טשיקאווע געשיכטעלעך פון אונזער באליבטער berlbalaguleh

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

טשיקאווע געשיכטעלעך פון אונזער באליבטער berlbalaguleh

הודעהדורך קאך_לעפל » פרייטאג יוני 18, 2021 11:33 am

איך האב געהאט אן ענליכע פאנטאזיע (ואם תרצו, אין זו אגדה, ח"ו)

ווען ס'איז געווען מיט עטליכע יארן צוריק א שמועס אז דער וויסטער שונא ישראל און נאצי סימפאטיקער פעטריק. דזשעי. ביוקענען ימח שמו וזכרו האט געוואלט לויפן פאר פרעזידענט, האטציך מיר געשפינט א פאנטאזיע אין קאפ... אז ער וועט סוכ"ס (ח"ו) אריינלייגן אלע אידן פון אמעריקע אין גרויסע קאנצענטראציע לאגערן, וועלכע מ'וועט בויען אויף די ליידיגע שטחים פון איידעהא. נאר צוערשט וועט מען אריינלייגן די אידעלעך אין לאקאלע געטאס, אזוי ווי וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי און לעיקוואוד. לכאורה ווייל ווילי טאון און שנארא פראק וועט זיין די גרינגסטע. מ'וועט אויפבויען א הויכן צוים (געיט בלע"ז) ארום די געגנט. און מ'עט שטעלן א פאר שחורים זיי זאללן וואטשן די אידעלעך.

נאכדעם וועט מען ברענגען א פאר ריזיגע הערקיולעס קארגא פלעינס, אויסגעבארגט פון די ארמיי און עיר פארס, מ'עט ארויסנעמען אלע סיעטס. און אריינשטופן די אידעלעך וויפיהל ס'גייט, און, ויסעו. די פליגערס וועללן זיך ארויסלאזן אויף די לאנגע רייזע קיין איידעהא.

אזוי ווי אמעריקע איז דאך א מלכות של חסד (אפילו אונטער ביוקענען) וועט מען (די אמעריקאנער רעגירונג) אויפבויען באנגעלאוס וואו מ'עט אריינלייגן די אידעלעך. א יעדער מיט זיין משפחה.

צוערשט וועט מען נישט האבן קיין דזשאב. דער עולם 'עטציך ארומדרייען ביז מ'וועט טיילן עסן. ס'וועט נישט קאסטן קיין געלט. אבער שפעטער וועט די רעגירונג איינזעהן אז מ'קען נישט געבן צו עסן פאר'ן עולם אומזינסט, וועט מען אויפבויען ריזיגע פעקטאריס וואו די אידן וועללן ארבעטן, אויך וועללן זיי ארבעטן אויף די פעלדער וואו די גוטע, וועלט בארימטע איידעהא פאטעיטאס וואקסן...!


וואס איז געווען נאכדעם...?! איך האב מיך אויפגעוועקט אין א קאלטן שווייס, און שנעל געלאפן הערן די נייעס. האביך געהערט אז דער שונא ישראל האט פארלוירן...! פארשטייצעך אז כ'האב לייכטער אפגעאטעמט...!
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2199
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2841 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג יוני 18, 2021 11:39 am

קאך לעפל: ייש"כ. אבער זיי עפעס מוסיף...! נאר אזוי ווי דו קענסט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15084
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 17377 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9901 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » פרייטאג יוני 18, 2021 11:41 am

בסדר, כ'וועל פראבירן...
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2199
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2841 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג יוני 20, 2021 3:30 am

קאך לעפל: ייש"כ פאר אריבערפיהרן מיין (נארישן) מאמר אין א עקסטער אשכול. א זאך וואס איך וואלט לכתחילה געדארפט צו טון. נאר איך האב פונקט נישט געהאט קיין ..."נערוון"... צו דעם...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15084
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 17377 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9901 מאל

הודעהדורך אייראפעישער חסיד » זונטאג יוני 20, 2021 10:30 am

berlbalaguleh האט געשריבן:קאך לעפל: ייש"כ פאר אריבערפיהרן מיין (נארישן) מאמר אין א עקסטער אשכול. א זאך וואס איך וואלט לכתחילה געדארפט צו טון. נאר איך האב פונקט נישט געהאט קיין ..."נערוון"... צו דעם...!

דו ביסט צו קליין אין דיינע אויגן
באניצער אוואטאר
אייראפעישער חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 95
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 03, 2021 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 81 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג יוני 20, 2021 9:14 pm

אייראפעאישער חסיד: דו פראבירסט מיך צו מאכן פאר א בעל גאווה. ס'וועט אבער נישט ארבעטן. ווייל איך בין א גרויסער עניו. אזוי ווייט אז מיין עניוות שמ'ט אין די גאנצע געגנט...וועלכע געגנט זאג איך נישט...לאל...!

ס'איז דא אן אינטרעסאנטע מעשה'לע וואס איך האב געהערט פון א מגיד מישרים איבער עניוות.
אין א שטאט האט געוואוינט א איד וועלכער האט (טאקע) געשמ'ט אין די גאנצע געגנט מיט זיין עניוות. האטציך געטראפן א קאצקער חסיד וועלכער האט איהם געוואלט אויספרובירן. איז ער געקומען צו פארן אין יענע שטאט. אריין אין ביהמ"ד. וואו ער האט באגעגנט אונזער עניו איבערגעבויגן איבער א חומש. נאכ'ן געבן שלום עליכם פרעגט דער קאצקער דעם איד..." זאגט. ס'איז מיר אייביג שווער געווען. ס'שטייט אין פסוק..."והאיש משה עניו מאד מכל האדם"...! האט דען כביכול דער באשעפער נישט געוואוסט אז איהר זענט דא...?! האט דער .."עניו"... געענטפערט אז איהם איז אויך שווער געווען די זעלבע קשיא... :D
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15084
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 17377 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9901 מאל


גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 0 געסט

cron