גרושים וגרושות במחנינו - א הימל געשריי

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג יוני 20, 2021 10:33 am

איך לייען און לייען און איך שטוין. אפשר בין איך אנדערש ווי רוב מענטשן?

איך גיי נישט אריין אין דברים שהצניעות יפה להם, ב"ה איך ווייס נישט דערפון און הלואי זאל זיך אלעס אויסארבעטן לטובה,
אבער די חלק פון "אנקוקן גרושים ווי צווייטע קלאס מענטשן"? איך ווייס ביי מיר אז עס איז נישט אזוי און רוב מענטשן וועמען איך קען קוקן זיי נישט אן אזוי!

ביי רוב מענטשן היינט צו טאג איז א גרוש א נארמאלער מענטש פונקט ווי א צווייטער, אפשר האט מען רחמנות אויף אים אז ער דרייט זיך ארום קרח מכאן ומכאן, ער קען נישט וואוינען ביי די עלטערן און נישט מיט קיין ווייב, אבער צי מען טריעט אים אנדערש? אבסאלוטלי נאט! איך האב ב"ה אסאך חברים גרושים, און אסאך חברים וואס האבן חברים גרושים.. איך האב כמעט קיינמאל נישט באמערקט קיין זלזול כלפי איינער צום צווייטן!

אדרבה, ליידער לויט די מצב אז עס פארמערן זיך היינטיגע צייטן גרושים - אנדערש ווי אמאל ווען עס איז געווען קוים אחד מעיר ושנים ממשפחה - ווערט עס מער "נארמאל" און אקצעפטירט אז דאס איז א חלק פון מערערע מענטשנ'ס לעבן, און עס איז א דורכגאגנ וואס צייגט גארנישט ראנג מיט דעם מענטש, נאר זאכן האבן זיך פשוט נישט אויסגעארבעט, און עס מאכט זיך ביי די שענסטע!

איך מיין ענדערש אז אונזער ציבור ווערט מער טאלעראנט און פארשטענדליך אין די ענינים, און קוקט מער נישט אן אזוי מאדנע א גט, ווילאנג אלעס פארט אויף א געזונטן אופן (אביוז טאלערירט מען נישט, און דאס איז דייקא א גוטע זאך).
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15417
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18359 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18820 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג יוני 20, 2021 10:36 am

דער אמת איז אויך, אז אסאך ווענדט זיך כלפי דעם גרוש אליינס, ווי אזוי ער קוקט זיך זעלבסט אן. אויב ער שפילט װי א רחמנות, קען זיין מענטשן וועלן אים טאקע אראפקוקן, אבער אויב דער יונגערמאן ווייסט ביי זיך אז ער האט געטון וואס ער האט געדארפט און האט ביי זיך די שטארקייט, דאן קוקט מען אים אן נארמאל.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15417
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18359 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18820 מאל

הודעהדורך מורינו ורבנו » מיטוואך יוני 23, 2021 3:34 pm

ס'איז זיכער אז אסאך ווענדט זיך אין דער מענטש אליין, אבער ער דארף דאך האבן אייזערנע כוחות זיך צו האלטן אין די גלייזן, בשעת ער געפינט זיך אין אזא מצב. ודו"ק.
מורינו ורבנו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 141 מאל

Re: גרושים וגרושות במחנינו - א הימל געשריי

הודעהדורך גרויסע מענטשעלע » מיטוואך יוני 23, 2021 11:25 pm

יא די רבי זז״ג איז גערעכט.

סאיז היינט ארום געפארן א מעסידז פין א גרוש א וואוילער אינגערמאן אז ער זיכט א דירה צו דינגען אין יעדער ענפערט אז זיי פארדינגען נאר פאר חתן כלה. ממילא זיכט ער א כלה כדי צו קענען דינגען א דירה.

שומו שמים! 2021
דאס מענטשעלע שפילט........
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 852
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 1085 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 401 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 24, 2021 6:13 am

גרויסע מענטשעלע: דאס מיינט אז ער וועט זאגן אזוי ווי ס'שטייט אין סידור ביי ה' מלך. פאר ברוך שאמר..."ב"פ"... און א טייל סידורים שטייט...ג"פ"...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15084
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 17377 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9897 מאל

הודעהדורך אייראפעישער חסיד » דאנערשטאג יוני 24, 2021 10:14 am

berlbalaguleh האט געשריבן:גרויסע מענטשעלע: דאס מיינט אז ער וועט זאגן אזוי ווי ס'שטייט אין סידור ביי ה' מלך. פאר ברוך שאמר..."ב"פ"... און א טייל סידורים שטייט...ג"פ"...!

נישט פארשטאנען ביטע זייט מסביר פאר אזעלכע מענטשן ווי מיר!
באניצער אוואטאר
אייראפעישער חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 95
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 03, 2021 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 81 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 24, 2021 8:26 pm

אייראפעאישער חסיד: אז אויב איינער זוכט נאר א כלה כדי צו קענען דינגען א דירה וועט ער מאכן די ברכה אויף א גט (איך ווייס נישט וועלכע ברכה מ'מאכט. ב"ה איך האב עס נאך קיינמאל נישט פרובירט.) 2 מאל. אדער 3 מאל...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15084
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 17377 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9897 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט