ר' חיים צבי טייטלבוים שליט"א אב"ד מ'ראצפערט

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
איך הער..
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 120
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 03, 2023 3:00 pm
געפינט זיך: דעם אנדערען זייט סמבטוין
האט שוין געלייקט: 325 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 303 מאל

ר' חיים צבי טייטלבוים שליט"א אב"ד מ'ראצפערט

שליחה דורך איך הער.. »

אן אינטערעסאנטע פענאמאנאן איז פארהאן, א רב א זון פון סאטמאר'ע רב פון וויליאמסבורג, אן אייניקל פון מהר"א, וואס פארמאגט אן אייגענע יו טיוב טשענעל ווי ער לערנט פאר שיעורים בטוב טעם ודעת, און נישט סתם עפעס ישיבה'שע שיעור עיון, נאר ער לערנט פאר דברים העומדים על הפרק, אנגעפילט מיט אלעם פון פילאזאפיע ביז היסטאריע, אלגעמיינע חכמות און אלעס אינדערמיט, ער קען צומאל זאגן זאכן וואס מאנכע וואלטן גערופן קאנטראווערסיאל אדער נישט פאליטיקלי קארעקט על פי "סיסטעם", ח"ו אז ער זאל זאגן עפעס נישט אויסגעהאלטן על פי תורה, אבער פארט קען עס טרעטן געוויסע אויף די הינער אויגן.

קיין סאך אינפארמאציע האב איך נישט געזען איבער אים א חוץ פון א אינטערוויא וואס ער האט געגעבן אין די מאמענט מאגאזין, ווי ווייט איך האב געהערט איז געווען א שטיקל פאליטיק ביים אים אין בית מדרש וואס צוליב דעם האט ער אויפגעגעבן די רבנות דארטן, ער האט דאכצעך מיר געעפענט נאך א בית מדרש וואס ער האט שפעטער ווידער פארמאכט, פארוואס ווייס איך נישט.

איך בין נייגעריג אויב איינער האט מער אינפארמאציע איבער אים, אדער וואס די פאליטיק איז געווען דארטן, און ווי מען קען הערן נאך פון זיינע שיעורים.
.Commen sense is not commen

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר