אידן שטארבן און ענק זארגן זיך פאר לבם נקפם!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קריינא דאיגרתא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 159
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 25, 2014 10:02 am
האט שוין געלייקט: 193 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

אידן שטארבן און ענק זארגן זיך פאר לבם נקפם!

שליחה דורך קריינא דאיגרתא »

אין די לעצטע שעות איז מפורסם געווארן א בריוו פון דעם עסקן ר' חיים דוד דעססער אויף דעם מצב פון אפענע בתי מדרשים. וז"ל

טייערע אידישע ברידער

א גיטן מועד, היות איך האב איטליכע טאג צוריק געפרעגט ברבים א פראגע בנוגע פארוואס די בתי מדרשים אין שטאט זענען אפען, וויל איך אייך אויך ענטפערן דערויף.

איך האב זיך נישט אפגעשטעלט בלויז ביי די פראגע, נאר איך האב גענומען מיין טעלעפאן אין די האנט און אנגערופן א חשובע רב מיט נאך וואס האבן אפען בתי מדרשים, בלויז מיט א מספר מצוצום און זיי געפרעגט היתכן

איך האב פארברענגט איטליכע שעות ארוכות מיטן רעדן איבער דעם נושא און דאס איז וואס אני הקטן פארשטיי אבער דעם סיגה

א) מיר חסידישע אידן וואס פירן זיך און קלאמערן זיך אנצוהאלטן די הנהגה פון די פריערדיגע הייליגע תלמודי בעל שם האבן שטענדיג זייער אכט געגעבן אויף תפילה בציבור אין געוויסע מקומות איז דאס געווען מיט מסורת נפש ממש, במילא זענען מיר קודם כל אין די דאזיגע נקודה אנדערש פון די וואס קומען פון די ליטווישע מקומות. ודוק.

ב) יעדער רב דא אין שטאט פארשטייט און איז מודה אז מען דארף שטארק אכט געבן אויף סאשעל דיסטענסינג ווי ווייט מעגליך, און מען איז מחיוב צו פאלגן די רופאים וואס זיי הייסן.

ג) די רבנים האבן זייער שטארק דן געווען צווישן זיך טעלעפאניש איבער די נושא פון גענצליך אפשפארן בתי מדרשים. רוב רובם פון די דיינים ורבנים אין אונזער שטאט זענען נוטה אז די בתי מדרשים זאלן יא זיין אפען בשתיקה אבער נאר מיט שטארקע גדרים מיט א מספר מצוצום, און אויך נאר פאר די וואס האבן שוין געהאט די ווייראס און האבן שוין אפאר טאג נישט קיין שום סימטעם מער וכדו.

ויש כמה וכמה סיבות לזה וואס נישט יעדער בעל הבית וועט קלאר פארשטיין מיטן א פשוטען בליק, סיי די נקודה אז דאס אז מען האלט אן געוויסע מנינים מיט מסורת נפש און מען זאגט אמן יהא שמיה רבה וכו. דא אין שטאט, קען גאר זיין א גרויסע שמירה בעת הזו, (לויט ווי עס ווערט געברענגט פון פריערדיגע שרפי מעלה).
און אויך איז דא א נקודה אז די וואס קענען ליידער נישט גיין אין שיל אדער די וועלכע ווילן טאקע מקיים זיין דעם ונשמרתם מאוד לנפשותיכם און זיי האבן טאקע אלע רעכטן דערצו צו דאווענען ווי זיי זענען, צו אין שטוב אדער אויפן פארטש, די אלע אידן זאלן כאטש זיין אביסל ליבם נוקפם אז זיי זאלן וויסן אז ווען עס וועט זיין יעבר הזעם בקרוב ויהי אחרי המגיפה אז זיי האבן געטאן א שטיקל בדיעבד בלויז צוליב די מצב העולם, מיר אידן אין גלות דארפן וויסן אז דאווענען אינדערהיים איז קיינמאל נישט קיין לכתחילה און א איד שעפט זיין גאנצע חיות פון א מקום תורה ותפילה, און ווען א בית מדרש איז יא אפען און מען קען ליידער נישט גיין ברענגט עס ארויס א שטיקל מער צובראכנקייט אז מען קען נישט זיין דארט, וכאן אין מקום להאריך בזה, ווער עס וועט וועלן פשרטיין דעם ענין וועט עס קענען פארשטיין.

נייו! מיר טארן נישט טראכטן אז די סיבה פארוואס זיי האלטן אפען די בתי מדרשים איז ווייל זיי ווילן נישט פארלירן קיין מתפללים וכדו, עס איז נעריש פאר ערליכע אידן צו טראכטן אז דאס איז די סיבה, יעדער פארשטייט אז מיט א מספר מצוצום איז מען יעצט גארנישט מרוויח, און אפשר ברענגט עס גאר בזיונות און בכלל נישט קיין כבוד. די דיינים ורבנים זענען נישט קיין הפקר יונגען ח״ו און האבן דן געווען איבער דעם ענין און זענען אנגעקומען צו די מסכנה צוליב עוד כמה וכמה טעמים.

ד) די סיבה פארוואס די דיינים און רבני העיר קענען נישט ארויסקומען מיט קיין שום קלארע תשובה איבער די ענין פון בתי מדרשים, איז 1) עס זענען דא אזעלכע וואס צוליב זייער געזונט אדער יארגאנג טארן באמת נישט ארויסגיין פון שטוב און פון די זענען אויך דא יונגע מענטשן, און קיינער קען נישט נעמען קיין אחריות צו זאגן דער מעג יא אדער דער מעג נישט גיין אין שיל. מען דארף יא אכט געבן אפילו אויף חשש פקוח נפש, און יעדער דארף היטן אויפן אייגענעם געזונט. 2) יעדע תשובה ווערט ליידער היינט צוטאג איבערגעטיישט אויף ענגליש (ליידער דורך אייגענע ליידיגע מענטשן) און מען שיקט דאס ארום אויף די גאנצע וועלט און ליידער קען מען עס אויסטייטשן אז די דיינים קריגן זיך מיט די אינסטאנצן ח״ו וואס דאס איז קלאר נישט זייער ציל ח״ו, דעריבער איז נישטא קיין שום קלארע פסק איבער דעם נושא.

**אני הקטן האב ארויסגענומען פון די אלע שעות וואס איך האב גערעד און געהערט פון ערליכע דיינים, אז מען דארף וויסן אז אפילו די בתי מדרשים וואס זענען יא אפען בשתיקה, איז דאס נישט ח״ו קיין הפקירות פון חשש פקוח נפש, אויב א מקום תפילה איז יא אפען איז דאס נאר מיט א מספר מצוצום און מיט נאך גדרים און מען דארף אנהאלטן די ענין פון זיך וואשן און רייניגן די הענט און אכט געבן נישט צו זיין נאנט איינער צום צווייטן.

*די בתימדרשים פארדינען נישט דערפון יעצט, מען פארקויפט נישט יעצט קיין זכותים פאר אזא קליינע ציבור וכדו.

*מען בעט ברחמים אז קיינער זאל נישט פירן קיין מערכה מיט קיין בתי מדרשים ווייל ביי אונז חסידים שטאמענדיג פון תלמודי בעל שם איז דאס א גרויס אחריות, מיר טארן זיך נישט אריינמישן אין דעם ענין און מיר וועלן לאזן די ערליכע אידן טאן זייערס, יעדער זאל קיקן און אכט געבן אויף זיך און זיין משפחה, און יעדער ביי זיך דארף זיך בענקען און משתוקק זיין און מתפלל זיין אז מיר זאלן שוין קענען בקרוב צוריק גיין אין די בתי מדרשים. ובזכות זה זאלן מיר בשלום ארויסגיין פון די צרה און עס זאל ווערן לייכט און ליכטיג פאר אידישע קינדער.

א גיט יום טוב
חיים דוד דעססער


פאלגענד איז מיין ענטפער



לכבוד הרה"ח ר' חיים דוד דעססער הי"ו
איך וויל דיר דאנקען פאר'ן נעמען די מי צו רעדן צו רבנים און מברר זיין די מציאות, ווייל איך האב פראבירט צו רופן רבנים, און הגם עטליכע האבן אויפגעהויבן די טעלעפאן און האבן גערעדט, האב איך נישט געקענט צוקומען צו רוב רובם פון זיי. דערפאר איז תיתי לך אז דו האסט באוויזן אויסצוקלארן וואס זיי האלטן.

לאמיר צוגיין צו די פוינטס פון דיין בריוו.

א) מיר חסידישע אידן זענען בכלל נישט מער מקפיד אויף מנין ווי ביי די ליטווישע. ס'איז ביי זיי א עיקר פונקט ווי ביי אונז, און אפילו נאך מער. פארקערט, ביי אונז האבן אסאך פון אונזערע רבי'ס נישט מקפיד געווען אויף מנין ווען מ'איז געפארן אויף וועקעישאן וכדומה. די גערער רבי'ס האבן בכלל נישט געדאווענט מיט מנין דורך דער וואך, וכו'. נישט חלילה אוועקצומאכן די ענין פון מנין ביי חסידים, וואס איז א דבר חשוב מאוד, אבער צו זאגן אז ס'איז אזוי וויכטיג אזש אפילו בזמן פון פיקוח נפש זאל מען רעדן דערפון, איז א ביטערע געלעכטער.

די זעלבע מיט מקוה. ס'איז א דבר חשוב מאוד, און צדיקים האבן געבראכן אייז צו גיין אין מקוה. אבער נישט במקום פיקוח נפש!! דער זעלבער הייליגע צאנזער רב זי"ע וואס איז געגאנגען אין מקוה מיט א קראנקע פוס ל"ע, האט געקענט דורכגיין חדשים וואס ער זאל בכלל נישט גיין אין מקוה מחמת בריאות גופו הטהור (מפי כ"ק אדמו"ר הגה"ק מקלויזנבורג זצ"ל).

אין אזא זמן דארף א עהרליכער איד טוהן וואס דער רבוש"ע פארלאנגט, און ארויסגיין פון דעם רוטין. פיקוח נפש איז דוחה כל התורה כולה, און אוודאי איז עס דוחה חסידישע ענינים.

ב) יעדער וואס איז נאר געווען אין דער גאס אין די לעצטע וואכן, (און איך בין געווען אין דער גאס דורכאויס די לעצטע פיר וואכן נאר 2 מאל צוליב דברים הכרחיים) האט געזעהן ווי די בתי מדרשים וואס זענען אפען היטן נישט קיין 6 פיס דערווייטערונג. די עולם שטראמט ארויס פון די בתי מדרשים כמעט ווי אין פרידענס צייטן. ס'איז א פרעכע שקר צו געבן "ליפ סערוויס" צו די געדאנק אז מ'האלט פון סאשעל דיסטענסינג, בו בזמן וואס מ'טרעט דערויף בריש גלי.

ג) פילע בתי מדרשים האבן זיך קיינמאל נישט געשפארט, און זענען אפען פון דעם ערשטן מינוט אן. דעמאלטס זענען נאך ניטאמאל געווען אזעלעכע וואס האבן געקענט מאכן די קלעים אז זיי האבן שוין געהאט די וויירוס. בכלל, ווי קען מען זאגן אז די וואס האבן שוין געהאט די וויירוס מעגן קומען אין ביהמ"ד ווען אלע דאקטוירים און מומחים זאגן אז מ'טאר נישט, און אז ס'איז בכלל נישט זיכער אויב זיי זענען אימיאן, און צו זיי האבן עס נישט אין זייער גוף, און קענען עס ר"ל טראגן ווייטער און אנשטעקען אנדערע?!

דאס אז ס'זאל זיין אידן וואס ליבם נוקפם איז א מין רשעות'דיגע און צינישע צוגאנג צו אידישקייט. מ'איז נישט מקריב קיין לעבנס פאר אזעלכע חשבונות. יא, די רבנים וועלן האבן א דזשאב אריינצוברענגען א חיות אינעם דאווענען נאכדעם וואס די קריזיס איז פארביי, פונקט ווי דער פרעזידענט וועט האבן א דזשאב צו פאררעכטען די עקאנאמי. מאכטס ענק נישט גרינגער די דזשאב דורך מקריב זיין לעבנס!

ד) איך האב אביסל מיטגעהאלטן פארוואס דיינים און רבנים זענען נישט ארויסגעקומען קלאר. ווייל יעדער פון זיי האט חשבונות מיט אנדערע רבנים. איך קען נישט אונטערשרייבן אזוי ווייל יענער וועט זאגן אזוי, וכו'. די רבנים וואס ווילן נישט אונטערשרייבען ווייל זיי האבן מורא אז מ'זאל עס איבערטייטשן אויף ענגליש זאלן וויסן אז זייער שטילשווייגעניש ווערט אויך איבערגעטייטשט. עס ווערן יעצט געשריבן ביכער נישט נאר וועגן די ריאקציע פון יעדער רעגירונג צו דעם קריזיס, נאר אויך די ריאקציעס פון די פירערס פון יעדע געמיינדע. די רבנים וואס האבן אפען די בתי מדרשים אדער וואס זענען שטיל צו דעם מאסן-מארד וואס קומט פאר, וועלן פארשריבן ווערן אין שווארצע אותיות אין אידיש און אויך אין ענגליש אז זיי זענען געשטאנען גלייכגילטיג ווען אונזערע ברידערס און שוועסטערס זענען געפאלן ווי פליגן.

אויב ענק זארגן זיך אז ס'זאל זיין לבם נקפם פון די וואס דאווענען אן מנין, האף איך אז לבכם נוקף אויף די רציחה אין וואס ענק האבן א חלק.

און נאכאמאל, ס'איז א פרעכע ליגנט אז די בתי מדרשים וואס זענען אפן היטן אויף סאשעל דיסטענסינג. די זאכן זענען דאקעמענטירט דורך די אייגענע אויגן און אויף ווידעא. אידן שטארבן און ענק זארגען זיך פאר לבם נקפם!!

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר