאר קומען צו אים איינמאל א חודש זייענדיג צוגעבינדן צו זיין רב, ער האט אנגערופן צום ערשטן מאל זיין מחותן און פרובירט זען וואס מען קען דא אויסארבעטן אבער ער האט זיך אפגעשטעלט ווען דער רב בכבודו ובעצמו האט אים אנגערופן סטראשען אז ער הארגעט אוועק דעם שלום בית פון דעם נייעם פארפאלק...

די מעשה האט נאך ליידער נישט קיין פרייליכע ענדע ווייל עס האלט נאך אינמיטן פאסירן, מיר מוזן זען צו מאכן א סוף צו דעם! כלל ישראל מוז זיך ארויסשטעלן זעלבסטשטענדיג אנטקעגן די מהרסי ומחריבי הדור די בעלי גאה וואס מיינען אז מיט א פלאכען ביבער הוט און שיפע טאשן איז נישטא קיין תורה, איך האף אז מיטן מעורר זיין די טרויעריגע מעשה וועל איך נאך אויף אזויפיל אויפטון אויפצואוואכן דעם ציבור כדי מיר זאלן נישט דארפן זיין א צועק לשעבר, סיי וען איר האט א פראבלעם מיט א קינד זאלט איר זיך נאר ווענדן צו פראפעסיאנאלע הילף און חלילה נישט צו קיין רבנים.

זאלן מיר זיין געבענטשט!

דער אשכול פארמאגט 34 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר