וואס מיינט ליבע? און וויאזוי קומט מען אן צי דעים.

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

וואס מיינט ליבע? און וויאזוי קומט מען אן צי דעים.

הודעהדורך קהל'ס נער » פרייטאג נאוועמבער 12, 2021 12:00 am

כ'האב דעיס געשריבען אלס א תגובה אין די אשכול, איך האלט אבער דעיס איז זייער א וויכטיגע נושא, און ס'קומט אין א באזינדערע אשכול.
די עולם איז געלאדענט צי קומען מיט פירכא'ס, טענות, הערות, תיובתא'ס, עצות, וכו'

קהל'ס נער האט געשריבן:שוין כ'זעי אז אויב וועל איך עס נישט יעצט שרייבן וועל איך עס קיינמאל נישט שרייבן סא...

והנה, ליבע אויב פארשטייסטו נישט וואס איז ליבע, איז א גרויסע פראבלעים (ליידער אין אונזער קאמיוניטי זענען אסאל געשלאגן אין דעים, מאנכע באשילדיגן היטלער, אזוי צי אזוי איז עס א גרויסע פראבלעים ביי אונזער קאמיוניטי).

לאמיר ערשט זעין וואס ליבע איז נישט.

תאווה. מען קען האבן תאוות אויף א שונא, ווען איינער רעיפט איינעם איז קלאר אז ער האט איר נישט ליב, ווען יא וואלט ער עס נישט געטין.

ראמאנטיקע. אין די אלגעמיינע גאס רופט מען "מען פאלט אריין אין ליבע" דאס איז נישט תאווה, דאס איז א ליבשאפט געבויט אויף חיצונות, למשל גלייך נאכן חתונה ווען מען איז נאך עקסייטעד מיט א נייע ווייב, אדער מען גייט אויף א דעיט אדער אויף וועקעישען, הצד השווה שבהן מען האט א גוד טיים און ס'דא א נקבה צי דיין זייט.

געלט כבוד יחוס וכו'. כ'מיין אז דאס דארף מען נישט מסביר זיין, אבער ס'ליידער דא מענטשן וואס מיינען אז דאס איז ליבע.

אז מען ווייסט שוין וואס ס'איז נישט, שטעלט זיך די פראגע, וואס איז עס יא?

דאס איז א געפיל פון א מענטש צי א צווייטע (לאו דוקא מאן און ווייב), נישט געבויעט אויף גארנישט און אן קיין תנאים, מען קען דאס נישט מסביר זיין ווייל ס'איז ריין רגש, אן קיין הסברים אן קיין חיצוניות, דעיס איז זייער א געשמאקע זאך סיי צי געיבן און סיי צי באקימען, ווען איינער קימט אן צי דעים זעיט ער אז ס'איז נישטא קיין בעסערע זאך אויפן וועלט ווי דעים.

וויל דאך יעדער וויסן וויאזוי קומט מען אן צי דעים.

מ'דארף ארבעטען אויף דעים שלא על מנת אז מען וועט עפעס ציריק באקימען דערפאר, מען פרובירט יענעם צי פרייליך מאכן, מחזק זיין, געיבן עטענטשן, געיבן קאמפלימענטן (זייער א שטארקע כלי), מיטפילן מיט יענעמ'ס שמחה און מיט יענעמ'ס צער, זיך נאכפרעיגן אויפן טאג טעגליכן סדר היום וויאזוי איז אדורך, און אויך אויפן פעזענליכען לעיבן, קויפן מתנות (ס'דארף נישט זיין טייער, די נקודה איז אז די האסט יענעם אינזין געהאט), אפשרייבן שיינע בריוון מיט געפיל ווערטער, שמועסן געשמאק (מענטשן כאפן נישט אז סתם שמועסן מיט די ווייב איז זייער א וויכטיגע זאך), ארויס העלפן ווען יענער איז אין א פראבלעים, האגן יענעם אדער סתם אזוי געיבן די הענט מיט א ווארימע קוועטש אדער א באקוועמע קלאפ אין ריקן, און פארשטייט זיך שמייכלן צי יענעם.

כמים פנים אל פנים, גייט יענער דיך ציריק ליב האבן, דעיס געשעיט נישט איבער נאכט אבער ס'נעמט אויכט נישט צי לאנג, ווען יענער האט דיך ליב האסטו עים ציריק ליב כגלגל החוזר.

מען דארף אבער אכטונג געיבן ס'זאל נישט ווערן קיין קא-דעפענדענסי, (עוד חזון אויף די נושא, די נקודה איז אז עס קען ווערן א אנגעהאנגענקייט אנטשטאט ליבע, וואס דאס איז זייער נישט קיין גיטע זאך, אויב דעיס געשעיט וועסטו פילן אז עפעס איז ווראנג מיט דיין רילעישענשיפ, און מיר וועלן דעמאלטס ווייטער רעדן).

מען דארף אויך האבן שכל נישט צי זיין קיין פעיגער, און איבער ציען די שטריק, פון אנפאנג גייט מען קליינע בעבי סטעפס, און ווי מער די ליבע דעוועלאפט זיך קען מען טין מער געוואגטע זאכן אן זיין קיין פעיגער.

לענינינו, ווען מאן אין ווייב זענען אין ליבע וועלן זיי ווילן ציפרידן שטעלן איינער די אנדערע, זי וועט זיך וועלן אנטין וויאזוי די האסט ליב, און זי וועט דיך ווילן צופרידן שטעלן אין בעט און בכלל א גאנצע טאג צי מיט קאכן גיטע עסן, פירן די שטיב און סיי וואס ס'פעילט אויס.

אבער מען דארף ניצן די שכל, אסאך מאל וויל דיין ווייב דיך ציפרידן שטעלן אבער זי טיט עס נישט, למשל לבוש וועט זי נישט וועלן טוישן צוליב פעיר פרעשור, איז קודם דארפסטו זיין אפען מיט איר און זאגן וואס די ווילסט (נישט אייביג ווייסט זי וואס די ווילסט, די מימרא "ווען די וואלסט מיך באמת ליב געהאט וואלסטו געוויסט וואס איך וויל" איז טיפשות, כ'האב נאך קיינמאל נישט געהערט אז אהבה זאל ברעניגען רוח הקודש).

נאכדעים קענסטו עס געיבן א ווארף אריין פון צייט צי צייט, אן פייניגען, זייער אסאך מאל וועט די אהבה גובר זיין אויף די פיער פרעשור.

און צומאל טאקע נישט, און אז די האסט איר ליב רודף איר נישט פאר דעים ס'נישט ווערט צי פארלירן די ליבשאפט פאר דעים, דא קען מען ניצען עצה'ס אזוי ווי @יעקב מעקסוועל זאגט אז מען זאל אנהייבן נאר אינדערהיים אזוי וועט זי זיך צעביסלעך ציגוואוינען און פילן באקוועם מיט דעים, אויב איז עס מיט מצווה עניינים זאל מען ריפן א נערמאלע כלה טיטשער זאל מסביר זיין די ווייב אז די אלע חומרות זענען טאקע נאר חומרות, און זענען נישט געמאכט פארן המון עם, פון דא און ווייטער קען מען טרעפן א עצה אויף כמעט יעדע זאך, אויב נישט איעדע.

 
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קהל'ס נער אום פרייטאג נאוועמבער 12, 2021 1:42 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קהל'ס נער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 653
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 2066 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1204 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג נאוועמבער 12, 2021 1:15 am

אין בעצוג צום לעצטן שורה. ס׳איז אויך דא א לעוועל פון ליעבע וואס מ׳האט יענעם אזוי ליעב אז מ׳וואונטשט איהם אקוראט די זעלבע וואס מ׳וואונטשט פאר זיך, איך וויל נישט מ׳זאל אויף מיר לייגן דרוק צו טוהן זאכן וואס איך האב נישט אויסגעוועלט פון מיין אייגענעם ווילן דערפאר וועל איך נישט לייגן דרוק אויף יענעם צו טוהן זאכן וואס ער האט נישט אויסגעוועלט פון זיין אייגן ווילן. פון אזא אהבה קומט אויך ארויס א געוואלדיגע יראת הכבוד און רעספעקט צום געליעבטן, איך וויל אז מ׳זאל רעספעקטירן מיינע לעבנסבאשלוסן און מיר נישט פארקויפן אז מ׳פארשטייט בעסער פון מיר און מ׳מיינט מיין טובה דערפאר וועל איך רעספעקטירן יענעמ׳ס לעבנסבאשלוסן. ס׳איז אויך מרומז אין די ווערטער ווי באקאנט אז ווען מ׳שטעלט ארויף דאס ווארט ״יראה״ אויפ׳ן ווארט ״אהבה״ קען מען ליינען ביידע ווערטער איינס אינעם צווייטן [זעה בילד], ווייל עכטע אהבה און עכטע יראה זענען בעצם צוויי זייטן פון איין מטבע. בילד
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך רביה''ק זי''ע אום פרייטאג נאוועמבער 12, 2021 1:24 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
@עדיאל - "Behind every great man there's a miserable woman"
קאוועשטיבל #למעשה: וויאזוי זיך ארויסצוזעהן פונעם "סיסטעם".
אלע מיינע ארטיקלען פון קאוועשטיבל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 5000
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5000 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5079 מאל

הודעהדורך תרמב » פרייטאג נאוועמבער 12, 2021 1:24 am

זייער שיינע נקודות, אויף יעדע פאראגראף וואלט מען געדארפט מאכן א עקסטערע אשכול....
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 893
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 3718 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1081 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 9:01 pm

קהל'ס נער: איין נקודה וואס דו האסט ארויסגעברענגט האב איך זייער שטארק ליעב. און איך בין מסכים מיט דיר 100%. בי. עסס'ן. מיט די די ווייב. איך פלעג דאס טון א סאך. פארשטייצעך. נאך פאר קאווע שטיבל איז געבוירן. (איך ווייס וואס די ליצני הדור (ואי אפשר לפורטם כי רבים הם. אפשר איינער אדער צוויי קענמען יא ארויסשרייבן.) טראכטן..
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 16340
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 19413 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11148 מאל

הודעהדורך Lesser » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 9:37 pm

עס ארבעט נישט מיט יעדע פרוי, לא כל הנשים שוות, אבער דאס איז זיכער א גיטע הנהגה זיך נישט צו קריגען.
Lesser
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 86
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

הודעהדורך קהל'ס נער » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 9:53 pm

Lesser האט געשריבן:עס ארבעט נישט מיט יעדע פרוי, לא כל הנשים שוות, אבער דאס איז זיכער א גיטע הנהגה זיך נישט צו קריגען.


די דרך הטבע איז אז עס ארבעט יא.

אויב ס'ארבעט נישט, דארף מען גיין פאר טעראפי, קען זיין זי אדער ער איז אריבער געגאנגען א טראומה אלס קינד (לאו דוקא א סעקסואלע).
אדער זענען איינע פון די צוויי געשלאגן מיט נארסעסיזעם, בי. פי. די. וכדו' וואס דעמאלט דארף מען א פסיכולוג אדער פסיכיאטאר.
קהל'ס נער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 653
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 2066 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1204 מאל

הודעהדורך געדאנקן » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 11:31 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:קהל'ס נער: איין נקודה וואס דו האסט ארויסגעברענגט האב איך זייער שטארק ליעב. און איך בין מסכים מיט דיר 100%. בי. עסס'ן. מיט די די ווייב. איך פלעג דאס טון א סאך. פארשטייצעך. נאך פאר קאווע שטיבל איז געבוירן. (איך ווייס וואס די ליצני הדור (ואי אפשר לפורטם כי רבים הם. אפשר איינער אדער צוויי קענמען יא ארויסשרייבן.) טראכטן..

וואס מיינט בי. עססן.?
געדאנקן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 11:38 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 12:00 am

berlbalaguleh האט געשריבן:קהל'ס נער: איין נקודה וואס דו האסט ארויסגעברענגט האב איך זייער שטארק ליעב. און איך בין מסכים מיט דיר 100%. בי. עסס'ן. מיט די די ווייב. איך פלעג דאס טון א סאך. פארשטייצעך. נאך פאר קאווע שטיבל איז געבוירן. (איך ווייס וואס די ליצני הדור (ואי אפשר לפורטם כי רבים הם. אפשר איינער אדער צוויי קענמען יא ארויסשרייבן.) טראכטן..

וואלווי: איך בין (בבחינת) א יודע מחשבות... איך ווייס וואס דו טראכטסט..לאל... אפשר רבינו הק' זי"ע אויך...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 16340
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 19413 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11148 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 12:03 am

געדאנקן האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:קהל'ס נער: איין נקודה וואס דו האסט ארויסגעברענגט האב איך זייער שטארק ליעב. און איך בין מסכים מיט דיר 100%. בי. עסס'ן. מיט די די ווייב. איך פלעג דאס טון א סאך. פארשטייצעך. נאך פאר קאווע שטיבל איז געבוירן. (איך ווייס וואס די ליצני הדור (ואי אפשר לפורטם כי רבים הם. אפשר איינער אדער צוויי קענמען יא ארויסשרייבן.) טראכטן..

וואס מיינט בי. עססן.?

געדאנקן: שמועסן. פלאפלען. סתם אין די וועלט אריין...! איך קען עס אבער נישט ארויסשרייבן ברחל בתך ה'נאק*טע...מפני הכיעור והדומה לו...אפשר א געוויסער גרויסער און הייליגער רבי. בג"ע תהא מנוחתו. ער האט ליעב געהאט אזעלכע סקאטאלאגישע דזשאוקס און מעשה'לעך...! זי"ע
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 16340
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 19413 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11148 מאל

הודעהדורך אור האמת » מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 2:13 pm

לאמיר פראבירן מסביר זיין ממש בקיצור וואס מיינט אמת'ע אהבה, ווייל באריכות קען מען אויך נישט…

עס שטייט אין פסוק, פרשת בראשית, "עַל כֵּן יַעֲזָב אִישׁ אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ וְדָבַק בְּאִשְׁתּוֹ וְהָיוּ לְבָשָׂר אֶחָד", דא זאגט די תורה אז חתונה האבן מיינט אז מ'דארף ווערן איינ'ס, דאס מיינט אז פונקט ווי די נעמסט קעיר פון דיין גוף און די גיבסט אכטונג אז די זאלסט זיך נישט צומזיק'ן, למשל, א מענטש וועט קיינמאל נישט זאגן, אקעי, איך האב א רעכטע האנט ממילא דארף איך שוין נישט די לינקע, אזוי דארף מען שפירן ווען מ'איז חתונה געהאט, און דאס מיינט אמת'ע אהבה.

מ'דארף פיעלן ווי מ'איז איינ'ס ממש, נישט ווי מען ארבעט אויף זיך אדער מ'איז מוותר, ווייל אז נישט מוז מען ארבעטן אגאנצן לעבן און דאס איז נישט אמת'ע אהבה.

איז עס מעגליך?
כ'האב געהאט א מגיד שיעור אין מיינע בחורישע יארן, וואס איך פלעג זיין נאנט מיט אים, פאר מיין חתונה איינמאל ווען כ'האב געשמועסט מיט אים האב איך אים געפרעגט, מגיד שיעור לעבן, פרויען זענען אזוי אנדערש ווי אונז מענער, וויאזוי קען מען לעבן אזוי, האט ער מיר געזאגט, הער זיך איין, זה כלל גדול בשלום בית, עפען אויף דיין האנט וועסטו זעהן אז ביי די אויבערשטע פינגערס איז קיינער נישט גלייך, איינ'ס איז העכער פונעם צווייטן, יעצט זאגט ער מיר, בייג צאם דיינע פינגערס וועסטו זעהן אז אלע זענען גלייך און אייניג… און קיינער פילט נישט אז ער איז געבויגן נאר גלייך מיט די צווייטע.

קיין איין מענטש און קאפל איז נישט די זעלבע אבער ווען מ'בייגט זיך איינער צום אנדערן ווערט מען איינ'ס און דעמאלטס איז מען זוכה צו אמת'ע אהבה.
אור האמת
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 12:08 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

הודעהדורך Lesser » מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 3:14 pm

הייליג געזאגט
Lesser
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 86
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

הודעהדורך נפה » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 8:45 pm

ווען איך בין געווען א קינד איז געווען אזא מין מאשינקע וואס האט געהאט א געים אז מען טראכט פון עפעס און דער כלי פרעגט אפאר שאלות און ער זאגט דיר וואס דו האסט געטראכט ווען ער האט געזען אז די ענפער אויף אלעס איז נא (ווי למשל עס איז א דומם? ניין. א צומח? ניין. וכדומה) האט ער געזאגט אז עס איז אן emotion.
אהבה איז אן emotion און עס קען נישט ווערן עקספלעינד געהעריג אבער ווי אזוי עס זאל זיין איז עס א געפיל צווישען צוויי מענטשען וואס זענען נאנט איינער צום צווייטען און שעצען זיך איינער דעם אנדערע ווערט אנטוויקלט אזא געפיל פאר מער דעטאלירט ווי אזוי צו אנטוויקלען דעם געפיל קוק דא
אבער דאס איז יא דא א וועג אויסצולערנען ווי אזוי צו מאכן אז מען זאל נישט ליב האבן ווי למשל דא און דאס איז דער פראבלעם ביי אסאך הייליגע חתן /כלה מדריכים/ות
נפה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 294
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 417 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 293 מאל

הודעהדורך געדאנקן » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 1:32 am

געדאנקן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 11:38 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

הודעהדורך חכמת שלמה » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 12:23 pm

ווען איך זעה דעם אשכול, בפרט די לעצטע לינק, דאנק איך דעם אויבערשטן אויף דעם פלאץ וואו איך געפין זיך.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 11:56 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 3:10 pm

געדאנקן האט געשריבן:היימישע ליבע

געדנאקן: זייער שיין. און צום פינטל. געקאווערט אלע בעיסעס. אבער די באשריבענע סצענע איז זיך פארלאפן מיט א לאנגע צייט צוריק. פרעג וויפיהל (גאנץ) יונגע חברה ווייסן וואס א בלעקבעררי איז?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 16340
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 19413 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11148 מאל

Re: וואס מיינט ליבע? און וויאזוי קומט מען אן צי דעים.

הודעהדורך פיניע » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 3:22 pm

חכמת שלמה האט געשריבן:ווען איך זעה דעם אשכול, בפרט די לעצטע לינק, דאנק איך דעם אויבערשטן אויף דעם פלאץ וואו איך געפין זיך.
קים דזשאנג און, ווערט אויך זייער צופרידן ווען ער קומט אהער ליינען. ווייל אויב זאל א פרוי נאר זיך ווייגן אים נישט געבן וואס ער ברויך...

נאר מענטשן אין די נארמאלע וועלט ברויכן זיין נייס, דיקטאטורן האבן נישט די פראבלעמען.
Free country, authoritarian town
פיניע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 12:33 am
האט שוין געלייקט: 164 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

הודעהדורך חכמת שלמה » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 3:37 pm

האלטס ענק מיט ענקער א.ג. "ליבע" (זוכנדיג יעדע מינוט נאך עפעס, וד"ל), און אונז וועלן בלייבן געטריי און באליבט ביי אונזער טאטע אין הימל...

א בין אין חריין מיינט, אז זיסערס פון דעם איז נישט דא.

נעבעך...
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 11:56 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 3:52 pm

טאקע נעבעך, אז מ׳באקומט נישט די אטענשאן/ליעבע אינדערהיים דארף מען עס גיין באקומען דורך טראללן אנליין, ירחם המרחם.
@עדיאל - "Behind every great man there's a miserable woman"
קאוועשטיבל #למעשה: וויאזוי זיך ארויסצוזעהן פונעם "סיסטעם".
אלע מיינע ארטיקלען פון קאוועשטיבל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 5000
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5000 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5079 מאל

הודעהדורך תרמב » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 4:10 pm

דאס אז מדארף האבן ליבשאפט וכדומה, נעמט נישט אוועק פון דעם, אז דער שרייבער שרייבט ווי א בהמה און מנובל, כאילו א פרוי שרייבט עס, ווען למעשה איז עס געשריבן דורך א קראנקע זכר, וואס חלומט פון זיינע שוועגערינס אסאך......
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 893
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 3718 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1081 מאל

הודעהדורך ערבי נחל » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 6:19 pm

דא איז נישט די פלאץ פאר שמוץ!
מנהל
ערבי נחל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 13, 2021 11:11 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

הודעהדורך אור האמת » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 6:47 pm

חכמת שלמה האט געשריבן:האלטס ענק מיט ענקער א.ג. "ליבע" (זוכנדיג יעדע מינוט נאך עפעס, וד"ל), און אונז וועלן בלייבן געטריי און באליבט ביי אונזער טאטע אין הימל...

א בין אין חריין מיינט, אז זיסערס פון דעם איז נישט דא.

נעבעך...


דער עולם דא, זוכט אמת'ע ליבע, וואס איינמאל מ'האט עס, זוכט מען שוין גארנישט….
אור האמת
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 12:08 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 7:26 pm

ערבי נחל האט געשריבן:.

מה ענין בוידעם אצל קלאץ??? דאס געהערט אפשר אינעם אשכול פון סיפורי צדיקים וואס מ׳דארף גלייבן אז ס׳וואלט ווען טעארעטיש געקענט פאסירן.
@עדיאל - "Behind every great man there's a miserable woman"
קאוועשטיבל #למעשה: וויאזוי זיך ארויסצוזעהן פונעם "סיסטעם".
אלע מיינע ארטיקלען פון קאוועשטיבל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 5000
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5000 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5079 מאל

הודעהדורך נפה » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 8:12 pm

[quote="ערבי נחל"][/quote]
וואס גייט פאר מיט ענק?
נפה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 294
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 417 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 293 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 8:48 pm

נפה: ב"ה אז איך ווייס נישט וואס דאס איז...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 16340
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 19413 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11148 מאל

הודעהדורך געדאנקן » דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 1:49 am

berlbalaguleh האט געשריבן:נפה: ב"ה אז איך ווייס נישט וואס דאס איז...!

הייסט האסט א פילטער?...
געדאנקן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 11:38 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 9 געסט