זענען מיר מקיים דעם והגדת לבנך ביים סדר? - וועקער 8

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 744 מאל

זענען מיר מקיים דעם והגדת לבנך ביים סדר? - וועקער 8

שליחה דורך מפוזרי »

וואס איז דער עיקר תכלית פון דער סדר נאכט? וואס איז די הויפט טעמע? געוויס וועט זיין דער ענטפער, מקיים צו זיין "למען תספר באזני בנך ובן בנך." אוודאי, ס'איז אויך דא די כזיתים מצה, די ד' כוסות, הלל און נשמת, און פונדעסטוועגן דער עיקר טאראראם איז ארום די קינדער. דאס איז בפשטות די טעמא דקרא אויף די מצוות מיוחדות פון קרבן פסח, און אזוי האבן עס שוין אויך חז"ל אוועקגעשטעלט, מ'זאל זיך צו יאגן כדי די קינדערלעך זאלן נישט איינשלאפן, מחלקים קליות ואגוזים, מסלקין המצות, מ'טונקט איין צוויי מאל, און נאך פארשידענע שינויים, דאס אלעס כדי די קינדער זאלן פרעגן מה נשתנה, וואס טוט זיך דא היינט, און מ'זאל קענען ענטפערן עבדים היינו.

טאקע צוליב דעם גרייט מען זיך צו וואכן פריער אין חדר און מ'חזר'ט איין מיט די קינדער דעם מה נשתנה, מ'זאגט צו מתנות. און ווער רעדט נאך בשעת'ן סדר אליין? אלץ פארעט זיך ארום ביז מ'קען זיך איינבעטן אז דאס קליין קינד זאל פרעגן די פיר קשיות. אה, ווי דאס הארץ צעשמעלצט און די אויגן גלאנצן, ב"ה אז מ'האט זיך דערלעבט ווידער א יאר צו זיצן ביים סדר טיש און הערן ווי די קינדער פרעגן מה נשתנה. ס'איז אזא הייליג געפיל פון דערהויבנקייט געמישט מיט גליק, א הרגשה פון דאנקבארקייט פול מיט אמונה און מיט בטחון אז מיר גייען נאך אן, און די גאלדענע קייט ציט זיך ווייטער.

פארוואס זענען די 4 קושיות אזוי וויכטיג? דער תירוץ אויף דעם איז פשוט. דער סיפור יציאת מצרים איז דער יסוד פון אונזער אמונה, דער עמוד הכולל וואס די גאנצע תורה שטייט אויף דעם. פון דעמאלט הייבט זיך אן אונזער היסטאריע אלס א באזונדער אויסדערוועלט פאלק און די נאנטע, אינטימע באקאנטשאפט מיט גאט ב"ה. האט די תורה געוואלט אז אזא וויכטיגע ידיעה זאל מען נישט איבערגעבן די קינדער סתם אזוי, נאר דווקא אונטער פייערליכע אומשטענדן וואס דערוועקן זיין נייגער און ציען זיין אינטערעסע. דעריבער פרובירט מען אז ער זאל קודם אליין פרעגן, ווייל אז ער פרעגט צייגט דאס אז ער איז נייגעריג צו וויסן, און האפנטליך וועט ער גוט אויסהערן דעם ענטפער און ס'וועט זיך איינבאקן בײ אים אין הארץ.

נו, האלט מען שוין ענדליך נאך די אזוי געגארטע פראגעס, ב"ה ס'געלונגען און נאך גרויס תחנונים האט מען אויסגע'פועל'ט, און די קינדערלעך האבן שיין געזאגט די מה נשתנה. דער פרעשור גייט אראפ אביסל און מ'נעמט זיך צו די איבעריגע מצוות פון דער נאכט, א שטייגער, גענוג געווען מיט די קינדער, יעצט קענען די גרויסע שוין זיין פארנומען אביסל מיט זיך. אבער איין מינוט, וואס טוט זיך מיטן והגדת לבנך? ווי קען מען פארגעסן פון דעם. די קינדער פרעגן דאך ווייטער, איז זיי מוחל און ענטפער. יעצט איז דאך די צייט! ענדליך ווייזן זיי ארויס אינטערעסע, יעצט ווילן זיי הערן, זיץ מיט זײ, גיב איבער דיין מסורה און פרעגל אריין אמונה.

לעולם איז דאך דער המשך פון דער הגדה טאקע אט דאס, פון עבדים היינו און ווייטער, דערציילט מען אייגנטליך דער סיפור פון יציאת מצרים. אבער עפעס רעדט מען שוין מער נישט צו די קינדער, דער פאקוס האט זיך אוועקגערוקט פון זיי. פאראן מקומות וואו ס'איז גאר דא א קפידא נישט אויסצורעדן פון מגיד ביז נאכן סדר, אבער אפילו וואו מ'האט יא גערעדט איז עס געווען בעיקר תורה'לעך, טייטשן און געדאנקען אויף די הגדה וואס האבן אבער קיין שייכות מיט והגדת לבנך. דער אמת איז, אז לעצטנס איז דא אן אויפוואכונג אין פארשידענע קרייזן, הן אויפגעקלערטע והן זעלבסט זיך-איבערגעמאכטע מדקדקים, יא מקיים צו זיין דעם פסוק כפשוטו און זיך אפגעבן מיט די קינדער א גאנצן סדר. און ס'דא אפילו מקורות פון פריערדיגע אז מ'זאל זיך אזוי פירן. אבער אז מ'וועט עס נאכגיין וועט מען זען אז די אלע טוען עס אלס מחדשים. און אפילו די פריערדיגע וואס האבן זיך אזוי געפירט האבן עס נישט געזען בײ די עלטערן נאר אליין איינגעפירט מרוחב דעתם.

שטעלט זיך די פראגע, וויאזוי איז אזא אינטעגראלער טייל פונעם סדר אויסגעריסן געווארן? נאך שווערער ווערט, ווען מען נעמט אין באטראכט אז די סדר נאכט איז דער טראדיציאנעלסטער יו"ט בײ אידן און אירע מנהגים און מסורות ווערן די מערסטע און שטרענגסטע אפגעהיטן.

אבער כדי דאס צו פארשטיין דארף מען קודם פרעגן אן אנדער שאלה:

זענען טאקע די קינדער בײ מה נשתנה פול מיט אינטערעסע איבער וואס עס שפילט זיך אפ? שטייען זײ גרייט מיט אויסגעשפיצטע אויערן נייגעריג צו הערן וואס מיר האבן צו דערציילן?


***


"טאטי, איך קען דיך עפעס פרעגן?"

מ'האלט אין די וואכן פון פאר פסח, מיין טאכטערל קומט יעדן טאג אהיים פון קינדערגארטן אויפגעלעבט מיט די פרישע זאכן וואס זי לערנט. ס'איז די ערשטע יאר וואס זי לערנט שוין ריכטיג איבער פסח, זי קען שוין גוט קדש מיט מה נשתנה, און זי מאכט שוין אליין איר אייגענע הגדה. דאס מאל האט זי א קשיא צו פרעגן...

"יא מיין קינד, אוודאי קענסטו פרעגן," ענטפער איך, און דערביי ווערט מיר די הארץ פארברייטערט.

"פסח ביינאכט דארף מען דערציילן די מעשה פון די אידן וואס זענען ארויס פון מצרים, אמת?"

"יא, ריכטיג."

"אבער פארוואס דארף מען עס דערציילן, איך קען שוין די מעשה, מ'האט עס שוין געלערנט אין קינדערגארטן?"

הממ...

"מיין טייער קינד, אפילו מ'קען שוין די מעשה איז דא א מצוה עס נאכאמאל צו דערציילן פסח ביינאכט."

דאס האב איך איר אפגעענטפערט, און אזוי איז עס דאך טאקע. ווי מ'זאגט אין די הגדה: אפילו כולנו חכמים, כולנו זקנים, כולנו יודעים את התורה, מצוה עלינו לספר ביציאת מצרים.

אבער איין מינוט, דאס מיינט מען מיט "והגדת לבנך"? דאס וויל פון אונז די תורה ווען זי באפעלט: והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר... ואמרת אליו? אז מיר זאלן עס דערציילן נאר וויבאלד ס'איז דא א מצוה לספר ביציאת מצרים אפילו אם כולנו חכמים וזקנים?


***


יכול מראש חודש תלמוד לומר ביום ההוא. וואס עפעס וואלט איך געמיינט אז מ'דארף אנפאנגען דערציילן יציאת מצרים פון ראש חודש? ווייל אין דער פסוק פריער שטייט: ועבדת את העבודה הזאת 'בחודש הזה', שוין פון אנפאנג חודש איז מען שוין פארנומען מיט'ן יו"ט, נאך ביים ערשטן מאל אין מצרים איז געקומען דער באפעל איבער'ן קרבן פסח אויף ראש חודש. דאס איז אייגענטליך דער ריכטיגער טעם פארוואס מען ליינט פרשת החודש דעם שבת בעפאר ר"ח, כדי צו דערמאנען דעם עולם אז ס'גייט שוין ר"ח ניסן און מ'דארף זיך גרייטן אויף פסח. וואלט מען געמיינט אז וויבאלד די קינדער וועלן זיך דאך געוויס וואונדערן אויפ'ן געטומל און וועלן ווילן וויסן מה העבודה הזאת, דעריבער איז שוין צייט צו דערציילן על מה צוה ה' ככה, זאגט מען דיר, ניין. ווארט נאך צו, ס'נאכנישט געקומען די צייט. אי ביום ההוא יכול מבעוד יום, אז מ'זאגט ביום ההוא פארוואס זאל מען טראכטן אז מ'מיינט נישט דעם טאג זעלבסט, נאר א טאג פריער? נאר מען רעדט דאך דא פון דער עבודה וואס מ'טוט בחודש הזה - הקרבת קרבן פסח, וואלט געווען א סברא אז מ'רעדט נישט פון ליל ט"ו זמן אכילת הפסח, נאר פון דער זמן הקרבה. און דאס איז טאקע דער טאג וואס דער פסוק מיינט מיט ביום ההוא - יום י"ד בניסן מבעוד יום. די עקסטאז איז שוין אויפ'ן העכסטן שטאפל, די קינדער זעען צו אזא אינטערסאנטער ספעקטאקל, מ'בראט אפ דעם קרבן פסח גאנצערהייט אויפאיינמאל, ראשו על כרעיו ועל קרבו, און זײ בעטן זיך שוין, טאטע, דערצייל אונז שוין פארוואס מיר טוען דאס אלץ, ווען קען שוין זיין א בעסערע צייט איבערצוגעבן דעם מורא'דיגן סיפור? זאגט מען דיר, ניין, נאכנישט. האלט דיך איין נאך אביסל, ווארט צו אויף דער נאכט און ערשט דאן, ווען די גאנצע משפחה קומט זיך צוזאם, זקנים עם נערים מסובים, און אויפן טיש זענען פסח מצה ומרור מונחים לפניך, ערשט יעצט איז געקומען די ריכטיגע מינוט. איצטער איז די צייט צו דערציילן אט די וואונדערליכע מעשה.

ווי מיר אלע ווייסן איז כנגד ארבעה בנים דברה תורה. דאס לערנען חז"ל ארויס פון דעם וואס די תורה האט פיר מאל, אין פיר באזונדערע פרשיות, געהייסן אז מ'זאל דערציילן די קינדער פון יציאת מצרים. און ווי חז"ל ערקלערן עס, רעדט מען פון פיר פארשידנארטיגע טיפּן. אינטערעסאנט צו אנמערקן, אז ביי צוויי פון די פיר קינדער, ד"ה ביים חכם און ביים תם, רעדט מען גארנישט פונעם סדר נאכט. ביים חכם רעדט זיך עס ווען אימער ער הייבט אן זיך צו אינטערעסירן במצוות ה' און ביים תם אויב עס מאכט זיך א פדיון הבן. דאס וואלט נישט געווען קיין חידוש ווען חז"ל זאלן עס נאר ארויסלערנען, בדרך גילוי מילתא ומה מצינו, אז פונקט ווי ביי פדיון הבן הייסט די תורה צו דערציילן פאר א בן תם, אזױ אויך פסח ביינאכט ווען ס'איז דא די מצוה פון והגדת לבנך טוט עס אויך אריינרעכענען א בן תם. אבער ווי מיר וועלן זען גייט עס אסאך ווייטער.

לכאורה, אז מ'קוקט אריין אין חומש, איז דא א בפירוש'ע מצות עשה צו דערציילן די קינדער פון יציאת מצרים ביי א פדיון הבן, גענוי ווי פסח ביינאכט. ולפלא, אז בשעת וואס ביים סדר נאכט קאכט זיך אלץ ארום די קינדער, איז בײ פדיון הבן לא שמענו אז מ'זאל בכלל עפעס זאגן צו די קינדער. ובאמת, ווייס איך פון געוויסע אידן וואס האבן ליב אויסצוטרעפן פרישע המצאות, וואס ווען זיי גייען צו א פדיון הבן ברענגען זײ מיט זייערע קינדער און זאגן זײ: "זעטס קינדערלעך, בחוזק יד הוציאנו ה' ממצרים," ווי אין פסוק שטייט. אבער פון דעם וואס די פוסקים שווייגן און ברענגען נישט אראפ אזא דין איז געדרונגען אז לפי קבלת חז"ל בתורה שבע"פ איז טאקע נישט דא אזא דין, חוץ סדר נאכט. און דעם פסוק פארטייטשן זיי אזוי: והיה כי ישאלך בנך מחר - ווען אימער דורכ'ן יאר - לאמר מה זאת? ואמרת אליו - נישט גלייך דעמאלטס, נאר ערשט ווען ס'וועט אנקומען פסח ביינאכט - בחוזק יד הוציאנו ה' ממצרים - "געדענקסט, מיין קינד, ווען מיר זענען געווען אינמיטן יאר בײ א פדיון הבן און דו האסט מיך געפרעגט מה זאת? איך האב דיך דעמאלטס געזאגט אז איך וועל דיך ענטפערן אן אנדער מאל, אלזא קינד מיינס, יעצט איז די צייט, היינט נאכט ביים סדר טיש וועסטו הערן די ענטפער."

און דער מקור פאר חז"ל אזױ אפצוטייטשן דעם פסוק איז געוויס דער דרש אויפן פסוק 'בעבור זה' - לא אמרתי אלא בשעה שמצה ומרור מונחים לפניך, און חז"ל האבן עס געזען אלס א בנין אב לכל התורה כולה, אז ווען און וואו מ'הייסט נאר דערציילן פון יציאת מצרים, מיינט מען עס דווקא פסח ביים סדר.


***


האלט איר אן אלע מנהגים און טראדיציעס פון אייערע עלטערן? געוויסע וועלן ענטפערן, געוויס. דאס איז דאך דער עיקר, דער דרך המסורה מאבותינו ורבותינו, זיך צו פארלייגן אויף די זייטיגע ארומיגע איינפירונגען יותר מגופה של תורה, והיא שעמדה לאבותינו ולנו. טייל וועלן ענטפערן, טיילווייז, מ'פרובירט אנצוהאלטן לפי העניין, ווענדט זיך וויפיל פשט ס'האט און ווי גרינג ס'איז צום אויספירן. אנדערע וועלן זיך גאר אפלאזן פון די גאנצע מעשה, גענוג געהאט מיטן פאר'עיקר'ן דעם טפל, זיך אומקערן צו די טרוקענע הלכה, און די אלע פרעמדע צוגעקומענע איינריכטונגען וואס דאס יהדות החרדית האט זיך איינגעהאנדלט במשך פון אירע פילע וואנדערונגען, פשוט ארויסווארפן.

אבער אפילו בײ די לעצטע סארט וועט אלץ זיין געוויסע טראדיציעס וואס מ'וועט אנהאלטן פאר יעדן פרייז, אפגעזען וויפיל טעם און אינהאלט ס'פארמאגט און ווי שטארק ס'איז באגרינדעט. ס'קען זיין א תנועה'לע פון זיידן צי א משפחה מנהג פון די אלטע צייטן, אזוינס וואס דערמאנט פון אן אנגענעמען זכרון און לאזט איבער א זיסן טעם אין מויל. זה כחה של טראדיציע, זיי קאלירן די געפילן און באאיינפלוסן דעם קוק-ווינקל, זײ דירעקטירן דעם געדאנקענגאנג און טוען אויספארעמען די גרונדשטיינער פון דער אידענטיטעט.

פאראן שטיבער וואו מ'האט נישט געמאכט קיין עסק פון טראדיציעס, וואס ס'טרעפט זיך אפט בײ זײערע קינדער א הרגשה פון הוילקייט, פון נישט באלאנגען. דאס שטופט זיי אויף א רייזע אין זוכעניש אנצופילן דעם לאך - זאל עס זיין אפילו מיט זאמד - און ברענגט זיי צו צו פארשידענע ברעגעס, און די גליקן וואס זיי געפונען זענען, בסופו של דבר, בעיקר, א געפיל פון אנגעהעריגקייט צו אן עבר און א מסורה.

דעריבער האט טאקע די תורה אזוי שטארק געוואלט אז מען זאל אוועקלייגן דעם סיפור יציאת מצרים פארן סדר נאכט. כדי אז די מעשה וואס איז דער יסוד היהדות, אין איר רעגליעזער און נאציאנאלער באדייט, זאל נישט געלערנט ווערן ווי נאך א לימוד, נאר זאל אריינגעקריצט ווערן אינעם באוואוסטזיין, געפארבט אין נאסטאלגיע און בענקעניש, באקליידעט מיט מאיעסטעטישקייט און ראמאנץ. אזא געדענקעניש וואס וועט זיך איינבאקן אין הארץ און אריינדרינגען אינעם אונטערן-באוואוסטזיין, און ווערן אן אומטיילבארן טייל פונעם געדענקער'ס אידענטיטעט.

אזױ וועט עס בלייבן א זכרון וואס וועט טרייסטן און אונטערהאלטן בעת מצוק, ווארעמען און נערן אין א קאלטן הונגעריגן טאג, און שטארקן און דערפרייען ביום טוב.


***


ס'איז פסח ביינאכט. איך זיץ ביים שווער'ס סדר. מ'האט ערשט געענדיגט מיט די מה נשתנה. און אט גיבט זיך דער שווער א שטעל אויף, ער כאפט אן די מצה טאש, און הייבט אן ארויסגיין פון צימער. מיר, די עלטערע, זיצן שטיל און קוקן צו צום שווער'ס שפיל. אבער די קינדערלעך זענען נישט באאיינדרוקט.

"משה'לע!" שרייט דער שווער, "פארוואס נעמט זיידי אוועק די מצות, האט מען שוין געענדיגט דעם סדר?" אומבאגייסטערט ענטפערט ער: "ניין, מ'האט נאך נישט געענדיגט."

ס'מיר געווען אינטרעסאנט, נישט זעענדיג דאס ביים טאטן. פרעג איך דעם שווער, אויב ס'ביי זיי געווען אזוי דער מנהג, זאגט ער: ניין, אבער ס'שטייט אין משנה ברורה, און איך האב געטראכט אז ס'וועט זיין פאן פאר די קינדערלעך.

יע, נישט אומזיסט זאגט דער מגן אברהם: ועכשיו לא נהגו להסירם, משום שאין היכר לתינוקות בזה. זײ קענען שוין דער ריטואל.

די גמרא דערציילט, ווי אביי אלס קינד ביים פעטער רבה'ס סדר, צוזעענדיג דעם דאזיגן מנהג פון עקירת שולחן, האט עס אים געוואונדערט און ער האט אויסגערופן: מ'האט דאך נאכנישט געגעסן, פארוואס נעמט מען צו דעם טיש? צום פרייד פון רבה וואס האט געזאגט: פטרתן מלומר מה נשתנה.

הפנים, דעמאלטס פלעגט מען נישט צוגרייטן די קינדער אין חדר.


***


ס'האט זיך מיר אמאל געטרוימט א חלום צו פרובירן צוריקצוגיין צום אלטן סדר פון ימי המקרא וחז"ל, און צוריק איינפירן דעם אריגינעלן לערן-פלאן אין חדר, וואו מ'לאזט איבער דעם סיפור יציאת מצרים פארן סדר נאכט און מ'גרייט זײ גארנישט צו פריער אין חדר איבערן סדר. אדרבא, זאלן די פילע הכנות צום אנקומענדיגן יו"ט זײ האלטן געשפאנט מיט נייגער, זאל די אזוי-ארויסגעקוקטע סדר נאכט, זיין, אין זייערע אויגן, איינגעהילט אין געהיימניס און מיסטעריע. זאלן זײ שטיין פסח ביינאכט מיט אויגן פול מיט וואונדער, מיט אפענע אויערן און ערוועקטע הערצער.

אבער אז כ'האב זיך מתבונן געווען האב איך זיך בארעכנט, אז אויף צו וואס?

און אז די קינדער זענען שוין יא פול מיט אינטערעסע און שטייען גרייט מיט אויסגעשפיצטע אויערן נייגעריג אונז אויסצוהערן, האבן מיר דען וואס צו דערציילן?


***


שמועסנדיג מיט א איד, זיך אפרעדנדיג אויף דעם היינטיגן מנהג פון די חדרים אהיים צו שיקן מיט די קינדער גרויסע העפטן מיט דברי תורה, אזױ אז זײ זאלן קענען גוט מקיים זיין די מצוה פון והגדת לאביך, דערציילט ער מיר, מיט שטאלץ, איבער זיין עלטער-שווער, א חשוב'ער איד פון יעקישע אפשטאם, וואס בײ אים האט קיינער נישט געזאגט קיין תורה, נאר ער אליין האט צאמגענומען די גאנצע פאמיליע פארן סדר און אין א פשוט'ע שפראך איבערדערציילט די גאנצע מעשה פון יציאת מצרים, פשוט און גראד.

זייער שיין, זאג איך אים, אבער האט ער דאס אויך געזען ביי זיין טאטע, צי איז עס אים אליין איינגעפאלן?

און די מעשה וואס ער האט פארציילט, פון וואו קען ער עס, האט ער עס געהערט פון טאטן, צי אליין צוזאמגעשטעלט פון מפרשי המקרא ומדרשים?

איז עס אן ענין אויפצומאכן א מורשת?


***

דער סמ"ע אין הקדמה צו זיין חיבור אויף חושן משפט קומט ערקלערן פארוואס אייגנטליך איז די תורה שבעל פה געגעבן געווארן בעל פה במסורה איש מפי איש, פארוואס האט מען עס נישט געקענט לכתחילה געבן געשריבענערהייט - אזױ ווי ס'איז צום סוף ממילא געשען, אז רבי איז געווען געצווינגען עס אראפצושרייבן צוליב די ריבוי השכחה והגזירות.

איז ער מסביר, אז ס'זענען דא זאכן וואס ס'איז שווער איבערצוגעבן בכתב, און ער ברענגט א דוגמה - נענועים, וואס איז אזא מוטשעניש אין די פוסקים צו דערגיין פינקטליך ווי ס'גייט צו, אבער וואלט עס אריבער במסורה פה אל פה, וואלט מען עס גרינג ארויס געהאט אן קיין צייט פארשווענדעניש.

לכאורה איז דער הסבר נישט באגענוגנד. די פאר זאכן וואס קענען נישט אפגעשריבן ווערן, דאס האט דאך רבי אויך נישט געקענט אפראטעווען, די שאלה איז אויף דארט וואו רבי האט יא אויפגעטון, פארוואס איז דאס נישט געשריבן געווארן לכתחילה?

דער תירוץ איז, אז כדי צו קענען אנהאלטן א מסורה בעל פה - איז דער ערשטער תנאי עס נישט אראפצושרייבן! א מונדליכע מסורה קען נישט איבערלעבן דאס געשריבענע ווארט. טאמער קען מען עס ליינען אין בוך, וועט מען דארט אריינקוקן. מ'וועט שוין נישט גיין הערן פון די אלטע לייט וואס זיי האבן צו דערציילן. כתבם על לוח לבך גייט נישט ביינאזאם מיט חקוק על לוחות אבנים.

א ביישפיל קען מען זען בדורינו. איין חלק פון תורה וואס איז נאך געבליבן במסורה בעל פה ביז לעצטנס, איז געווען די מנהגים און צערעמאניעס. רואיג איז עס אריבער מדור לדור אן קיין קאפ דרייעניש. אבער ווי נאר ס'האט זיך גענומען יאווען ספרי הליכות ומנהגים, איז אלעס פארגעסן געווארן. היינט אז מ'וויל גרייטן חרוסת, לויפט מען קוקן אין לוח (יא, אפילו די וואס האבן ליב צו זאגן: מיר זענען נישט קיין גרים).

אז רבי איז געגאנגען אפשרייבן די משניות, האט ער גע'דרש'נט דעם פסוק: עת לעשות לה' הפרו תורתיך. הפרו תורתיך מיינט נישט נאר עובר זיין אויף א מדרש סופרים שדברים שבעל פה אי אתה רשאי לכותבו (אזױ הארב ווי ארויסזאגן א פסוק חומש בעל פה), נאר הפרו תורתיך כפשוטו - אפהאקן די מסורה שבעל פה. זינט די חתימת המשנה והתלמוד איז אונז געבליבן נאר דער בינותי בספרים, נישטא מער קיין קבלה איש מפי איש ביז משה רבינו.

און אויב עפעס איז נישט געווארן אפגעשריבן, זאגט דער סמ"ע, מוז מען זיך מוטשענען.


***


איך האב א שוואגער, זייער אן ערליכער, אז ס'מאכט זיך אינמיטן סדר א שטיקל פויזע, נעמט ער זיין יונגעל נעבן זיך און ליינט אים ארויס פונעם נר יהושע הגדה, די נסים וואס זענען געשען צו די אידן אין מצרים, כמצוות הלילה.

און איך זע און שטוין. צי טראכט ער אז אויף אזא סיפור וועט דאס קינד קענען איבערזאגן: באזנינו שמענו, אבותינו ספרו לנו, פעל פעלת בימיהם בימי קדם?

צי מיינט ער אז דערפאר האבן חז"ל געהייסן טיילן קליות ואגוזים, כדי צו קענען אריינכאפן נאך א שעה חדר אינמיטן דער נאכט?

און זאל עס אייך קלאר זיין, איר האט נישט געהערט די מעשה פון אייער טאטן, און טאמער האט ער עס פונקט יא פארציילט, האט ער עס נישט געהערט פון זיין טאטע. מיר קענען עס פון דער רבי אין חדר, וואס ער האט עס אויך נישט געהערט פון טאטן נאר פון זיין רבי, און אזוי ציעט זיך עס ווייטער ארויף, פון חדר רבי צו חדר רבי, ביזן... צאינה וראינה און עברי טייטש חומש.

אז מ'וועט עלטער ווערן און מ'וועט אנטוויקלען א געשמאק אין חומש מיט מפרשים און א הרגש צו פארשטיין א מדרש, וועט מען עס קענען נאך בעסער פונעם רבי'ן.

אויב איז דער סיפור א געלערנטער זאך, א לימוד ווי אלע לימודים, געהערט עס טאקע צו לערנען אין חדר אינמיטן זמן און נישט יום טוב ביים טיש.


***


אוודאי, אז גאט ב"ה האט געהייסן דערציילן די מעשה, איז עס א ציווי אויף שטענדיג, לדורי דורות, אפגעזען די טוישן אין די אומשטענדן. ודברך אמת וקים לעד.

נאכמער, כפי שקבלתי (בײ מיר איז עס נאך א מסורת שבעל פה, על אף וואס ס'איז שוין מסתמא געווארן אראפגעשריבן ערגעץ וואו) איז דא אין דעם א סגולה (נישט די סארט פון וואס מ'פארקויפט הויפנס, נאר מסגולות המצוות) אז ווען א איד הערט דעם סיפור פון זיין טאטע פסח ביינאכט, אפילו א בן חכם פון אן אב פשוט, ווערט די אמונה פארשטערקערט ביי אים אין הארץ, באופן סגולי.

אבער כדי דאס יוצא צו זיין, איז גענוג דער סדר ההגדה וואס מיר אלע זאגן דאך ממילא.

און ווי צוטרעפליך און געמאסטן זענען די ווערטער פונעם רמב"ם סוף הלכות חמץ ומצה, נאכן מאריך זיין בחיוב סיפור מצרים בלילה הזה, והכל לפי דעתו של בן אביו מלמדו, פירט ער אויס: נוסח ההגדה שנהגו בה ישראל בזמן הגלות כך הוא וכו'... דהיינו, ווען וועלט איז געווען וועלט, האט יעדער טאטע דערציילט זיין קינד כפי כחו, אבער היינט מאורך הגלות איז אונז געבליבן נישט מער ווי א נוסח קבוע. זהו.


***


אלזא, וואס איז אונז נאך פארבליבן צו זיין פארנומען דערמיט פסח ביים סדר?

איז עס בכלל א פראגע? פעלט דען פאר א איד וואס צו טון ביים סדר פסח ביינאכט? ווען, אויב נישט פסח ביינאכט, איז די צייט אריינצוקלערן אין דער אייגענער יציאת מצרים וואס מ'האלט אין איין אריבערגיין אויף א לויפנדן פארנעם? די מיטמאכעניש אויף וואס מיר קענען אנטייטלען: בעבור זה עשה ה' לי בצאתי ממצרים?

ווען נאך קען מען אזוי קלאר זען דער געשטאלט, וואס א גאנץ יאר קוקט ארויס צו אונז פון די שאטנס, אויף די אלע אומוועגן וואו מיר ווערן פארוואגלט?

געדענקט, מיר זענען אלע אליין אויך קינדער, מ'קען מקיים זיין דעם והגדת לבנך מיט זיך זעלבסט. דאס וואס מ'קען נישט ארויסזאגן מיטן מויל, ליבא לפומא לא גליא, קען מען אבער גוט אריינזעצן אין הארץ.


***


פאר אפאר יאר צוריק האב איך געליינט אן ארטיקל פון א שרייבער אין ארץ ישראל. שילדערט ער דארט ווי א איד קומט צום סדר, א מהר"ל פון איין זייט און ר' צדוק אויפן צווייטן זייט, ער הייבט אן צו רעדן הויכע דיבורים, און... דער עולם האלט נישט מיט, דא גיסט א קינד אויס אביסל וויין און דער איד ווערט אביסל אויסער זיך. שרייט אים דער שרייבער אן: "ר' איד, ס'איז פסח נאכט! איר דארפט פארברענגען צוזאמען מיט די קינדער, טאמער האלטן זיי נישט מיט דיר, זינג מיט זיי 'פרעה אין פידזשאמעס אינמיטן פון די נאכט'..."

און איך קלער מיר... 'פרעה אין פידזשאמעס' זינג איך שוין פון פרשת בא... פארברענגען מיט די קינדער? ס'גייט דאך א חול המועד.

אבער ווען וועט מען זיך פאר'מח'ן מיטן מהר"ל און ר' צדוק'ן, אויב נישט אויף אט די דאזיגע נאכט פון פסח?


***


אויב איז דער סיפור גופא מער נישט קיין מורשת ביי אונז, מיינט עס נאכנישט אז מיר זענען נאקעט פון גלאררייכע פארצייטישע געדענקענישן. פארקערט, ס'לאזט זיך זאגן אז דער ברענשטאף וואס האלט ביים לעבן דאס לעצטע פונק אינעם קוים טליענדע פייערל וואס גליעט נאך אין א אידיש הארץ, איז דער פארנאגטער בענקעניש צו די אור-אלטע קלאנגען פון פארגאנגענע צייטן. ובראש כל מועדות נישאת פסח, וואס ביים ווייטסטן איד, אז ער דערמאנט זיך נאר פון דעם יו"ט, שפילט עס אים אויף די הארץ סטרונעס א נאסטאלגישער ניגונ'דל.
איך אליין, און איך גלייב אז איך בין נישט אליין, אז איך וויל זיך דערמאנען פון זיידן ז"ל, די ערשטע בילד וואס קומט ארויף אין זכרון, איז ווי ער זיצט ביים סדר טיש. און ניין, ער האט נישט גערעדט מיט מיר דאן, אבער דאס האב איך שוין דעמאלטס געקענט וויסן אז זיינע אפענע, פאראויס קוקנדע, אויגן זעען פאר זיך פארגאנגענע פארלאפענע געשענישן, וואס האבן זיך אפגעשפילט אין דער גאר ווײטער אמאל, און אז ווען ער האט זיך ביים סדר אויסגערעדט מיט גאט, איז עס געווען צו דער זעלבער פארצייטישער גאט וואס האט געשיצט אויף זיינע עלטערן און האט אים אליין אויך נישט פארלאזט אין זיינע ענגע צייטן.
און אז איך זיץ מיר ביים סדר טיש און זע פאר מיינע אויגן מיין גאט, מיט וועם איך בין באקאנט געווארן אין מיינע וואלגערנישן, דערקען איך אין אים דער זעלבער גאט אויף וועם מיין זיידע האט זיך געשטיצט אין זיינע וואנדערנישן, אויף צומאל גאנץ אנדערע שטראזן.
און פלוצלינג קען איך מיך אליין אויך עראינערן אין די אור-אלטע זכרונות. און אז איך טרעף מיך אין דעם עבר, און זע וואס איז אין אמת'ן אויך אן עתיד, קען איך שמעקן די אייביגקייט.


און אז מ'איז זיך מתבונן, איז געבליבן א וועג, אפילו באין אומר ודברים, מקיים צו זיין דער תכלית כוונת התורה פון והגדת לבנך.

זאלן עס די קינדער וויסן און געדענקען און, מיט בענקעניש, איבערדערציילן זייערע קינדער: פסח ביינאכט איז, ביים טאטן, אנדערש געווען פון אלע אנדערע נעכט פון א גאנץ יאר.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר