היינט איז פאר א קורצע צייט געווען אזא ארטיקל אויף אייוועלט. איך האב געמאכט קאפי פעיסט אלטס חשש אז עס וועט פליען, (הגם עס איז נישט אזוי שלעכט) וכך הוה.
***
"פארוואס איז נאכנישט דא קיין "חוב קדוש" צו גיין שטימען אין אמעריקע?"עס איז אלעמען באקאנט דעתו הטהורה פון רביה"ק זי"ע וואס איז געשטאנען ווי א לייב אנטקעגן די נסיון הדור פון ציונות, און אויסגערופן זיין דעת תורה אז עס איז אסור צו גיין צו די בחירות אין מדינת ישראל, און ס'איז גאר ממש ביהרג ואל יעבור. און ב"ה ביזן היינטיגן טאג האלטן זיך טויזענטער אידן פעלזן פעסט, און פאלגן אויס הוראותיו הקדושים און שטייען אינגאנצן אפגעטיילט פון די מדינה הטמאה, און נעמען נישט אנטייל און זייער בחירות הטמאות.
מען קען זיך אבער נישט פארהוילן פונעם פאקט אז טייל מנהיגים פון אמאל און היינט האבן יא געהאלטן אז מען מעג גיין צו די בחירות און ביי זייער קהילות פאלגט מען וואס מען הייסט ביי זיי, און מען גייט יא שטימען. אינטערסאנט איז אבער אז ביי די אלע פלעצער איז עס נישט סתם אזא היתר, מען מעג גיין, נאר עס איז זאגאר א "חוב קדוש" צו גיין!
אין די באקאנטע בריוו וואס בעלזא רב זי"ע מיטן טשעבינער רב האבן גע'חתמ'עט אז מען קען יא גיין צו די בחירות, שרייבן זיי נישט סתם עפעס א היתר בחירות, נאר זיי ברענגען ארויס קלאר אז עס איז א "חיוב"!! עס איז גאר א "מצוה" צו גיין שטימען.
אין טייל חסיד'ישע חצירות איז עס ממש א געהעריגע "מצוה". די רבי אליין איז מעורר איבער דעם, ער גייט ארויס מיט א געהעריגע באגלייטונג פון חסידים צום שטים בודקע, און בשעת מעשה זינגט מען "לעשות נחת רוח" פונקט ווי ווען מען שעפט מים שלנו..!
וואס איז פשט דערפון? וואס איז פשט פון אזא מצוה? וועל איך אייך ערקלערן; היות יענע גדולים ורבנים האלטן נישט אז עס איז אן איסור זיך משתתף צו זיין אין די בחירות (איך גיי בכלל נישט אריין דא אינעם דעליקאטן מחלוקת פון די סיבות הדברים פארוואס דער האלט אזוי און דער האלט פארקערט, איך בין נישט ראוי צו רעדן דערפון, און נישט איך פארשטיי עס. און איך רעד בכלל נישט אריין דערין, כמובן) אבער איין מאל עס איז נישטא קיין איסור, איז עס "אטאמאטיש" א מצוה און א חוב קדוש! אויב גייט מען נישט צו די בחירות, וועלן ווערן אריינגעוועלט פרייע ציונים רח"ל וואס זוכן דאך נאר אויסצורייסן יעדע זכר פון תורת משה, זיי וועלן איינשטעלן געזעצן אנטקעגן ערליכע חינוך, זיי וועלן פארמערן חילול שבת, פריצות אויפן גאס, וכדומה, און פראבירן צו מאכן געזעצן וואס זאל שווער מאכן פאר א ערליכע איד צו לעבן אין ארץ ישראל. עס איז זעלבסטפארשטענדליך אז אויב האלט מען נישט פון קיין איסור בחירות דאן ווערט עס אטאמאטיש א מצוה און א חוב קדוש.
און טאקע אין ארץ ישראל אין די פלעצער ווי מען גייט צו די בחירות, איז עס אינגאנצן אנדערש ווי ביי אונז. עס איז נישט אזא אפשענעל זאך וואס נאר דער וואס הערט אויס שמעון ראלניצקי אויף קול מבשר, אדער ליגט אין פאליטיק, און האט אויך פונקט איבריג צייט און נערוון גייט שטימען. נאר "יעדער איינער ממש" גייט ארויס שטימען! חתנים און כלות ביום חופתם מאכן אויך צייט צו גיין שטימען! מען קוקט עס אהן ווי סיי וועלכע אנדערע מצוה ומנהג קדוש. יעדע קהילה האט א געהעריגע אפיס מיט ליסטעס, און מען גייט אדורך נאמען ביי נאמען צו זען אויב ער האט שוין געוועלט.
און דא קומט אריין מיין גרויסע תמיה... וואס איז טאקע געשען מיט אמעריקע? איך האב געכאפט א שמועס מיט איינע פון די עסקנים וואס איז עוסק אין פראבירן צו ברענגען די עולם צו שטימען. ער זאגט מיר ווי ער ארבייט ממש אליין מיט א קליינע גרופע מיטהעלפער, עס איז א ליצנות פון א אפעראציע אנטקעגן די מעכטיגע אימפעריע וואס אזא ארגעניזאציע וואלט געדארפט צו זיין.
טייל וועלן טענה'ן אז אההה.. אין מדינת ישראל ווי די שנאת עם הארץ לתלמיד חכם איז אזוי גרויס, און די פרייע זוכן נאר ווי זיי קענען אונטערברענגען דאס יהדות החרדית, איז פארשטענדליך פארוואס עס איז אזא חוב, אבער דא אין אמעריקע לעבט מען דאך אין א מלכות של חסד, און ממילא איז נישט אזוי וויכטיג צו שטימען ווי אין מדינת ישראל.
אבער איך מיין אז די עולם האט זיך שוין אויפגעוועקט צום ביטערן פאקט, אז די עשיו שונא ליעקב ברענט ליידער אויך דא אויף גאר א געפערליכן פארנעם. מען לעבט דא אין די שמוציגע ליבעראלע ניו יארק, ווי די ארומיגע גוים זוכן ליידער אויסצורייסן יעדעס ביסל נארמאלקייט און מענטשליכקייט. פאמיליע לעבן איז ביי זיי אראפגעקוקט, קדושה איז ביי זיי מיאוס. און אונזער ווירבלדיגע הייליגע חינוך און לעכטיגע פירות וואס שיינען זיי אין פנים שטייט ביי זיי ווי א דארן אין אויג, און זיי זוכן כל מיני תחבולות צו צוברעכן דעם הייליגן מויער וואס נעמט ארום אונזער הייליגע שטיבער. וואס דארף מען מער ווי דערמאנען די שרעקליכע גזירת החינוך וואס זיי האבן ליידער אדורכגעפירט אנטקעגן אונזער הייליגע מסורה און תורה הקדושה.
דערפאר שטיי איך און איך שטוין!!! פארוואס האט מען נאכנישט איינגעזען אז, עס איז א חוב קדוש צו גיין שטימען!!! יא!! אין אמעריקע!!! ביי די קהילות וואס אין ארץ ישראל איז עס א חוב, איז דאך דא זיכער דא דעם זעלבן חיוב. נאר אפילו אין סאטמאר, וואס אין ארץ ישראל איז עס אסור, איז עס דאך אין אמעריקע מותר, און אז עס איז מותר, איז עס דאך א חוב קדוש!! וויי געוואלד!!
אין די פאריגע עלעקשאנס האט אונזער לאנג יעריגע פריינט פון וויליאמסבורג באקומען א נישטיגע 6000 וואלן! און האט שמאל פארלוירן צו אן ארכי-ליבעראלע קאנדידאט וואס האסט אפן אונזער לעבנסשטייגער און קאמיוניטי. זי האט שוין געלאזט פאלן שענדליכע ווערטער אין שטיצע פון די נייע חינוך רעגולאציעס און פון די טרויעריג-בארימטע ניו יארק טיימס ארטיקל, און ארבייט געהעריג לטובת אלע שמוציגע ליבעראלע אגענדעס.
זענען אונז ביים זינען? וויליאמסבורג קען נאר ארויסברענגען נישטיגע 6000 שטימעס? די פאלעטישנס לאכן אונז אין פנים, זיי האבן נישט קיין שום סיבה זיך צו רעכענען מיט אונז, אונז גייען ממילא נישט ארויס שטימען, טא וואס האבן זיי צו פארלירן..? די נידריגע ליבעראלן שטעלן זיי צו אסאך מער שטימעס!
רבותי!!! מען דארף זיך נעמען אין די הענט אריין! יעדער איינער העכער 18 זאל זאפארט זיך רעגיסטרירן צו שטימען (איך מיין אז עס איז שוין צו שפעט זיך צו רעגיסטרירן פאר די קומענדיגע וואלן, אבער לייגטס עס נישט אפ, שרייבט ענק שוין איין!!) און די אלע וואס זענען יא רעגיסטרירט, לאמיר "אלע" ארויסגיין שטימען אין די מאסן!!! איש בל יעדר!!! בנערינו ובזקנינו נלך!!! לקדש שם שמים! אונז ווילן אז די פאליטישאנס זאלן זיך רעכענען מיט אונזערע ווירדן. זיי זאלן איינשטעלן געזעצן וואס רעספעקטירן אונזער תורה און לעבנסשטייגער. מען דארף אנקוקן די שטימען ווי סיי וועלכע אנדערע הייליגע מצוה וואס מען גייט מקיים זיין. זאג א פייערדיגע "לשם יחוד" פאר דעם, און מיט א ברען גיי אויספילן די בעלעט מיט די קאנדידאטן וואס די קהילות האבן אינדארסירט.
"איך האב נישט קיין נערוון" אדער "איך בין פארנומען" זענען בכלל נישט קיין גוטע תירוצים!!! וואלסטו דאס אויך געזאגט פאר סיי וועלכע אנדערע מצוה? "כ'האב נישט קיין נערוון צו גיין כפרות שלאגן"... "כ'בין צו פארנומען צו דאווענען מנחה"...? פונקט דא ווען מען רעדט פון אונזער גאנצע עקזיסטענץ צו קענען פראקטיצירן אונזער הייליגע תורה אומגעשטערט, מיינען טייל אז די סארט תירוצים זענען מאסגעבנד. אתמהה!!!
(ומכאן הקריאה יוצאת פאר די וואס האבן א ווארט ביי אונזערע אדמורי"ם ורבנים, אז זיי זאלן זען צו מאכן די רבנים באוויסטזיניג צו די נייע מציאות. אונז לעבן שוין מער נישט אין די אלטע מלכות של חסד פון אמאל ווי די דעמאקראטן האבן רעספעקטירט אונזער רעליגיע און לעבנסשטייגער, און עס איז געווען גענוג פאר די חדרים אהיימצישיקן א צעטיל אז ווער עס האט אביסל איבריג צייט זאלן זען צו שטימען אלס הכרת הטוב וכדומה. מיר לעבן אין א שעת השמד, שטימען איז שוין היינט א חוב קדוש! און אז די רבנים וועלן טאקע רעדן איבער די חיוב פון גיין שטימען, וועט עס האבן א שטארקע אפקלאנג, און די עולם וועט טאקע פאלגן אין די מאסן לעשות רצון צדיקי ומאורי דורינו).
לאמיר אלע מיט א פאראייניגטן כח ארויסגיין מקיים זיין די הייליגע מצוה פון שטימען!!!