בד"ה: רבי שבתי פון ברייערוואד איננו כי לקח אותו אלוקים

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6612 מאל

בד"ה: רבי שבתי פון ברייערוואד איננו כי לקח אותו אלוקים

שליחה דורך הוגה »

עס גלייבט זיך נישט אז מ'דארף שוין צולייגן א ז"ל אדער א ע"ה ביים דערמאנען רבי שבתי. ערשט דעם פארגאנגענע ערב שבת האב איך אים געזעהן ארומשפאצירן געמיטלעך. טאקע גרוי און פארעלטערט היבש, אבער ר' שבתי איז אלץ געווען גרוי און אלט, עכ"פ ווי לאנג דער עולם געדענקט אים. קיינער ווייסט נישט פונקטליך ווען און וויאזוי ער האט געלאנדעט ביי אונז, רבי יענקל קליינ'ס שול, אנשי ברייערוואד, אבער ער איז שנעל געווארן א שטיק פורניטשער און אן אינטעגראלע חלק אין די קהלה, טראץ זיין צוריקגעצויגנקייט און כמעט גענצליכע שטיל שווייגעניש. עס איז כמעט אוממעגליך זיך פארצושטעלן אנשי ברייערוואד אן רבי שבתי; די צוויי זענען synonymous.

ווער איז דער רבי שבתי? זיין פארגאנגענהייט איז איין שטיק מיסטעריע. קיינער ווייסט נישט זיין פאמיליע נאמען. אפילו רבי יענקל קליין און רבי הערשל קעניג קענען אים נאר ביי זיין ערשטע (אויב ס'איז זיין עכטע) נאמען. אויף ווי ווייט מ'ווייסט, פארמאגט ער נישט קיין קרוב וגואל נעבעך. די חברה אויף ברייערוואד זענען געווען זיין איינציגסטע פאמיליע.

ער איז געווען אן אויסערגעוועליכע שטילע, אזא נחבא אל הכלים, כמעט וואס מ'האט א מוק ארויסגעהערט פון זיין מויל, ממילא איז שווער עכט צו וויסן ווער ער איז געווען. אבער פון די ביסל וואס מ'האט יא געזען האט מען געוויסט אז ער רעדט קיינמאל ביי דאווענען, מתחילה ועד סוף. קיין סך האט ער נישט געגעסן, נאר אביסעלע פון די טעלער וואס גוטהארציגע אידן פלעגן אים אנגרייטן, מיט אביסעלע וואסער. זהו. ער פלעגט זיך אלץ דרייען צווישן די ביימער טיף אריין אונטער דער שול און פראווען התבודדות.

דעם זינטאג האבן אים עטליכע געטראפן אין א גאר שווערע צושטאנד, און זיי האבן אים שנעל אפגעפירט צו א קליינע לאקאלע שפיטאל אויף 59 נעבן רעמסען. אבער דער דאקטאר האט אים נאר געקענט באקוועם מאכן פאר די פאר שעה ביז ס'איז יצאה נשמתו.

ס'דא מערערע שפעקולאציעס, צווישן זיי אז ער איז א גלגול וואס איז אראפגעקומען אויף עפעס א ספעציעלע תיקון. אנדערע האבן געטענה'ט אז מען קען שפירן עפעס א העכערע נשמה דא. דאס איז זיכער, א מיסטעריע איז ער געווען, א גרויסע מיסטעריע.

נו, זאל ער האבן א תיקון, וואס שטערט עס מיר? און נאכדעם, אז זיין קבר וועט פארוואנדעלט ווערן אין א תל תלפיות וואו אידן טרעפן ישועות, וועם קען דאס דען שאטן? אדרבה, דע מאר דע מעריער.

זכותו יגן עלינו.



.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר