פארוואס לוינט זיך צו זיין א ברסלב'ער? וואס האט מען דערפון?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 471 מאל

פארוואס לוינט זיך צו זיין א ברסלב'ער? וואס האט מען דערפון?

שליחה דורך לבי ובשרי »

היינט אינדערפרי איז מיר איינגעפאלן א לעכטיגער רעיון איבער דער היינטיגער ברסלב'ער עפאכע און פארוואס מער און מער מענטשן באשליסן צו ווערן "ברסלב'ע", וואס כ'שפיר פאר אינטערעסאנט און בעאיינדרוקספול פאר אנדערע.

יתכן אז דער רעיון איז מיר לעצטנס בייגעפאלן אין ליכט פון די לעצטיגע מהומות וואס די ברסלב'ע פראווען איבער דאס אנקומען קיין אומאן אויף ראש השנה. קען זיין.

פארהאן מענטשן וועלכע קענען נישט פארשטיין די ברסלב'ע אידן. "וואס איז די מעשה מיט משה נחום"? ער איז אינגאנצן משוגע געווארן? וואס האט ער געטראפן אין ברסלב? כ'האב געוואוסט אז איין טאג וועט ער דארט אנקומען. ס'שטייט דאך זייער גוט אויף משה נחום'ען, קוק וואס ער מאכט אלץ מיט, קיין שום וואונדער נישט פארוואס ער האט זיך דארט געפינען דאס פלאץ". דאס איז איינע פון די צענדליגע פראזן וואס מען קען הערן צווישן מענטשן, ווען צומאל ווערן מענטשן געוואויר אז פלוני אלמוני האט אנגעהויבן מאכן התבודדות, פארן קיין אומאן וכו'.

און דער אמת איז, אז ביידע זענען גערעכט. די מענטשן וועלכע שטייען און רעדן זענען גערעכט און אויך דער משה נחום.

"עשה לך רב והסתלק מן הספק". ביז אזא שיינע פאר יאר צוריק איז היפש לייכט געווען מקיים צו זיין דעם מאמר חז"ל. עס זענען געווען הויפענעס פון כאטש עטוואס ערנסטע רבי'לעך. פארהאן אסאך מענטשן וואס האבן אין זיך א נאטור פון שטערקערע אפנקייט, מענטשן וואס האבן געזוכט זיך דורכצורעדן מיט אן עלטערן איד, האבן געשפירט אז זיי האבן איינעם. דער האט געהאט דעם סאטמאר'ן רבי'ן, דער האט געהאט דעם ספינקער רבי'ן רבי הערשעלע, דער האט געהאט דעם סקולענעם רבי'ן און דער דעם טאהשער. עס איז נישט אזוי שווער געווען צו בויען א קשר מיט א העכערן מענטש און האבן א התקשרות אין אים.

א נאטור איז א נאטור און געפיל איז א געפיל. גאר אסאך מענטשן זענען אזוי באשאפן געווארן, אז זיי זענען מער מקושר מיט אנדערע מענטשן, זיי שמועסן זיך מער אויס מיט אנדערע, זיי וועלן אפטער פרעגן א חוות דעת פון א צווייטן אא"וו, דאקעגן דער אנדערער טיפ מענטש וועלכער לעבט א לעבן פאר זיך, ער שפירט נישט פאר וויכטיג עפעס מיטצוטיילן מיט אנדערע. אא"וו.

יעצט, אז אן ערנסטער נארמאלער איד זאל קענען טרעפן א לעבעדיגן משפיע מיט וועמען ער וועט קענען האבן אן ערנסטן דורכדרינגליכן שייכות, איז גאר שווער היינט צוטאג.

קוק אהער, האסטו א רבי פון צענדליגער טויזנטער חסידים, ר' א"ט, וואס נאך אלע מעשיות האט ער אזויפיל אידן וואס זענען סרים למשמעותם, און קוק וואספארא חודש אלול דרשה ער האט נארוואס אפגעהאלטן. כ'מיין... וואס דארפן אזויפיל חסידים און אידן איבער דער וועלט טראכטן?

כ'בין געווען נבהל ונשתומם נעכטן נאכט, גיי איך אויפ'ן גאס און איך שפאציר אריבער א בית המדרש וועלכע שטייט בנשיאות א איד וואס איז א גרויסער ת"ח, א פראמינענטער דיין און אדם חשוב, ער האט א קהילה גדולה בישראל, און צען אזייגער ביינאכט איז ער שטארק פארקאכט: אוי נעבעך, דער ר' חיים הערש איז אזא רחמנות, און דער ר' א"ט, אוי נעבעך... בקיצור, א שיינע פאר מינוט וואס אונזער תלמיד חכם וואס גייט מיט א בעקיטשע אינדערוואכן שטייט און שמועסט שטותים.

ס'איז א פראבלעם? ניין, בכלל נישט. אבער פארוואס זאל דער דיין זיין מיין רב? ער זאל זיין מיין מורה דרך און וועג ווייזער?

רוב היינטיגע א.ג. גרויסע לייט ליגן אין שטותים, זייער קאפ ליגט בכלל נישט אין העכערס, וכו' וכו'. נו, איז אבער דא אזויפיל מענטשן וואס זוכן אפנקייט, זיי זוכן העכערס, זיי זוכן התדבקות בה', און זיי ווייסן אז עפעס איז געווען איינער רבי נחמן מברסלב, ער האט געמאכט ספרים, ער האט געלערנט מיט אידן פארשידענע מהלכים אין עבודת ה' וואס ברענגט אז א איד זאל זיך עפענען צו גאט, רעדן צו אים און שמועסן מיט אים, אפרעכטן התבודדות, תיקון הכללי אא"וו.

יעצט, די מענטשן וועלכע בארעדן משה נחומ'ען און זיי פארשטייען אים נישט, זענען מענטשן פון אן אנדערן סארט נאטור, מיט א צווייטן גאטונג, זיי שפירן נישט פאר וויכטיג און זיי פארשטייען נישט די נאטור פון אפנקייט. זיי קוקן דאס אן ווי א רחמנות'דיגער נאטור; כ'מיין, קענסט זיך נישט אליינס אן עצה געבן? ביסט עלנד נעבעך? וואס האסטו דארט געפינען?

מענטשן ווילן זיין גוט, מענטשן זוכן אמת, מענטשן זוכן דביקות און מענטשן זוכן אן אפן הארץ וואס פארשטייט זיי און הערט זיי אויס.

אגב, כ'בין נישט קיין ברסלב'ער. אבער כ'מיין אז כ'האב אנגערירט א האקעלע און שורש'דיגער נקודה.
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר