גיי דיר וועלט!

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ספרא דמרא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 12, 2019 9:48 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 302 מאל

גיי דיר וועלט!

שליחה דורך ספרא דמרא »

גיי דיר וועלט גיי שוין
ווער ברויך דיין גוטס און שלעכטס
גיי דיר וועלט גיי שוין
אלס אונזערע הערצער דו צוברעכטס
גיי דיר וועלט גיי שוין
און פון מיר שוין פארגעס
גיי דיר וועלט גיי שוין
דו ביסט פאר מיר נישט דער ריכטיגער אדרעס
גיי דיר וועלט גיי שוין
פאלגסט מיר גייסט אין שוואנג
גיי דיר וועלט גיי שוין
מיר זעען שוין דיין אונטערגאנג
גיי דיר וועלט גיי שוין
אפשר וועט פון אונטער דיר עפעס ארויפשווימען
גיי דיר וועלט גיי שוין
וואס וועט בעסער מיט אונז שטימען
גיי דיר וועלט גיי שוין
וואס שיקסטו א ווירוס ווארעם
גיי דיר וועלט גיי שוין
אנע גערודער אנע שטורעם
גיי דיר וועלט גיי שוין
איך בין אויף דיר פארביסן
גיי דיר וועלט גיי שוין
און לאז קיינעם קיין גריסן
אם תרצה שיהיה בכוחך לסבול את החיים, היה מוכן לקבל את המוות

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר