אחרית הימים:

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3330 מאל

אחרית הימים:

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]עס זענען פארהאן איבער די וועלט פארשידע רעליגיעס און גלויבונגן. מערסטייל פון אלע גלויבונגן הויפזעכליך די אידישע און פונאדערגעשייד די קאטוילישע, ערהאלטן א באגריף וואס רופט זיך אחרית הימים, אדער ווי עס ווערט אנגערופן אין קאטוילישע טעאלאגיע די אַפּאָקאַליפּסיע. דאס אויבערפלעכליכער באדייט פון אחרית הימים איז, אז דער היינטיגער וועלטס ארדענונג גייט קומען צו אן ענדע און א נייע וועלטס ארדענונג וועט ערשיינען אויפן האריזאנט. אין ציגאב גייט זיך דאן גלייכצייטיג אפשפילן פארשידענע פארכטיגע געשענענישן. אבער די ענדע וועט ווירקליך זיין גוט. אלע מענטשען וואס וועלן באווייזן איבערצולעבן די דעמאלסדיגע פארכטיגע און אויסערארענדליכע געשענענישן, וועלן ענווענטועל גענוסן פון א וועלט פון לויטער-גוטס, פון א וועלט פון געטליכע וויסנשאפט און פארשטאנד, און יעדע באשעפעניש וועט זיך דעראבערן אן אינטימיטענטע-באציאונג מיטן אלמעכטיגער באשעפער.

איידער יעקב אבינו האט זיך אפגעזעגנט פון דער וועלט, האט ער איינגעזאמלט זיינע צוועלף קינדער. דער פאטער יעקב האט דאן געוואלט אנטפלעקן וואס עס וועט זיך ווירקליך אפשפילן אין די אחרית הימים עפאכע. זאגאר אין די סאמע לעצטע מינוט האט זיך דאס הייליגער גייסט מיטאמאל אפגעטאן פון אים. דער באשעפער האט פילייכט געוואלט אז דאס זאל פארבלייבן א פארבארגענער געהיימעניס ביז צו די טעג ווען די געשענענישן וועלן ווירקליך צושטאנד קומען. שפעטער אין די הייליגע תורה, הויפזעכליך אין נביאים און כתובים, געפונען מיר יא געוויסע קרישקעלעך און אנאקדאטן איבער געשענענישן וועלכע וועלן זיך פארלויפן אין יענע מיסטיריעזע טעג. גענוי וואס ווייסן מיר טאקע נישט, אבער די נביאים האבן אונז פארט אנטפלעקט געוויסע אינטערעסאנטע איינצעלהייטן וועלכע וועלן זיך אפשפילן אין יענע פארכטיגע טעג.

לויט ווי מען זעט אין די פסוקים גייען זיך דאן אפשפילן די פאלגענדע פאדאמענטאלע געשענענישן: תשובה, חבלי משיח, ביאת אליהו הנביא, משיח, קיבוץ גליות, מלחמת גוג ומגוג, פורעניות הגוים, און ימות המשיח.

תשובה:

משה רבינו זאגט:
"ס'וועט זיין ווען עס וועלן קומען אויף דיר דעם בענטשונג און דעם שעלטונג וואס כ'האב געגעבן פאר דיך היינט. וועסטו זיך אומקערן דיין הארץ - דארט אין די נאציאנען וואו דער באשעפער האט דיך דארט פארוואגלט. דו וועסט דיך אומקערן ביז צום באשעפער און דו וועסט זיך צוהערן צו זיין שטימע, גענוי ווי איך באפעל דיך היינט דו און דיינע קינדער, מיט דיין גאנצע הארץ און דיין גאנצע זעל. דער אייבישטער וועט דיך דאן צוריק קערן און ער וועט זיך אויף דיר דערבארעמען.
ער וועט דיך איינזאמלן פון צווישן אלע פעלקער וואו ער האט דיך צושפרייט דארט. אפילו דו וועסט זיין פארוואגלט ביז צום ברעג פונעם הימל וועט דיך דער באשעפער פון דארט איינזאמלען, און פון דארטן וועט ער דיך אפנעמען. ער וועט דיך ברענגן צום לאנד וואס דיינע עלטערן האבן דיך געירשענט, און דו וועסט דאס ירשענען. און ער וועט דיך גוטס טאן און פרוכטבארן מער פון דיינע עלטערן..."

וואס מיר נעמען ארויס פון דעם איז ווי פאלגענד:
ס'גייט קומען אויף אידן גרויסע צרות, חבלי משיח.
אידן גייען עטווענטועל תשובה טאן צום באשעפער מיט זייער גאנצער הארץ און גאנצער זעל.
דער אייבישטער גייט אונז דאן צוזאמנעמען, און אונז אומקערן צוריק אהיים קיין ארץ ישראל.
מיר גייען דאן פארוואנדלט ווערן צו גאר א גרויסער נאציאן, גרעסער ווי מיר זענען נאר אמאל געווען!

חבלי משיח:

דער געטליכער נביא חבקוק האט געהאט גאר א שארפער ווערטער אויסטויש מיטן באשעפער, אזש ער האט זיך איינגעשפאנט און דעקלערט אז ער רירט זיך נישט פון ארט ביז דער אייבישטער ענטפערט אים נישט פארוואס ס'גייט גוט פאר די רשעים און פאר די צדיקים איז אזוי ביטער... ווי ער האט זיך אויסגעדרוקט: על משמרתי אעמדה ואתיצבה על מצור, ואצפה לראות מה ידבר בי, ומה אשיב על תוכחתי. ווען חבקוק האט אבער אינאכט גענומען - אז ער האט עטוואס איבערגעצויגן דאס שטריקל, האט ער זיך געוואנדן צום אייבישטען מיט א שטארקע געוויין, און פארפאסט גאר א הארציגער געבעט. א געבעט וואס איז באלד פארוואנדלט געווארן צו געטליכער נבואה איבער אחרית הימים... אט איז זענען עטליכע אויסצוגן פון זיין נבואה איבער די חבלי משיח פון וואס משה רבינו האט נאך פארגעזאגט:

חבקוק ווענדעט זיך צו אייבישטן:
"דו האסט באפולמעכטיגט אז די מעכטיגע ארמייען פון די גוים זאלן זיך צוזאם נעמען און מארשירן איבער מיר - זיי האבן געשטורעמט מיך צו צושטויסן. זייער פרייד דערביי איז געווען ווי אויפצועסן אן ארימאן אין די באהעלטעניש. אצינד האט דיין פערד געריטן אויפן וואסער און די וואסערן האט זיך נישט געשפאלטן...
ווען איך וועל דאס הערן וועלן זיך מיך די קישקעס דרייען צו די קויל פון די שאלן פון מיינע לעפצן, עס וועט מיך געבן א סקריך אין אלע ביינער, און עס וועט מיר אנהייבן ברענען אונטער פוס, פארט וועט מיך דאס פאלגענדע מאכן רוהן אינעם טאג פון די טראגעדיע. ארויפצוגיין צוריק קיין ארץ ישראל וועל איך מיך צוזאמנעמען ווי א גוט-ארגענעזירטער ארמיי. ווארום די פייגן בלומען נישט, און עס איז נישט פארהאן קיין טרויבן אין די וויינגערטער, און די איילבירטן געבן נישט ארויס זייער אויל, און די אויסגעקלאפע תבואה פראצעדורן נישט קיין עסן, עס איז פארשניטן פון די שטאלן די שאף, און עס איז נישט פארהאן קיין רינדער אין די שטאלן.

דאן וועל איך מיר דערקוויקן מיטן באשעפער, און וועל מיך פרייען מיט מיין באשעפער וואס האט מיך געהאלפן, ג-ט מיין באשעפער, מיין שטארקייט, וואס האט געמאכט מיינע פוס ווי געשיקטע אונדן, אויף מיינע מזבחות וועל איך טרעטן, און איך וועל דארט זינגן מיינע געזאנגן..."

דער געטליכער נביא חבקוק זאגט אונז דא מורא'דיגע זאכן:

אין אחרית הימים גייען גויאישע ארמייען מארשירן שלעכסט צו טאן פאר אידן.
ס'גייט זיין א שרעקליכער הונגער אויף דער וועלט, ווי ער דרוקט זיך אויס: כִּי תְאֵנָה לֹא תִפְרָח, וְאֵין יְבוּל בַּגְּפָנִים. כִּחֵשׁ מַעֲשֵׂה זַיִת, וּשְׁדֵמוֹת לֹא עָשָׂה אֹכֶל, גָּזַר מִמִּכְלָה צֹאן וְאֵין בָּקָר בָּרְפָתִים.
און אפגעזען פון די טראגיש צרות, גייען זיך די אידן פארט פרייען, ווארום די שרעקליכע צרות איז א דייטליכער צייכן אז די ישועה איז שוין ממש אונטערוועגנס. די חבלי משיח וועט זייך גלייך צו חבלי לידה... וואס מער נאנטער צום געבורט אלס שטערקער איז דאס פיין.

ביאת אליהו:

אנהייב בית שני ווען די אידן האבן אינאכט גענומען ווי די געטליכע-נבואה האלט זיך אט ביים אפהאקן, און דער דירעקטע מענטשליכע-קאמיוניקאציע צווישן זיי מיטן באשעפער האלט שוין ביי די גסיסה, איז זיי געווארן גאר קאלעמוטנע אויפן הארץ... דערפאר האט זיי דער לעצטער נביא מלאכי געטרייסט און געזאגט, ברודער זייט נישט באזארגט, דאס אפוועזענהייט פון געטליכע-נבואה איז נישט פערמאנענט – סאיז בלויז אויף צייטווייליג, זאגאר אין אחרית הימים זאגט דער דער אייבישטער:

"איך שיק ענק דעם אליהו הנביא, איידער דאס ערשיינונג פון ג-טס-טאג, דער גרויסער און דער פארכטיגער"

און וואס וועט זיין זיין מיסיע?

זאגט דער נביא ווייטער: "ער וועט מאכן אידן תשובה טאן. אין רעזולטאט וועלן די הערצער פון די טאטעס זיך אומקערן צו די פארבלאנדזשעטע קינדער, און די קינדער וועלן ענדליך שלום-מאכן מיט זייער טאטעס. ווייל פילייכט וועל איך קומען פלוצלונג, און די וועלט וועט געכאפט ווערן אין א טיפע שאקירונג"

משיח \ קיבוץ גליות:

דער לעגאנדארער אנטיסמיט, דער דעמאגאג, און גרעסטער וועלטס-שעלטער פון אלע גענעראציעס, בלעם פון פתורה, איז געווען דער ערשטער וואס האט עמטליך פאראויסגעזאגט אז אין אחרית הימים גייט אויפשטיין א משיח, אט איז וואס ער זאגט:

"איך קוק ווייט, און נישט נאנט. ס'וועט קומען צו פליען א שטערן פון יעקב, ס'וועט אויפשטיין א באצווינגער פון די הויזגעזונד פון די אידן, וואס וועט צושטויסן מואב, און באצווינגן אלע קינדער פון שת. דאס איז אייגענטליך די גאנצע ציוויליזאציע."

זאגאר דער נביא ישעיהו זאגט אונז פול מער דעטאלן. לאמיר ציטירן א קאפיטאל פון די הייליגע נביאה פון ישעיהו בן אמוץ - ועל ידי עבדיך הנביאים כתיב לאמור...

"ס'וועט ארויסגיין א קעניגרייך פונעם אפשטאם פון ישי, און א צווייגל פון זיינע ווארצלן וועט זיך צו בלומען.
ס'וועט רוהן אויף אים א געטליכער גייסט, א גייסט פון חכמה, א גייסט פון פארשטאנד, א גייסט פון ראט און שטארקייט, א גייסט פון וויסנשאפט און פארכט פונעם אלמעכטיגער ג-ט.
מיט זיין פארכט פון ג-ט וועט ער דערשמעקן דעם אמת, ער וועט נישט אורטיילן ווי אזוי ער זעט מיט די אויגן, און נישט איבערגעצייגט ווערן ווי ער הערט מיט די אויערן. ער וועט אורטיילן מיט גערעכטיקייט ארימעלייט, זיין גלייכקייט וועט דינען אלס א זעלבסט-איבערצייגעניש פאר די פאלקסלייט.
ער וועט שלאגן לענדער בלויז מיטן שעלטן פון זיין מויל, און מיט די ווינט פון זיינע ליפן וועט א רשע שטארבן.
גערעכטיקייט וועט זיין ווי א גארטל אויף זיינע לענדן, און זיין טיפע גלויבן אינעם אייבישטן, וועט אים זיין ווי א לייב-גארטל."

ישעיהו זעצט ווייטער פאר מיט זיינע איבעראשענדע אנטפלעקונגען...

"אין יענעם טאג, וועט דער אפשטאמיגער פון ישי שטיין ווי א הויכע מאסט פאר די אויגן פון אלע פעלקער, נאציאנען וועלן אים פארשן און זיין עהרע וועט זיין רוה...
אין יענע טעג גייט דער באשעפער צום צווייטן מאל אפקויפן די רעשטלעך פון זיין פאלק די אידן וועלכע וועלן פארבלייבן אין אשור, מצרים, פתרוס, כוש, עילם, שנער, חמת, און פון די האלב-אינזעל לענדער, וואו די עשרת השבטים האלטן זיך אצינד אויף. ער וועט אויפהייבן א צייכן צו אלע נאציאנען צוזאמען צו נעמען די פארוואגלטע עשרת השבטים. אויך די פארשטויסענע פון יהודה וועט ער גלייכצייטיג צוזאמען צו נעמען פון אלע עקן פון איבער די גאנצער גארער וועלט.
עס וועט זיך דאן אפטאן די אומפארגינערישקייט פון אפרים צו יהודה. דאס איז אפגעזען פון דעם וואס די נישט-אידישע פיינט פון יהודה וועלן גענצליך פארשניטן ווערן אויף שטענדיג.
אפרים וועט מער נישט אומפארגינען יהודה, און יהודה וועט מער נישט אונטערדרוקן אפרים.
די נארוואס אומגעקערטע אידן וועלן זיך בליץ-שנעל אויסשפרייטן און אריינדרינגן ביז טיף אריין אין די פלשתים טעראטאריע - וואס געפונט זיך אויפן מערב-ברעג פון ארץ ישראל. זיי וועלן אויך דעראבערן און אקופירן די בני מזרח, און זיי וועלן לייגן זייער האנד אויף אדום און מואב - וועלכע געפונען זיך אויף דרום זייט פון ארץ ישראל, און באצווינגן די קינדער פון עמון - וואס געפונען זיך אויף צפון.
דאן וועט דער אייבישטער שפאלטן דעם רויטן ים ביים סועץ-אפגאס, דאס איז דער שמאלער אפגאס וואס טיילט אפ צווישן דעם סיני האלב-אינזל און ארץ ישראל. אזוי אז די אידן פון עגיפטן זאלן האבן די מעגליכקייטן צוריק צו קומען אהיים קיין ארץ ישראל גרינגערהייט.
ער וועט דאן אויפהייבן זיין האנד אויפן טייך יופראַטעס מיט זיין שטארקסטער קראפט, און עס צוטיילן צו זיבן באזונדערע טייכן. ער וועט דאן באטרעטן די זיבן טייכן מיט זיינע אייזענע שטיוול. אין רעזולטאט וועלן זיך טייכן שפאלטן. און די אויסגעטרינקנטע טייכן וועלן דינען אלס גלייכע שטראזן פאר די איבערבלייבענישן פון די אידן פון אשור, פתרוס, כוש, עילם, שנער, און חמת. אזוי ווי ער האט געטאן פאר די אידן אינעם טאג פון זייער ארויסגאנג פון עגיפטן."

דער אינהאלט פון דעם דאזיגען געטליכער נביאה פון ישעיהו איז גאר אינפארמאטיוו. עס ערהאלט א פלייץ פון גאר ווערדפולע אינפארמאציע איבער די אנטוויקלונגן וועלכע וועלן זיך פארלויפן אין אחרית הימים.

עס גייט אויפשטיין אן אויסלייזער וואס וועט זיין א אפשטאמיגער פון דוד המלך. ער וועט פארמאגן אומנאטורליכע אייגשאפטן, מערסטייל וועט ער זיך אויסצייכענען מיט גערעכטיקייט און גלייכקייט, מ'וועט אים אויף קיין שום פאל נישט קענען אפנארן. ווארשיינליך רעדט דער נביא פונעם לאנג-ערווארטערטער מלך המשיח.
די מיסטיריעזע פארלוירענע רויטע אידלעך גייען ענדליך ארויסגעשלעפט ווערן פון זייערע פארבארגענע באהעלטענישן אינעם מיטל-מזרח און פונעם ווייטן אזיע, און זיך ענדליך צוריק צוזאם-טרעפן אין פריידען מיט זייערע אויסגעבענקטע ברודער פון יהודה, אויף די באדן פון אונזער הייליג אויסגעבענקט לאנד אין ארץ ישראל.
די שטרייטן און קאנפראנטאציעס וואס האט פון שטענדיג אן געהערשט צווישן יהודה און שומרון, אדער ווי געטליכער דיכטער שלמה איבן גבירול אין זיין הארץ-רירענדע קלאג ליד רופט אן די צוויי אידישע פעלקער אהלה און אהליבה, גייען ענדליך בלויז געהערן צו די ווייטע פארגאנגענהייט. און די גויאישע פיינט וועלכע האבן אין גלות געשעפעט מיט אידן גייען איין מאל פאר אלעמאל גענצליך פארשוואונדן ווערן פונעם געזיכט פון די ערד.
דער אידישער קעניגרייך אין ארץ ישראל גייט זיך ארויסגיסן פון די היינטיגע גרעניצן, און עס וועט אריינעמען אין זיך די דערנעבנדיגע פעלקער ווי פלשתים אויף מערב, אדום און מואב אויף דרום, און עמון אויף צפון.
דער רויטער ים גייט זיך ווידעראמאל שפאלטן - ווי ס'האט פאסירט ביי יציאת מצרים. נאר דאס מאל גייט זיך דאס אפשפילן אויף אן אנדערער ארט אינעם רויטן ים.
דער שטורעמישער יופראַטעס-טייך וועלכע הייבט אן איר שטרום פון די באוויסטע אררט בערג אין ארמעניע, און שלעגלט זיך דורך די לענדער, טערקיי, סיריע, און איראק, ביז עס פליסט אריין אינעם פרסישן גאלף – גייט דאן צוטיילט ווערן צו זיבן באזונדערע טייכן, און דאס גייט דער באשעפער אויך פארוואנדלן צו טריקעניש, אזוי אז ס'זאל דינען אלס א טריקענער און גלייכער שטראז פאר די מאסן אידן וועלכע מאכן זייער וועג צום ריכטונג פון ארץ ישראל...

מלחמת גוג ומגוג \ פורעניות הגוים:

אינעם ערשטן טייל פונעם אויבנדערמאנטע הארציגער געבעט פונעם געטליכער נביא חבקוק, זאגט ער ווי פאלגענד:

"אויף די טייכן וועלכע האבן זיך געשפאלטן אינעם פארגאנגענהייט פאר אידנס וועגן, האסטו דען געצארנט? אויף די מעכטיגע אקעאנען האסטו דען געצארנט? ווען דו רייטס אויף דיין פערד, אויף דיין רעטונגס-וואגן, איז אנשטאט אז דער פילפארביגער רעגן בויגן וואס דערמאנט די שבועה וואס דו האסט געשוואוירן אז דו וועסט מער נישט ברענגען קיין מבול אויף דער וועלט זאל זיך אויפוועקן, וועט זיך גאר אויפוועקן גאנץ א אנדערע שבועה – א שבועה וואס די האסט געשוואוירן אויסצולייזן די אידישע שבטים פונעם גלות.
די אונטערערדישע טייכן וועלן אויפשפאלטן דעם ערד קוגל, און מעכטיגער פארפלייצונג וועט פארפלייצן די וועלט. און ווען די בערג וועלן זען דעם טויטליכען-פארפלייצונג, וועלן זיי דערציטערט ווערן ביז גאר. דער שטורמישער פארפלייצונג וועט דורכגיין אויפן גאנצן ערד קוגל, דער טיפער-אפגערונט וועט לאזן הערן זיין שטומע, און די וואסערן וועלן זיך הייבן מיט א שנעלקייט ביז צו די בערג-הויכן.
דער זון און דער לבנה וועלן בלייבן שטיין, און די אידן וועלן קעמפן מיט זייער פיינט צו די ליכטיקייט פון די מעכטיגע אלגביש-שטיינער וואס דער אייבישטער גייט דאן ווארפן אויף די גוים, אזוי ווי ער האט געווארפן אויף די כנענים אין די טעג פון יהושע.
דער אייבישטער וועט מארשירן מיט צארן, און מיט אויפברויז וועט ער צוטרעטן פעלקער. דו ביזט ארויסגעגאנגען העלפן דיין פאלק און העלפן דיין אויסלייזער, האסט צושפלעטערט דעם קאפ פון דעם רשע, האסט צוהאקט זיין גרונד ביז צום האלץ אויף שטענדיג..."

דער אייבישטער אליינס וועט ארויסגיין אין שלאכט מיט משיח אינאיינעם און פארטיליגן די גוים.
דורכאויס די מעכטיגע שלאכטן גייט דער גאנצער מעכטיגער סאלאר אפאראט - וואס פונקציאנירט שוין זינט ג-ט זעלבסט האט דאס אקטעוויזירט אין יענעם מיטוואך פונעם וועלטס באשאף מיטאמאל אויסגעשאלטערט ווערן. די זון און די לבנה וועלן צום ערשטען מאל בלייבן שטיין. אין רעזולטאט ווען הערשן א טינקלקייט אויף די וועלט, און די גראנדיעזע שלאכטן וועלן געפירט ווערן צו די ליכטיקייט פון די מעכטיגע אלגביש שטיינער וואס וועלן פליען אויף די גוים מיט קראפט. א מעכטיגער פארפלייצונג וועט פארפלייצן די גאנצע וועלט, בלויז פאר די אידן וועלן זיך די וואסערן אפטריקענען.

נעמליך, חבקוק גיבט אפ זייער ווינציג איינצעלהייטן איבער די שלאכטן, דאקעגן די נביאים יחזקאל און זכריהו לייגן אראפ די מורא'דיגע שלאכטן אויף א סאך א ברייטערער פארנעם...

דער קריג וועט זיין אנגעטיילט אין דריי באזונדערע שלאכטן: יחזקאל באציהט זיך מער ווייניגער אויף די ערשטע צוויי שלאכטן, און זכריהו באציהט זיך הויפזעכליך אויפן דריטן און ענדגילטיגער שלאכט.

יחזקאל זאגט נבואה איבער דעם ערשטן שלאכט:

"אזוי האט געזאגט דער באשעפער – איך האלט מיינע אויגן אויף דיר, גוג-דער הער. דער הויפט פון די פעלקער משך און תבל. איך וועל דיך אנדרייען, און איך וועל אריינלייגן קרוקען אין דיינע באקען. איך וועל דיך ארויסצווינגן אינאיינעם מיט דיין גאנצער מעכטיגער מיליטער, פערד און רייטער פולקאם אויפגעריסטעט. א גראנדיעזער ארמיי אנגעפאנצערט ביז צו די ציין. אלע וועלן האלטן אין די האנד אויסגעשלייפטע שווערדן אין די האנד.
אויף איין זייט וועלן קעמפן די פעלקער פרס, כוש, און פוט, אנגעפאנצערט און באשוצט. און אויף די אנדערע זייט די פעלקער גומר מיט אלע אירע פיליאלעס. דער הויזגעזינד פון צפון-תוגרמה מיט אלע זיינע פיליאלעס, און א סאך פעלקער וועלכע וועלן זיין אנגעשלאסן אין דיין מעכטיגע קואליציע.
גרייט אן דיין מיליטער, און מאך דיך גלייכצייטיג אויך גרייט. און אויך אלע זעלנער וועלכע וועלן זיך אנשליסן אין דיינע מעכטיגע ארמייען - ווארום דו וועסט זיין דער, וואס וועט האלטן אויפזיכט איבער זיי, און שטיין אין שפיץ פון די גאנצע קואליציע.
פאר אלעם וואס עטץ האטס געטאן אין די פארגאנגנהייט פאר אידן, וועט איר אצינד באשטראפט ווערן. ווי אזוי? אין אחרית הימים וועט עטץ קומען צו א ווילד לאנד, צו א לאנד וואס איז גענצליך רואינירט פון שווערד און חורבן, א לאנד פון אימיגראנטן פון אסאך נאציאנען, צו די אידישע שטאטן וועלכע זענען טאטאל רואינירט. אירע איינוואוינער זענען נארוואס ארויסגעלאזט געווארן פון צווישן די פעלקער, און זיי האבן זיך באזעצט אין זייער לאנד, זיכער.
דו וועסט ארויפגיין קיין ארץ ישראל. ווי א האליקאסט וועסטו קומען, ווי א מאסיווער זאמד וואלקן וועלכע באדעקט די שיין פון די ערד וועסטו זיין, איינעם מיט דיין קואליציע וועלכע וועלן דיך באגלייטן.

אזוי זאגט דער אייבישטער: עס וועט זיין אין יענעם טאג, וועסטו אנהייבן שפאקולירן, דו וועסט טראכטן געמיינע זאכן. דו וועסט טראכטן ארויפצוגיין און האלטן א קריג מיט ארץ ישראל, צילוב דעם וואס דאס לאנד איז נאך אומבאמויערט, און אז אירע איינוואוינער זענען נאך אומבאוואפנט, דערפאר קען איך בארויבן דאס לאנד און איר גענצליך צוריק פארוויסטן. און גלייכצייטיג צושטערן דעם בליענדן אונטערנאציאנאלער האנדל וועלכע די אידן וועלן פירן מיט די נאציאנען וואו זיי האבן זיך אויפגעהאלטן אין גלות. אזש די רייכע עקאנאמישע לענדער, א שטייגער ווי שבא, דדן, תרשיש, און די געפערפערטע ביזנעס לייט, וועלן דיך פרעגן מיט וואונדער – אויף צו רויבן ביזטו געקומען? צו פלינדערן האסטו מאביליזירט דיין ארמיי? צו נעמען זילבער און גאלד? שאף און רינדער? צו רויבן א גראנדיעזע רויב ביזטו געקומען?
דערפאר, מענטש! זאג פאר גוג, אזוי האט געזאגט דער באשעפער: אין יענעם טאג וואס מיין פאלק זיצט זיכער אין זייער לאנד, זאלסטו וויסן אז דו וועסט קומען פון דיין ארט אינעם צפון ווינקל אינאיינעם מיט א סאך נאציאנען, אלע געשולטע פערד-רייטער, א גרויסע פארזאמלונג און א מעכטיגער מיליטער.
דו וועסט ארויף קומען אויף מיין פאלק ווי א וואלקן, און איבערצודעקן ארץ ישראל, אין אחרית הימים וועט דאס פאסירן. איך וועל דיך בלויז ברענגען צו מיין לאנד, אזוי אז די נאציאנען זאלן מיך וויסן ווען איך ווער געהייליגט פאר זייערע אויגן, און טאקע דורך דיר גוג. אזוי האט ג-ט געזאגט, דו ביזט דער פון וועמען איך האב גערעדט אין די פריערדיגע טעג דורך מיינע קנעכט די אידישע נביאים אז איך וועל דיך ברענגן אויף זיי.

ס'וועט זיין אין יענעם טאג ווען גוג וועט קומען אויפן אידישן באדן - זאגט דער אייבישטער: דאס צארן וועט מיר אויפקומען אין די נאז לעכער, און א פייער פון אינערליכע צארן וועט ברענען אין מיר, זאגט דער אייבישטער.
ווען נישט, אויב נישט אין יענעם טאג, וועט ווערן א גרויסער רעש אויפן אידישן באדן, און די פיש אין ים, די פייגל פון הימל, די חיות פון פעלד, די קריכענדע אינזעקטן, און אלע מענטשן אויף דער ערד וועלן דערציטערט ווערן. בערג וועלן זיך וואקלן, און טרעפ וועלן אונטערברעכן, און יעדע מויער וועט איינפאלן, אזש די בערג זעלבסט וועלן פארוואנדעלט ווערן צו טויט שווערדן. די פעלקער וועלן זיך דאן צווישן זיך הרג'נען.
איך וועל מיך מיט אים ריכטן מיט מארד און בלוט, און א שטורמישע רעגן צונויפגעמישט מיט מאסיווע אלגביש שטיינער, און פייער און שוועבל, וועל איך מאכן רעגענען אויף אים און אויף זיין גאנצע קואליציע.
כ'וועל געגרויסט ווערן און באוויסט ווערן פאר א אומצאליגע פעלקער, זיי וועלן וויסן אז איך בין ג-ט..."

דער דאזיגער נביאה איז א גראפישע און דעטאלירטע שילדערונג איבער דעם ערשטען מעכטיגער קריג וועלכע וועט זיך אפשפילן אין ארץ ישראל צווישן די מערב וועלט און די אראבישע לענדער אין אחרית הימים. גוג שטעלט מיט זיך פאר די מערב נאציאנען, און פרס, כוש, און פוט די אראבישע נאציאנען. סיי די אראבער און סיי די מערב לענדער וועלן אינוואנדירן ארץ ישראל מיטן ציל איר אויסצופלינערן, און ג-ט זעלבסט וועט מיט זיי פירן קריג, און זיי וועלען זעך אויסהרג'נען איינעם דעם צווייטן, און ס'וועט קומען אויף זיי א רעגן א געמישעכס פון בלוט, מארד, אלגביש שטיינער, פייער, און שוועבל, וואס וועט גענצליך פארניכטן די רעשטלעך פון די ארמייען פון גוג.

דער דאזיגער ערשטער שלאכט וועט זיך פארלויפן נישט אין ירושלים, נאר ערגעץ-וואו לעבן די גרעניצן פון ארץ ישראל. דער צווייטער שלאכט וועט זיך דייטליך יא פארלויפן אויפן סאמען אידישן באדן, זאגאר נישט אין ירושלים. בלויז דער דריטער שלאכט וועט פארקומען אין ירושלים.

אט שילדערט יחזקאל דער צווייטער שלאכט:

"זאג פאר גוג: אויף די בערג פון ארץ ישראל וועסטו פאלן דו מיט דיין קואליציע.
פאר די פארציקענדע פייגל און פאר די חיות פון פעלד וועל איך דיך געבן צו שפייז.
דו וועסט פאלן אויפן אפענעם פעלד, ווייל אזוי זאג איך דער באשעפער פון דער וועלט.
כ'וועל שיקן א העליש פייער אין דיין לאנד מגוג, און גלייכצייטיג אויך אויף דאזיגע וואס וואוינען אין די לענדער אין די האלב-אינזעלען פארזיכערט. און זיי וועלן וויסן אז איך בין ג-ט.
מיין הייליגער נאמען וועל איך באוויסט מאכן צווישן מיין פאלק אידן, און כ'וועל מער נישט ערלויבן מיין נאמען זאל פארשוועכט ווערן. אלע נאציאנען וועלן וויסן אז איך בין ג-ט דער הייליגטום פון די אידן.
דער טאג קומט, איך קען עס נישט אצינד אנטפלעקן, אבער ווען דער טאג וועט קומען, וועט איר זען אז דאס איז דער טאג, פון וועלכע איך האב גערעדט.

די איינוואוינער פון די אידישע שטעט וועלן ארויסגיין און צוזאמקלויבן די פארבליבענע געווער, פאנצערס, פיילן בויגן, נייגאקעס, און שווערדן, און עס פארברענען אין פייער. און צילוב די גרויסע קוואנטום פון וואפן וועט דער פייער ברענען גאנצע זיבן יאר נאכאנאנד! אזש מ'וועט נישט ברויכן קלויבן האלץ פון פעלד, אדער אויסהאקן האלץ פון די וועלדער, ווארום מ'וועט קענען נוצן די גראנדיעזע הויפנס פון די געווער פאר ברען-מאטריאל.
די אידן וועלן בארויבן די דאזיגע וואס האבן זיי געוואלט בארויבן, און אויספלינדערן די דאזיגע וועלכע האבן געוואלט זיי אויספלינדערן. אזוי זאגט דער באשעפער.

עס וועט זיין אין יענעם טאג, וועל איך דעזיגנירן פאר גוג א ספעציעל דעזיגנירטע באגרעבעניש-ארט אין ארץ ישראל. אין א טיפער טאל וואס וועט זיך אויסשפרייטן פון מזרח ביז מערב, צום ריכטונג פונעם מיטללענדישן ים. דער באגרעבעניש טאל וועט זיין אזוי גרויס, אזש עס וועט אפהאלטן די דורכגייער וואס וועלן רייזן פון מזרח צום ריכטונג פונעם ים. דארט וועט דער גוג מיט זיין גאנצע ארמיי באגראבן ווערן. און דער טאל וועט זיך דאן דעראבערן דעם נאמען: גֵּיא הֲמוֹן גּוֹג.
צוליב דעם וואס ס'וועט נישט פארבלייבן קיין איין סאלדאט פון די ארמייען פון גוג, וועלן די אידן זיין געצווינגן צו באגראבן די טויטע קערפער - אזוי דאס לאנד זאל פארבלייבן ריין פון יעדע סארט טומאה. א פראצעדור וואס וועט נעמען פאר גאנצע זיבן מאנאטן. אפגעזען פונעם אויסטערלישער געפאר אנגעשטעקט צו ווערן מיט ערענסטע כראָנישע קראנקהייטן, מיט וועלכע מען קען ווערן אנגעשטעקט ווען מ'באהאנדלט לאנג-ליגנענדיגע טויטע קערפער, וועט קיין שום אידיש קינד נישט אנגעשטעקט ווערן מיט קיין שום קראנקהייט, און דאס וועט זיי מאכן א נאמען פון עהרע. זאגט דער אייבישטער.
און פון די באשטומטע לייט וועלן זיך אפטיילן א גרופע פון די קברנים, און זיי וועלן באגראבן די אנדערע געפאלענע וואס ליגן אויסגעשפרייט אמעטום אינעם לאנד. אזוי אז דאס לאנד זאל זיין אין גאנצן ריין נאך זיבן מאנאטן. און די דורכגייער אינעם לאנד וועלכע וועלן זיך אנשטאלפערן אין מענטשליכע ביינער - וועלן דאס אנצייכענען ביז די באגרעבער וועלן האבן די מעגליכקייט דאס צו באגראבן אינעם גֵּיא הֲמוֹן גּוֹג. אויך וועט דאס מיליטערישער לאגער וואס גוג האט אויפגעשטעלט אין ארץ ישראל גערופן ווערן עִיר הֲמוֹנָה, און דאס לאנד וועט גערייניגט ווערן..."

איידער דער נביא זכריה טרעט צו נביאות צו זאגן אויפן דריטן און ענדגילטיגער שלאכט - וועלכע וועט זיך אפשפילן אין ירושלים עיר הקודש זעלבסט, לייגט ער ערשט צו עטליכע אינטערסאנטע קרישקעלעך און אנאקדאטן איבער די ערשטע צוויי שלאכטן, הויפטזעכליך איבערן צווייטן שלאכט, וואס יחזקאל און חבקוק האבן באשיינפערליך נישט בארירט אין זייער נביאה.

אט דאס זאגט זכריה איבער דעם צווייטען שלאכט:

"די הערן פון יהודה וועלן זיך זאגן אין הארץ, שטארקט זיך איינוואוינער פון יהודה מיטן ג-ט איבער אלע הערשאפטן ענקער באשעפער.
דער באשעפער וועט העלפן מיט ניסים פאר די געצעלטן פון יהודה ביים ערשטן שלאכט, אין רעזולטאט וועט זיך דאס הויזגעזונד פון דוד וועלכע וועלן דאן וואוינען אין ירושלים - זיך נישט קענען גרויסן איבער יהודה, אזוי צו זאגן: אז בלויז פאר אונז טוט דער באשעפער וואונדער.
אין יענעם טאג וועט דער אייבישטער באשוצן די איינוואוינער פון ירושלים פון די ארמייען פון גוג, און גוג וועט נישט קענען אריינקומען אין די סאמע שטאט ירושלים. און ווער ס'וועט זינדיגן וועט זיין ווי דוד המלך וואס האט באלד תשובה געטאן נאכן זינד פון בת שבע און דער באשעפער האט אים פארצייעט, און די הויזגעזונד פון דוד וועט זיין א מלאך פונעם אייבישטן וואס זינדיגט נישט קיינמאל.
עס וועט זיין אין יענעם טאג, וועל איך וועלן פארניכטן די אלע נאציאנען וועלכע מארשירן אויף ירושלים. איך וועל אויסגיסן אויף די הויזגעזונד פון דוד און אויף די איינוואוינער פון ירושלים א גייסט פון ליבשאפט און לייטזעליקייט. זיי וועלן קוקן צו מיר מיט וואונדער, פארוואס איז משיח בן יוסף געפאלן אין שלאכט? זיי וועלן קלאגן אויף אים ווי מען קלאגט אויף אן איינציג קינד, און זיי וועלן יאמערן אויף אים ווי מען יאמערט אויף א עלצטער קינד וואס איז נעבאך געשטארבן.
אין יענעם טאג וועט דער קלאג זיין אזוי גרויס אין ירושלים ווי דער קלאג פון הדדרימון, ווען דער אידישער קעניג אחאב איז ברוטאליש געשאסן געווארן צום טויט דורך הדד דער קעניג פון ארם. און ווי דער קלאג אינעם טאל מגידון וואו דער קערפער פונעם ערליכער קעניג פון יהודה, יאשיה המלך, איז ברוטאליש דורכגעלעכערט געווארן ווי א זיפ פון דריי הונדרעט שפיזיגע פיילן – וועלכע זענען געשאסן געווארן אויף אים דורך עגיפטישע שארף שיסער דורכאויס דער קריג פון יהודה און עגיפטן.
דאס לאנד וועט קלאגן פאמיליעווייז, יעדע פאמיליע פאר זיך באזונדער. דער הויז פון דוד מיט זייער ווייבער און קינדער באזונדער, די פאמיליע פון נתן מיט זייער ווייבער און קינדער באזונדער, די הויזגעזונד פון לוי מיט זייער ווייבער און קינדער באזונדער, די פאמיליע פון שמעי מיט זייער ווייבער און קינדער באזונדער. איטליכע פאמיליע מיט זייער ווייבער און קינדער באזונדער.
אין יענעם טאג וועט זיך אין ירושלים עפענען א קוואל וואסער פארן הויזגעזונד פון דוד פאר שפרענגוואסער און פאר טבילה לנידות – אפגעזען פונעם פאקט אז היינט צו טאגס איז אין ירושלים נישט פארהאן קיין קוועלער.
ס'וועט זיין אין יענעם טאג זאגט דער באשעפער איבער אלע הערשאפטן, וועל איך פארשניידן די נעמען פון די געצן פון דער ערד אזש זיי וועלן מער נישט געדענקט ווערן, ווי אויך די פאלטשע נביאים און דער גייסט פון טומאה וועל איך אפטאן פון דער וועלט..."

דער דריטער שלאכט וועט ווארשיינליך זיין דער העכסטער קלימאקס פון די געשענענישן אין אחרית הימים. נאך דעם שלאכט וועט דער נייער וועלטס ארדענונג פולקאם אריין גיין אין קראפט, און דאס וועט זיין די ענדע...

דער געטליכער נביא זכריה פארמאכט זיינע הייליגע אויגן מיט אומהויערע מעדיטאציע, און ס'באהערשט אים אן הייליגער גייסט, און ער הייבט אן זאגן:

"עס קומט א טאג צום אייבישטער, ווען עטץ וועסט זיך שוין האבן צוטיילט מיט די רוב פון מגוג וואס ענק האבן שוין עראבערט אין די ערשטע צוויי שלאכטן.
וועל איך איינזאמלן אלע פעלקער פון די וועלט קיין ירושלים צו א גראנדיעזע שלאכט. דער שטאט וועט איינגענומען ווערן, און די הייזער וועלן צושטויסן ווערן, און די פרויען וועלן פארגעוואלדיגט ווערן. א האלבע שטאט וועט ארויספליכטן אין גלות, און די אנדערע האלב וועט נישט פארשניטן ווערן פונעם שטאט.

דער באשעפער זעלבסט וועט ארויסגיין און באקעמפן די נאציאנען, אזוי ווי דער טאג וואס ער קעמפט אויפן פראנט. זיינע פוס וועלן שטיין אין יענעם טאג אויפן הר הזיתים וואס געפונט זיך אינעם האריזאנט פון ירושלים אויף מזרח. דער הר הזיתים וועט זיך דאן צושפאלטן אין צווייען פון מזרח צו מערב, און איין האלב בארג וועט זיך רוקן צפון און די צווייטע האלב בארג וועט זיך רוקן דרום, און אין דערמיט וועט זיך פארמירן א גראנדיעזער טאל.

די צווייטע העלפט שטאט וועלכע וועט ארויספליכטען וועלן אנטלויפן פון שטאט דורך דעם דאזיגן טאל צו די הויכן. עטץ וועטס לויפן ווי אזוי איר זענט געלאפן אינעם טאג פונעם ציטערניש אין די טעג פון עזיה מלך יהודה – ווען ער האט זיך פארמאסטן צו באגיין א שריט וואס קיינער האט נישט געטאן זינט נדב און אביהו יענעם ראש חודש ניסן אין משכן – ער האט גדעמפט געווירצן אויפן גאלדענעם מזבח אינעם בית המקדש... און ער איז באלד געשלאגן געווארן מיט א שרעקליכער קרעץ אויפן שטערן, און רעזולטאט האט ער זיך געמוזט ארויסציען פון ירושלים און זיך באזעצן אין בית חופשית ביז צו זיין טויט.

און דער באשעפער וועט קומען אין די באגלייטונג פון אלע זיינע מלאכים, און זיין אנוועזן מיט דיך.
עס וועט זיין אין יענעם טאג – עס וועט נישט זיין מער קיין מאטריאליסטישע ליכטיקייט.
עס וועט זיין בלויז איין לאנגער טאג, וואס בלויז פארן באשעפער איז באוויסט דער טאג וואס ס'וועט זיין נישט טאג און נישט נאכט, און אין אווענט וועט בלייבן ליכטיג מיט א געטליכע ליכטיקייט.
אין יענעם טאג וועט ארויסגיין א לעבעדיגער קוואל וואסער פון ירושלים און ס'וועט זיך צוטיילן אין צוויי, איין טייל וועט פליסן ביז צום ים המלח מזרח, און די צווייטע טייל ביז צום מיטללענדישער ים מערב, און עס וועט נישט פארטרוקנט ווערן זומער אדער פארפרוירן ווערן אין ווינטער.

און יענעם טאג וועט דער באשעפער זיין דער קעניג אויף דער גאנצער וועלט, און יענעם טאג וועט דער באשעפער זיין איינציג און זיין נאמען איינציג.

נאך דעם וואס דער הר הזיתים וועט צוטיילט ווערן אין צווייען - וועט דאס ניי-געשאפענער טאל ארום נעמען דאס גאנצער לאנד ווי אן ערבה, פון גבע ביז רימון - א ארט וואס געפונט זיך דרום ירושלים, דארט גייט אויפגעבויעט ווערן א נייער שטאט ירושלים. דער נייער ירושלים וועט דערהויבן ווערן און באזעצט ווערן אנשטאט די אלטע ירושלים. די נייע ירושלים וועט זיך אנהייבן פון שער בנימין ביז צו שער ראשון ביי שער הפינים און פון מגדל חננאל ביז די וויינגערטער פונעם קעניג.

די אידן וועלן זיך באזעצן אין ירושלים און מער קיינמאל נישט פארטריבן ווערן, ירושלים וועט זיצן פארזיכערט.

און דאן וועט זיך אנהייבן דער מארד וואס דער באשעפער וועט אויסהרגנען אלע נאציאנען וועלכע וועלן באלאגערן ירושלים. זיי וועלן צוגיין שטייענדיג אויף די פוס, און זייער אויגן וועלן צוגיין אין זייערע לעכער און זייער צונגן אין זייערע מיילער. עס וועט זיין אין יענעם טאג, עס וועט זיין א גרויסער הימלישער טומל, אזש איינער דעם צווייטן וועלן זיך ברויכן אנהאלטן זיך צו קענען דערהאלטן.
אויך יהודה וועט אנטייל נעמען אינעם שלאכט. און זיי וועלן בארויבן די אלע נאציאנען וועלכע זענען ארויפגעקומען האלטן מלחמה מיט זיי פון זייער גאלד, זילבער און קליידער, א גרויסע רויב. און די אלע פערד, קעמלך, און אייזלן וועלכע וועלן זיין אין די לאגערן וועלן אויס'פגר'ן.

און ס'וועט זיין, די אלע איבערלעבער פון די נאציאנען וועלן קומען קיין ירושלים, און זיי וועלן יערליך ארויפקומען זיך צו ביקן צום קעניג דער באשעפער איבער אלע הערשאפטן, און פייערן דעם יום טוב פון סכות, דאן האט גוג איינגענומען זיין ענדגילטיגער נידערלאגע. און די אלע וועלכע וועלן נישט ארויפגיין זיך ביקן צום קעניג דער באשעפער איבער אלע הערשאפטן, וועלן נישט געניסן פון די שפע פון רעגן וואס קומט אראפ אינעם יום טוב סכות. און די עגיפטער, וואס נויטיגן זיך נישט אין קיין רעגן ווארום זיי האבן דאך דעם טייך נילוס, וועלכע וועל נישט ארויפקומען וועלן אויסשטארבן אין א מארד.
אין יענעם טאג גייט גאנץ ירושלים זיין הייליג, און די טעפ אין בית המקדש וועלן פארוואנדלט ווערן צו שפרענג-בעקענס צו שפריצן די בלוט פון די קרבנות אויפן מזבח. און יעדע טאפ אין ירושלים און יהודה וועט זיין הייליג פארן באשעפער – און ס'וועט גענוצט צו קאכן דעראינען פלייש פון די קרבנות. און ס'וועט מער נישט זיין קיין גוי אין בית המקדש אין יענע טאג..."

ימות המשיח:

אט איז ווי ישעהו הנביא שילדערט יענע ליכטיגע טעג:

"א פארציקענדע שאקאל וועט וואוינען אינאיינעם מיט א שעפסל, און א פלינקער לעמפערט און א אומשולדיגע ציגעלע וועלן באנאזאם הויערן.
א פארכטיגער לייב מיט א אויסגעפאשעטער אקס, וועלן געפירט ווערן דורך א קליין קינד.
א שטילע קוה און א ווילדער בער וועלן אינאיינעם פאשען און הויערן זייערע קינדער. א לייב - וואס עסט אין אלגעמיין פלייש וועט ווי די רינדער עסן בלויז שטרוי.
א קינד וועט זיך שפילן ביי א שלאנג-לעכעל, און א זייגעדיג קינד וועט אריינשטעקן די הענט אין היילן פון גיפטיגע און ברענעדיגע שלענג.
די פארציקענדע חיות וועלן מער נישט טאן קיין שלעכסט און מער נישט פארדארבן אויף מיין הייליג בארג. פארוואס?
ווייל דער גאנצער וועלט וועט פארפילט ווערן מיט געטליכע-וויסענשאפט - ווי וואסער וואס דעקט איבער יעדעס ארט אינעם אקעאן. אזש אפילו די פארציקענדע חיות וועלן אויך גענצליך איספערירט ווערן פון דעם. טאקע דערפאר וועלן זיי אויפהערן פארציקן און פארדארבן..."

נאך זאגט דער נביא...

"עס וועט זיין אין אחרית הימים, פארפולקאמט וועט זיין דער בארג פונעם הויז פון באשעפער אין שפיץ פון אלע בערג, און דערהויבן איבער אלע פעלזן שטיינער. און אלע נאציאנען וועלן זיך ציען צום בארג ווי א טייך. עס וועלן גיין א סאך פעלקער און זאגן איינער פארן צווייטן לאמיר ארויפגיין צום בארג פון באשעפער, צום הויז פונעם ג-ט פון יעקב, לאמיר זיך לערנען פון זיינע וועגן און לאמיר גיין אין זיין וועג. ווארום פון ציון וועט ארויסגיין תורה און דער ווארט פון ג-ט וועט זיין פון ירושלים. משיח וועט אורטיילן צווישן די נאציאנען און איבערווייזן אסאך פעלקער.
זיי וועלן איבערמאכן זייער שווערדן צו פלוגאייזענעס, און זייער שווערדן צו רעבמעסערן, ווארום א נאציאן צו נאציאן וועט מער נישט אויפהייבן קיין שווערד, און נישט אויסאיבן קיין קאמפן..."

ווען וועט דאס שוין זיין? ווען וועט דאס שוין זיין? יבנה המקדש עיר ציון תמלא... דעמאלס וועט דאס זיין! יבנה המקדש עיר ציון תמלא... דעמאלס וועט דאס זיין![/justify]

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר