למה הלכו חסידים אצל ביידען? - וועקער 18

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

למה הלכו חסידים אצל ביידען? - וועקער 18

הודעהדורך העניך » מאנטאג פעברואר 15, 2021 7:12 pm

אזוי ווי כ'האב געשריבן אינעם נייעם וועקער אן ארטיקל וועגן מיין אנטוישונג אין ביידען און אין די ליבעראלן, וועל איך הנאה האבן צו הערן דעם ציבור'ס קאמענטארן. יישר כוח.

(דאס קעפל פונעם ארטיקל איז א שפיל אויף דעם ארטיקל פון @קטלא קניא, למה הלכו החסידים אצל הדאנעלד?)
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 713
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3143 מאל

הודעהדורך רימון » מאנטאג פעברואר 15, 2021 8:34 pm

איך האב מורא'דיג הנאה געהאט פון דעם ארטיקל און לדעתי איז עס פון די טיפסטע און אמת'דיגסטע ביאורים וואס כ'האב נאר געהערט אין די גאנצע 5+ יארן פון טראמפס דאמינאנץ אויף די נייעס, פארוואס אזויפיל מיליאנען מענטשן וגם החסידים בתוכם זענען גרייט מיטצוגיין מיט אזא נידריגן מושחת ווי טראמפ ווי איידער די ליבעראלן, ווייל זיי האלטן אז די ליבעראלן וואלידירן נישט זייער וועג פון לעבן.
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 313
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1230 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 902 מאל

הודעהדורך מי אני » דינסטאג פעברואר 16, 2021 3:05 pm

הגם נישט ממש דאס איז וואס די ארטיקל ברענגט ארויס, האט עס מיר אבער דערמאנט פון וואס בּיל מאהער האט געזאגט.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2252
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 8279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1678 מאל

הודעהדורך העניך » מיטוואך פעברואר 17, 2021 1:41 pm

רימון האט געשריבן:איך האב מורא'דיג הנאה געהאט פון דעם ארטיקל און לדעתי איז עס פון די טיפסטע און אמת'דיגסטע ביאורים וואס כ'האב נאר געהערט אין די גאנצע 5+ יארן פון טראמפס דאמינאנץ אויף די נייעס, פארוואס אזויפיל מיליאנען מענטשן וגם החסידים בתוכם זענען גרייט מיטצוגיין מיט אזא נידריגן מושחת ווי טראמפ ווי איידער די ליבעראלן, ווייל זיי האלטן אז די ליבעראלן וואלידירן נישט זייער וועג פון לעבן.

א גרויסן דאנק פאר אזא זאפטיגן קאמפלימענט.
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 713
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3143 מאל

הודעהדורך חתם סופר » דאנערשטאג פעברואר 18, 2021 10:15 am

זייער גוט געשריבן אבער איך האלט אז ס'פארפעלט א נקודה. ס'איז נאך אסאך טיפער פון דעם. זייער אסאך מענטשן שטיצן טראמפ ווייל טראמפ האט געוויזן אז ער איז יא פאר רעליגיע, און האט זיך אייביג אנגענומען פאר רעליגיע. ממילא ס'איז נישט נאר אז מ'איז אוועקגעגאנען פון דעמאקראטן ווייל זיי פרעמדן אפ מענטשן, נאר אויך ווייל טראמפ האט געגעבן א גוטע אלטערנעטיוו.

סאיז נישט קיין צופאל אז רוב חרדישע אידן האבן געשטיצט טראמפ און פונקט אזוי להבדיל די זייער פרומע קריסטן.
באניצער אוואטאר
חתם סופר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1171
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 935 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1150 מאל

הודעהדורך העניך » דאנערשטאג פעברואר 18, 2021 4:43 pm

חתם סופר, די נקודה איז נישט יא רעליגיע צי נישט רעליגיע. דעמאקראטן זענען נישט קעגן רעליגיע - רוב אמעריקע איז רעליגיעז און רוב אמעריקע האט געשטימט פאר א דעמאקראטישן קאנדידאט אין אלע פון די לעצטע 8 פרעזידענטליכע עלעקשאנס, חוץ איין.
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 713
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3143 מאל


גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט