מאלעסטירן קינדער, אויסגעהאלטן אדער נישט?
היות איינער האט לעצטענס אויפגעברענגט אן אשכול: ״ איבערלייגן און פראקן קינדער, אויסגעהאלטן אדער נישט?״ האב איך באשלאסן צו עפענען אן אשכול צו זען אויב דער עולם וועט אויך סובל זיין אזא מין קעפל ביי אנדערע פארמען פון פיינוגונג.
עס עסט מיר פשוט די גלייכגילטיגקייט מיט וואס מען פארנעמט זיך מיט physical abuse ווי כאילו דאס איז בכלל א זאך וואס איז אפען פאר דעבאטע.
איך האב א קוזין וואס מען האט געפיינוגט אין חדר, איך האב זיך געבעטן ביי זיין מאמע אים ארויסצונעמען פון יענעם קלאס, איך האב איר פרובירט מסביר צו זיין אז עס איז נישט קיין שפיל, ליידער לא עלתה בידי. נישט קיין לאנגע צייט דערנאך איז ער אוועקגעפאלן מיט א מיסטריעזע מח קראנקהייט און ער איז ברעין דעמעדשד עד היום הזה. וכהנה רבות, איך בין זיכער אז ווער עס האט אמאל עוסק געווען אין child bullying וועט מעיד זיין אז עס מאכט ממש חרוב קינדער וכל שכן אויב עס ווערט געטון מיט די גאנצע אפיציעלקייט דורך א רבי אדער מנהל.
.
- פרנס החודש
- ידיד ותיק
- הודעות: 699
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
- האט שוין געלייקט: 4005 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 921 מאל
דער אשכול פארמאגט 4 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן