ותצא דינה - געוועזענע חרדי׳שע מיידל פארכאפט אין סיריע

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
Eitz Hadaas
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 28, 2020 10:59 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

ותצא דינה - געוועזענע חרדי׳שע מיידל פארכאפט אין סיריע

שליחה דורך Eitz Hadaas »

אין מדינת ישראל קאכט זיך א פרשה אויף קעס און כלים שוין אפאר וואכן, און היות די מדינה׳ס מיליטערישע צענזור לאזט נישט מפרסם זיין די פרטים, איז פארשטייט זיך רב הנסתר על הגלוי און א געוואלד פון דיס-אינפארמעשאן איז משתמש בערבוביא.

מען קען אבער היינטיגע צייטן נישט צענזירן סאושעל מידיע, און קאווע שטיבל אוודאי נישט!, איז לאמיר פרובירן צו מאכן אביסל סדר פון די פרשה.

אנגעהויבן האט זיך עס ווען ביבי האט דערקלערט אז ער האט אויסגעארבעט א דיעל צו באפרייען א איזראעלי בירגער וועלכער האט בטעות אריבערשפאצירט די גרעניץ קיין סיריע און איז דארט נעבעך געפאנגען געווארן. ווער די פאנגער זענען, סיריע אדער חיזבאללאה, איז נישט קלאר.

אין אויסטויש פאר די באפרייאונג, האט מדינת ישראל מסכים געווען צוריקצוגעבן צוויי סירישע ״פאסטוכער״, וועלכע האבן אויף א ענליכן אופן אריבערשפאצירט די גרעניץ פון סיריע א שטיק צייט צוריק און זענען ארעסטירט געווארן אויף די ישראל׳ישע זייט (די סארט ״פאסטוכער״ זענען געווענליך פארשטעלטע שפיאנען וואס ארבעטן פאר חיזבאללאה און קאלעקטן אינטעלעדזשענס ביי די גרעניץ).

די דיעל איז צושטאנד געקומען דורך רוסלאנד וואס האט דורכגעפירט די פארהאנדלונגען. חוץ די צוויי פאסטוכער, האט מדינת ישראל אויך באצאלט נאך ״עפעס״, וואס משום נעשענאל סעקיוריטי קען מען נישט געהעריג מפרסם זיין וואס דאס איז.

א פראבלעם האט זיך געמאכט, ווען די סירישע פאסטוכער האבן דערקלערט אז זיי ווילן ענדערש אויסדינען זייער טערמין (א קיימא לן פון נאך 14 יאר!) אין איזראעלי טורמע ווי איידער צוריקצוגיין קיין סיריע! די ישראלים האבן זיך כדרכם שנעל אן עצה געגעבן מיט׳ן פראבלעם, דורך פאנגען פרישע צוויי פאסטוכער וועלכע האבן בטעות (אומשולדיגערהייט, לכאורה) אריבערגעשפרייזט אין מדינת ישראל טעריטאריע, די צוויי נייע פישלעך זענען געווארן פרישע אויסטויש מאטריאל און צוריק צום עסק.

עד כאן, די טרוקענע פאקטן, אבער די שאלות ארום די גאנצע פרשה זענען גרעסער ווי די תירוצים.

*

קודם כל, וויאזוי איז עס מעגליך אז א סענסיטיווע גרעניץ וואס איז פון די מערסטע באוואכטע פלעצער אינעם מיטל מזרח, זאל ערלויבן פאר איינעם בטעות אריבער צו בלאנדזשענען אויף די אנדערע זייט, און ווער איז דער בירגער וואס האט געמאכט די מיסטעיק אף עי לייפטיים פארכאפט צו ווערן אין סיריע. ווי אויך, וואו פונקטליך קומען די רוסען דא אריין אין די פיקטשער?

און נאך מער איז שווער, וואס עפעס האט סיריע (וכת דילם חיזבאללאה) מסכים געווען פאר אזא מינימאלע אויסטויש?

געווענליך, קאסט אזא שפיל צענדליגער הונדערטער געפאנגענע וואס ישראל דארף באפרייען אין אויסטויש. אזוי איז געווען ביי גלעד שליט, אהוד טענענבוים, און נאך.

מעגליך, אז דאס איז די רוסען׳ס קרעדיט, אבער עס איז אויך מעגליך אז דאס האט מער א שייכות מיט די ״אנדערע חלק״ וואס די ישראלים האבן מסכים געווען צו באצאלן און פון וואס מ׳רעדט נישט אפען, און אויב איז עס טאקע אזוי, מיינט דאס אז יענע חלק איז עפעס גאנץ ערנסט און ווערד גאנץ אסאך פאר די אנדערע זייט, אבער דאס מיינט אויך, אז עס איז לכאורה שטארק קאסטבאר פאר מדינת ישראל, איז אויב אזוי שטעלט זיך די הארבע שאלה, פארוואס האט ביבי מסכים געווען דערצו?

אברה מנגיסטו, א איזראעלי בירגער פון עטיאפישען אפשטאם און וועלכער איז מענטעלי נישט אינגאנצן הונדערט פראצענט, איז אריין קיין עזה אין 2014 און איז קיינמאל נישט צוריקגעקומען. ער געפינט זיך נאך אין געפענגעניש ביי חאמאס עד היום הזה. מדינת ישראל פרובירט צו פארהאנדלן מ׳זאל אים באפרייען אבער איז זעהט זיך אויס נישט מסכים צו צאלן פאר זיין באפרייאונג א הויעכן פרייז.

שמועות קורסירן און זאגן אז טאקע דא אין די פאל, האנדלט זיך אויך פון א איזראעלי בירגער וואס איז נישט אינגאנצן מענטעלי סטעבל (א נארמאלער מענטש שפאצירט נישט אריבער די גרעניץ קיין סיריע), איז וואס איז דא אנדערש?

ביז דערווייל, האט זיך אנגעהויבן א רודעריי פון קלאנגען ארום די פרשה.

ערשטענס, אז די באפרייטע איזראעלי בירגער איז א מיידל פון א חרדי׳שע משפחה אין מודיעין עילית וואס איז אראפ פון פרומען וועג, ויש אומרים אפילו, אז זי האט זיך גע׳שמד׳ט צו איסלאם. זי האט א שיין שטיקל רעקארד אז זי איז שוין עטליכע מאל אריבער גרעניצין צו די אראבישע זייט, קיין עזה למשל, נאר דאס איז די ערשטע מאל וואס ס׳איז געגאנגן ראנג.

אנדערע שמועות פארציילן אז איר חרדי׳שע משפחה איז שטארק פאליטיקעלי קאנעקטעד און אז דאס איז אייינס פון די הויפט סיבות פארוואס ביבי איז ארויס פון וועג איר צוריק צוברענגן, מ׳האלט דאך אינמיטן א בחירות סעזאן.

לגבי וואס נאך ביבי האט באצאלט פאר איר באפרייאונג, זענען דא שמועות אז ס׳אינוואלווד א שטיקל הבטחה פאר סיריע אז מדינת ישראל וועט מינימיזירין די וועכענטליכע אטאקעס קעגן סיריע (א געפערליכע קאפיטולאציע, אויב אמת), ויש אומרים: מיליאנען דאלארן (לייגט זיך נישט אויפ׳ן שכל), ויש אומרים: מיליאנען וואקסינאציעס קעגן קאוויד אין וואס סיריע נויטיגט זיך זייער שטארק.

ביי די פרייע איז געווארן א געפערליכער אויפברויז, נעמליך, אז ביבי האט דא מעגליך אוועקגעגעבן ווערדפולע אוצרות וואס די מדינה קען עכט נישט עפארדן מנדב צו זיין, אלעס כדי צו פארגיטיגן זיינע פרומע פאליטישע שותפים בעפאר אן עלעקשאן!

אויף סאושעל מידיע, האט אנגעהויבן ארויפשווימען כל ערליי רמזים ווער די משפחה פון די מיידל איז.

געווען וואס האבן גע׳טענה׳ט אז מ׳רעדט פון א משפחה וואס איז רילעטעד צו א גרויסע חסידות (גור, וויזניץ, וכדומה), אנדערע האבען גע׳טענה׳ט אז מ׳רעדט דא פון משפחת ר׳ חיים קנייבסקי, א קריעטיוו פאוסטער אויף טוויטער האט מרמז געווען אז מ׳רעדט דא פון חבר הכנסת מטעם גור/אגודה, יעקב ליצמן:
‏(ל)ו רק
‏(י)כולנו לספר, כי
‏(צ)ריך שהציבור יידע,
‏(מ)י הוא המקורב לאזרחית שברחה?
‏(נ)כון שהייתם רוצים לדעת?


עד שבא א רעפארטער פאר אל מאנאר, חיזבאללאה׳ס טעלעוויזשאן סטעשאן, און אפען מגלה געווען דעם סוד אויף טוויטער אז די מיידל הייסט: דינה כהן.

EuvL1khXYAU5xlp.jpeg
EuvL1khXYAU5xlp.jpeg (12.19 KiB) געזען געווארן 8131 מאל

EuvL16qXYAgIuee.jpeg
EuvL16qXYAgIuee.jpeg (50.01 KiB) געזען געווארן 8131 מאל

EuvL1ujXIAIOBtP.jpeg
EuvL1ujXIAIOBtP.jpeg (23.4 KiB) געזען געווארן 8131 מאל


פון די בילדער, זעט זי קלאר אויס צו זיין פון ספרד׳ישן אפשטאם, איז דערפאר דער חבר הכנסת מטעם ש״ס אריה דרעי געווארן די מעין סאספעקט אז ער איז די פאליטישאן וועמען ביבי האט דא געוואלט צופרידנשטעלן, און אז זי איז מעגליך א משפחה מיטגליד פונעם געוועזענעם חבר הכנסת מטעם ש״ס, יצחק כהן.

*

ווער איז דינה כהן?

זי פארמאגט א גאנץ אקטיווע פעיסבוק פעידזש, און פון בליקן דארטן איז שווער אננצונעמען אז זי איז מענטעלי אומסטאביל, נאר ענדערש אז זי איז א יונגע Rebel און א Nomad. אירע פאוסט׳ס זענען פאעטיש געשריבן, למשל די שטיקל וואס באציעט זיך אין קורצן צו איר פרומען אפשטאם:
"גדלתי עם חרדים
שרתתי עם חילונים
הכרתי בודאיסטים
דיברתי עם אטאיסטים
התחברתי לנוצרים
גרתי עם מוסלמים
תאמינו לי
כולם אותו דבר"


אירע בילדער ווייזן אז זי איז פארליבט אין אראבער און אין מדבר׳ישען לייפסטייל, אזא סארט נפש פון א וואנדערער און א Explorer.

ממילא, איז מסתבר צו זאגן אז די גאנצע געשיכטע אז זי איז מענטעלי אומסטאביל איז לכאורה געווען בלויז א חלק פון א דיס-אינפארמעישאן קאמפיין צו פארוואנדלען איר געפענגעניש אין א הומינאטארישע אישו, כדי צו קענען גרינגער פועל׳ן איר באפרייאונג.

אבער הא גופא קשיא, א מענטש וואס פארשטייט די סכנות און טוט וואנזיניגע אקטן קעגן שכל און געזעץ, פארווואס זאל די מדינה צאלן טייער פאר איר באפרייאונג? און למעשה, וויאזוי האט דינה כהן זיך דורכגעשמוגעלט די גרעניץ?

אז מ׳לייענט אבער גוט די פריער דערמאנטע טוויט פונעם אל מאנאר רעפארטער, שטעלט זיך ארויס א שטיקל אנדערע בילד. ער טענה׳ט אז זי איז א איזראעלי סאלדאט.

וזה לשונו (איבערגעטייטשט פון אראביש):
[left]Do you remember the soldier "Dina Cohen" who came alone to the fence in "Khallet Wardah" in #Atta_Shaab ⁩during the state of alert in the Zionist army ??

She is the same who crossed the fence from the Syrian Majdal Shams and they made the exchange deal with Syrian detainees a few days ago, according to Hebrew sources, despite official secrecy !![/left]

אין אנדערע ווערטער, חיזבאללאה געדענקט איר פון א פריערדיגע אינצידענט, אדער אינצידענטן, ביים גרעניץ פון לבנון.

זוכענדיג אויף טוויטער, האב איך טאקע געטראפען א טוויט פון אקטאבער 5, 2020 דורך א חיזבאללאה אפיליעטעט אקאונט, מיט בילדער פון דינה כהן ביים גרעניץ פון לבנון. יענער שרייבט אזוי:
The IDF no longer has men, and have sent a female soldier in a car and in civilian clothes to clear the military road between Ramia and Khallet Wardah in Aita al-Shaab via a camera attached to the car.

IDF is using civilians as human shields by disguising their soldiers so.


Ejj7cStXYAUu93I.jpeg

Ejj7cqxXsAsTMXq.jpeg


די טוויט פונעם אל מאנאר רעפארטער האט זיך באצויגן צו דעם אינצידענט פון אקטאבער, און די בילדער וואס ער האט יעצט געפאוסט זעהן קלאר אויס צו זיין closeups פון יענע אקטאבער אינצידענט בילדער.

פארשטייט זיך אז מ׳קען נישט לייגן צופיל געוויכט אויף וואס חיזבאללאה שרייבט און אלץ חרדי׳שע מיידל איז זי ווארשיינליך קיינמאל נישט געווען אין צה״ל (עס איז נישטא קיין רעקארד אז זי איז אמאל געווען אין מיליטער), אבער לויט דעם, איז דא א שטארקע מעגליכקייט אז דינה כהן איז למעשה א איזראעלי אגענט פארשטעלט אלץ א ציווילע בירגער, וואס האט געארבעט אין געהיים פאר׳ן משמר הגבול אדער אזא סארט אגענטור.

דאס וואלט פארענטפערט אסאך פון די שאלות. ווי למשל, וויאזוי זי האט באוויזן אזוי גרינגערהייט זיך אדורך צו שמוגלען די גרעניץ, פארוואס זי איז נישט אפיציעל ארעסטירט געווארן פאר׳ן אריינדרינגען אין פיינטליכע טעריטאריע עטליכע מאל, און פארוואס מען איז גרייט געווען צו באצאלן א פעט שטיקל פרייז פאר איר באפרייאונג.

דאס וואלט אויך קאנפירמט אז די מענטעלי אנסטעבל געשיכטע איז סך הכל א חלק פון איר קאווער סטארי וואס איז שפעטער גענוצט געווארן אלץ מיטל צו דערגרייכן איר באפרייאונג.

עס זענען דא וואס טענה׳ן טאקע, אז איר גאנצע persona, שמעקט צו זיין ארקעסטרירט אין צוגרייטונג צו אירע מיסיעס ביים גרעניץ, ווייל למשל איר פעיסבוק אקאונט איז באשאפן געווארן אין 2020 און די בילדער הייבן זיך אן פון אנהייב 2017, ווי אויך אז א שיין חלק פון איר אזויגערופענע פעיסבוק פרענדס זענען ווארשיינליך פאלש. הגם עס איז נישט אזא שטארקע קשיא, איז אבער יא איר גאנצע לייפסטייל וואס די בילדער דערציילן, וואונדערליך אינטערעסאנט.

עס איז אויך אינטערעסאנט צו באמערקן א שטיקל טעאריע לגבי די סיבה פארוואס זי איז געווען אין סיריע דאס מאל און וויאזוי זי איז פארכאפט געווארן.

הייסן הייסט עס, אז אז זי האט זיך פארליבט אין עמיצין אין סיריע, און דער יעניגער האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א רוסישער אגענט. עס איז נישט קלאר צו יענער איז געווען א רוסישער אדער א אראבער וואס האט געארבעט פאר די רוסן, אבער טעקניקלי ספיקינג, האבן איר די רוסן פארכאפט און דערפאר זענען זיי געווען די הויפט מחותנים ביים אויסארבעטן די דיעל (זיי זענען דאך שטארק אינוואלווד אין סיריע צו שטיצן און העלפן די אסאד רעזשים).

מען קען לויט דעם אויסארבעטען נאך א טעאריע, אז איר טרענינג איז בעיקר געווען צו אויסשפיאנירן וואס עס טוט זיך ביי די גרעניצען, נאר דאסמאל איז זי מעגליך געגאנגען א טריט צו ווייט און איז דערפאר אריינגעפאלן אין א רוסישע פאסטקע.

אפיציעל, האט די מדינה אונטערגענומען א אויספארשונג צו אנטדעקן וויאזוי עס איז מעגליך אז זי איז אריבער די גרעניץ אן קיין שום באמערקונג, און אפיציעל הייסט עס, אז ביי מג'דל שמס‎ וואו זי האט זיך אדורכגעשווערצט, איז די גדר זייער אלט און עס איז למעשה יא געווען אן אלערט בשעת מעשה, נאר די גרעניץ וואכער האבן נישט געהעריג אידענטיפיצירט וואס דאס איז. די ווערסיע לייגט זיך נישט אזוי אויפן שכל, און אויב איז עס יא אמת, צייגט דאס אויף שטארקע זיכערהייט פעלערן.

אין ניו יארק טיימס איז געווען באריכטעט אז ארץ ישראל האט מסכים געווען צו באצאלן טבין ותקילין פאר רוסיש געמאכטע קאוויד וואקסינאציעס וואס וועט גיין פאר סיריע, און אז דאס איז געווען די געהיימע טייל פונעם אויסטויש אפמאך, אדער עכ״פ א חלק דערפון. לויט דעם, האבען דא ביידע מחותנים, סיריע און רוסלאנד, שיין פארדינט פונעם געשעפט.

*

למעשה, טוט דער אלגעמיינער פובליק אין ארץ ישראל באטראכטען דינה כהן צום בעסטן פאל אלץ א וואנזיניגע אוואנטורער וואס איז נעבאך נישט אינגאנצן ביים דעת, אדער גאר ערגער, אלץ א פאררעטער, און מען קען נישט פארשטיין פארוואס ביבי האט דא מסכים געווען איר ארויסצובעילן און זיך אזוי געבויגן אויף אלע קניען. בפרט, אז מ׳רעדט דאך פון א מיידל וואס האט ניטאמאל געדינט אין מיליטער!

די קעגנער פון ביבי וועלכע האסען אים געפערליך, שרייען אז דער גאנצער אויסטויש איז שטארק פארדעכטיגט און אז עס ווערט אומפארשעמטערהייט גענוצט אלץ א חלק פון ביבי׳ס פאליטיקעל קאמפיין אנטקעגן די ראט פון די זיכערהייט אינסטאנצן וועלכע האבן שטארק פרובירט צו פארוואסערן די געשיכטע שטילערהייט, און קאנספיראציע ליבהאבער גייען אזוי ווייט און טענה׳ן אז ער האט בעצם אונטערגעשטעלט די גאנצע פרשה כדי צו ווערן אפגעמאלן אלץ העלד און געווינען די הערצער פון וויילער.

דער אמת וועט לכאורה נישט ארויסקומען אזוי שנעל, און כאטש עס זענען דא א היפשע פאר מענטשן וואס ווייסן יא פונקטליך וואס דא האט פאסירט, איז די צענזור זייער שטרענג, אז אפילו די רמזים זענען ברמיזה. דאס אין א וועג גיבט אויך א שטארקע חיזוק פאר די טעאריע אז זי איז געווען א אגענט, ווייל אויב נישט, פארוואס איז אלעס אזוי פארשלייערט מיט געהיימניסען און שווערע צענזור?

דער בלאגער ריטשערד סילווערסטין פון ״תיקון עולם״ איז זיך מחיה מיט די פרשה, ווייל ער לעבט פון זיך קעגנשטעלן קעגן די איזראעלישע צענזור און פון מפרסם זיין איזראעלישע סקאנדאלן. מען קען אבער נישט אינגאנצן טראסטן זיינע אינפארמאציע, און זיינע טעאריעס זענען אויך סך הכל בלויז דאס, טעאריעס.

אזוי צו אזוי, איז דאס לעבן פון דינה כהן, א געוועזענע חרדי׳שע מיידל, העכסט אינטערעסאנט!

וככלות הכל, קען מען אפאטעמען אז א אידיש קינד און א יונגע מיידל, איז אויף דער פריי און ארויס פון סכנה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום Eitz Hadaas, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר