וועט טראמפ באווייזן צו נאמאנירן זיין דריטער ס.ק. ריכטער?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3328 מאל

וועט טראמפ באווייזן צו נאמאנירן זיין דריטער ס.ק. ריכטער?

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]דעם פארגאנגענעם ר''ה ביינאכט, די נאכט וואס כלל ישראל האט זיך געגרייט מיט א הייליגער פארכט, פונדאסניי צו באקרוינען דעם מלך מלכי המלכים אויף די גאנצע וועלט לכבוד דעם אנהייב פונעם נייעם יאר, איז אין וואשינגטאן נפטר געווארן די הויכגעשעצטע און העכסט געערטע ריכטערין פון די פאראייניגטע שטאטן, הרבנית הצדיקות, מרת יוטא רחל גינזבערג ע''ה, אדער ווי זי איז געווען באוויסט ביי די אמעריקאנע מאסן, רות באַדער גינזבורג.

ריכטערין גינזבורג איז געווען גאר שטארק באליבט און געשעצט ביי די אמעריקאנע מאסן, צוליב איר גערעכטיקייט און אירע גוטע טעטיקייטן, הויפטזעכליך אין די עזרת נשים. זי איז געווען א לעגאלע קאפשטיק. אירע לעגאלע ווערק און געריכטליכע אורטיילן האבן אין אלגעמיין שטארק אויסגענומען ביי אלעמען, אפילו ביי די קאָנסערוואַטיווער . זי האט געהאלטן אז די קאנסטאטוציע איז א לעבעדיגע דאקימענט און עס קען אפגעטייטשט ווערן לויט די היינטיגע אומשטענדן. אין שארפע קאנטראסט צו די קאָנסערוואַטיווער וואס זענען ביי די מיינונג, אז די קאנסטאטוציע דארף מען אפלערנען גענוי ווי אזוי ס'איז געשריבן געווארן. און אז די צילן פון די שרייבער פון די קאנסטאטוציע זענען געווען אראפצושטעלן די וויזיע ווי אזוי די פאראייניגטע שטאטן זאל זיין פארמירט.

איר נאנטע פריינדשאפט מיטן לעגענדארער ריכטער און געזעץ גאון, טשיף יוסטיץ אַנטאָנין סקאַליאַ האט ארויסגערופן שטוינונג ביי יעדען. אפגעזען פון דעם וואס די צוויי האבן געהאט גענוי דאס פארקערטע מיינונג אין יעדע לעגאלע הינזיכט, פארט האט געהערשט צווישן זיי א קעגנזייטיגע שעצונג. סקאַליאַ פלעגט זיך אויסדרוקן אויף איר: די קליגסטע מענטשן קענען האבן די זינלאזטע מיינונגען. און זי פרעגט זאגן: איך ארגומענט בלויז מיט מיינונגן, און נישט מיט די מענטשן וואס באזיצן עס.

איר טויט האט אויסגערופן שטורם אין וואשינגטאן. נעמליך, לויט די קאנסטאטוציע איז דער פרעזידענט באפולמאכטיגט צו נאמענירן א נייע ריכטער צו פארפולן דאס ליידיג ארט אויפן געריכט באנק, און דאס סענאט דארף עס באשטעטיגן. פרעזידענט טראמפ האט טאקע זיך באלד געלאזט הערן אז ער גייט פארפולן זיין קאנסטאטוציאלע פליכט, און ער גייט נאמענירן זיין דריטער ריכטער צום סופרים קארט. און נאר דאס האט נאך אויסגעפעלט...
די ליבעראלן גייען באנקערס, זיי שעלטן און שרייען ווי שווארצע געשאסענע הונט. שקאלפטע פעלאוסי שרייט אז זי גייט ווידער אומפיטשען דעם פרעזידענט, שוואק שומער סטראשעט אז אויב די דעמאקראטן נעמען חלילה צוריק איבער דעם סענאט, גייט ער ספאנטאן צולייגן נאך פינף און צוואנציג ליבעראלע אקטיוויסטן צו דינען אלס ריכטער פון העכסטע געריכט אין לאנד. און די צוקאשקעטע לאפע טאנצערין אלעקסאנדריע קאָרטעז, סטראשעט אז דער פירער פון סענאט מיטש מעקאנעל שפילט ממש מיט פייער, אזוי צו זאגן. די צוחושטע ליבעראלע שוויינען רייסן דאס טעפיך מיט די ציין פאר צארן און פארלוירנקייט... אזש ס'איז א נחת דאס מיטצוהאלטן.
די ליבעראלע היפאקריטן באשולדיגען די ריפובליקאנער אלס היפאקריטן, ווי ס'איז זייער שטייגער שטענדיג צו באשולדיגען אנדערע מיט דאס וואס זיי זעלבסט זענען געשלאגן. ווען פרעזידענט כאסעין האט נאמענירט ריכטער מעריק גאַרלאַנד צום סופרים קארט, האט מיטש מעקאנעל נישט געלאזט אז דער סענאט זאל אים באשטעטיגן. מעקאנעל האט ארגומענטירט אז אין א וואלן יאר באשטעטיגט נישט דער סענאט קיין נייע ריכטער. וואס איז אצינד אנדערש פרעגן די סאציאליסטן מיט גרומצארן? די אנטווארט פון די רעפובליקאנער איז, אז דאן איז דער פרעזידענט געווען פון איין פארטיי און דאס סענאט פון א צווייטע פארטיי, אבער אצינד איז דער סענאט מיטן פרעזידנט פון די זעלבע פארטיי, אלזא פארוואס זאל מען נישט אויסנוצן די גינסטיגע געלעגנהייט און אריינשטעלן א לעגעטימע קאנסטעטוציאלע ריכטער אין סופרים קארט? וואלטן דען די דעמאקראטן דען נישט געטאן די זעלבע? זיכער אז יא! אלזא פארוואס האקט איר טשייניק? איר ווילט אימפיטשען? געזונטערהייט. איז דען פארהאן עמיצער וואס געדענקט נאך די אויסגעפארצסטע פעלאוסי אימפישטמענט ספעקטאל?

אייגנטליך, די ליבעראלן שרייען אז אמעריקע איז אין א געפאר אויב פרעזידענט טראמפ נאמאנירט א קאָנסערוואַטיווע ריכטער. א געפאר פון וואס? טיפוש שומער האט דאס גוט עקלערט. ער האט געוויינט אין סענאט אז זיין טאכטער וואס האט געהייראט א מיידל רח''ל איז באזארגט פאר איר צוקונפט... ער האט געוויינט אז דער געריכט וועט עטוואס איינצוימען די ברוטאלע הריגות פון קינדער אינעם מיטער-טראכט... פשיהא... טאקע א שרעקליכער געפאר... א געפאר פאר די ליבעראלע אונטערוועלטניקעס, א געפאר פאר די חזירים, א געפאר פאר פארברעכער... א געפאר פאר די קינדער מערדער...[/justify]

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר