די פראטאקאלן פון זקני ציון

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
צוויבל קניפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 60
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 21, 2022 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל

די פראטאקאלן פון זקני ציון

שליחה דורך צוויבל קניפער »

"די פראטאקלן פון זקני ציון" איז די מערסטע פארשפרייטע אין טרויעריג בארימטע אנטיסעמיטישע פובליקאציע אין מאדערנע צייטן, די ליגענס און קאנספיראציע טעאריע'ס וואס ווערן דארט באשריבן ווערט נאכאלץ באנוצט און גרויסן ספעציעל היינט מיט די אינטערנעט וואס יעדע שמויגער און לאצי קען באשמירן זיין צואה איבעראל, די גרופע'ס און אינדעווידואלן וואס האבן זיך די מערסטע באנוצט מיט די פראטאקאלן זענען פארבונדן אין איין וועג, פארשפרייטן פיינטשאפט אקעגן דעם איד.

די פראטאקאלן איז גענצליך פיקציע ארבעט, בדווקא געשריבן געווארן צו באשילדיגן דעם איד אויף כל מיני פראבלעמען, די וואס פארשפרייטן עס זאגן אז דאס דאקומענטירט א אידישע קאנספיראציע צו איבערנעמען די וועלט, די קאנספיראציע מיט די זקני ציון האט קיינמאל פארשטייט זיך עקזעסטירט.

פון ווי שטאמט עס?

אין 1903 זענען שטיקלעך פון די פראטאקאלן פארשפרייט געווארן אין די רוסישע צייטונג, זנאמיע ( די טאוול). אבער די ווערסיע פון די פראטאקאלן וואס איז פארשפרייט און איבערגעטייטשט געווארן צו פארשידענע אנדערע שפראכן איז ערשט אַרױסגעקומען אין 1905 אין רוסלאַנד אין די ביכל The Great in The Small: The Coming of the Anti-Christ and the Rule of Satan on Earth
ביי די רוסישע שרייַבער און מיסטיקמאן סערגעי נילאס.

טראץ וואס די פונקטליכע אנהויב פון ווי די פראטאקאלן קומט איז נישט באקאנט, די כוונה אונטער עס איז געווען צו שילדערן די אידן ווי קאנספיראטארן אקעגן די רעגירונג, אין 24 קאפיטלעך, אָדער באקאנט אלץ פראטאקאלן, שילדערט מען דאָרט פון א זיצונג צווישן אידישע פירער, די פראטאקאלן באשרייבט די "באהאלטענע פלענער" פון די אידן צו פירן די וועלט דורך מאניפולירן די עקענאמיע, קאנטראלירן די מידיע, און אנהעצן רעליגיעזע קאנפליקטן.
נאך די רוסישע רעוועלוציע פון 1917, אנטי-באלשעוויק אימיגראנטן האבן אריבערגעברענגט די פראטאקאלן צו די מערב וועלט, גלייך נאכדעם איז ארויסגעקומען אין פארשידענע אויסגאבעסַ מיט די פראטאקאלן אין אייראפע און אין אמעריקע, אבער איבערגעטייטשטע ווערסיע'ס האבן ערשט אנגעהויבן צירקולירן אין די 1920'ס.
אנגעהויבן אין 1920, קאר מאַגנאַט און באקאנטע אנטיסעמיט הענרי פארד'ס צייטונג (וואס ער פארלאנגט זיך א גאַנצע אייגענע ארטיקל), די דיערבארן אינדעפענדענט, האט פארשפרייט א סעריע ארטיקלען באזירט א חלק אויף די פראטאקאלן. "די אינטערנאציאנאלע איד", די צייטונג וואס האט געהאט די ארטיקלען איז געווארן איבערגעטייטשט צו 16 שפראכן. ביידע אדאלף היטלער און אויך יוזעף געבלס (שפעטער הויפט פוןַדי נאצי פראפאגאנדע מינעסטעריום) האבן אויסגעלויבט הענרי פארד און די אינטערנאציאנאלע איד.

די שווינדל אנטדעקט

אין 1921, די לאנדאן טיימס האט פרעזענטירט באווייזן אז די פראטאקאלן איז געווען "פוילע פלעגעריזם", די טיימס האט קאנפימירט אז א גרױסע חלק פון די פראטאקאלן איז געווען קאָפּירט פון א פראנצויזישע פאליטישע סאטירישע ארטיקל מיטן נאמען Maurice Joly's Dialogue in Hell Between Machiavelli and Montesquieu (1864) וואס האט קיינמאָל נישט אפילו דערמאנט אידן. אנדערע אוספארשונגען האבן געוויזן אז איין קאפיטל פון א פרוסישע נאוועל, Hermann Goedsche's Biarritz (1868, האט אויך אינספירירט די פראטאקאלן.

די נאצי עפאכע

די נאצי פארטיי אידעאלאגיסט אלפרעד ראזענבערג האט באקאנט געמאכט היטלער מיט די "פראטאקאלן" אין די פריע 1920'ס, וואס איז געווען די צייט וואס היטלער האט אַנטװיקלט זיינע פלענער און אידעאלאגיע. היטלער באציט זיך צו די פראטאקאלן אין טייל פון זיינע פריע רעדע'ס, און דורכאױס זיין קאריער האט ער פארשפרייט די מיטאס (myth) אז "אידישע באלשעוויקן" קאנספירירן צו קאָנטראָלירן די וועלט.

דורכאױס די 1920'ס און 1930'ס "די פראטאקאלן פון די זקני ציון" האט געשפּילט א וויכטיגע ראלע אין די נאצי'ס פראפאגאנדע ארסאָנעל, די נאצי פארטיי האט פאבליצירט 23 אנדערע ווערסיע'ס פון די פראטאקאלן צווישן די יאָרן 1919 און 1939. נאך וואס די נאצי'ס האבן איבערגענומען מאכט אין 1933 געוויסע שולע'ס האבן אנגעהויבן ניצן די פראטאקאלן צו אינדאַקטאָנירן די סטודענטן.

נאך די מלחמה

אין 1935 האט א שווייצע געריכט באשטראפט צוויי נאצי פירער פאַרן צירקולירן א דייטשע שפראך ווערסיע פון די פראטאקאלן אין בערן, שווייצלאנד. די ריכטער זיצנדיג אויפן געריכט האט גערופן די פראטאקאלן א "בלבול" "קלארע שווינדלערייען" און "לעכערליכע שטותים".
אין 1964 האט די אַמעריקענע סענאט ארויסגעגעבן א רעפארט דערקלערנדיג די פראטאקאלן זענען "פאבריקאציעס". די סענאט האט גערופן די אינהאלט פון די פראטאקאלן "שטותים" און קריטיקירט די וואס פארשפרייטן די פראטאקאלן פאַרן נוצן די זעלבע פראפאגאנדע מיטל ווי היטלער.
אין 1993 האט א רוסישע געריכט געאורטיילט אז פּאמיאט, א עקסטרעם רעכטע נאציאנאליסטישע ארגעניזאציע, האט דורכגעפירט א אנטיסעמיטישע אקט מיט'ן פובליצירן די פראטאקאלן.
טראץ די נאכאנאנדע באווייזן אז די פראטאקאלן איז פאַלש בלייבט עס נאכאלץ די מערסטע איינפלוסרייכע אנטיסעמיטישע ביכל אין די לעצטע הונדערט יאר און האלט אן צו אפעלירן ביי פארשידענע אנטיסעמיטישע אינדעווידואלן און גרופּעס.

די פראטאקאלן היינט

לויט די אמעריקאנע סטעיט דעפארטמענט "רעפארט אויף גלאבאלע אנטיסעמיטיזם"(2004). אין אמעריקע און אין אייראפע, נעא-נאציס, ווייסע סופעראמיסטן און האלאקאסט לייקענער, אינדארסירן און צירקולירן די פראטאקאלן, ביכער באזירט אויף די פראטאקאלן זענען דא צו באַקומען אלוועלטליך אפילו אין לענדער וואס עס איז שווערליך דא עפּעס אידן אזויווי יאפאן.
אסאך שולע ביכער אין די אראבישע און איסלאמישע וועלט לערנט מען די פראטאקאלן אלס פאַקט. אסאך פאליטישע רעדע'ס, צייטונג עדיטאריל'ס און אפילו קינדער ביכלעך קומען פון די פראטאקאלן. אין 2002, עגיפטען'ס רעגירונג באצאלטע טעלעוויזיע האט געוויזן א מיני-סעריע באזירט אויף די פראטאקאלן. וואס איז פאַרדאַמט געווארן ביי די אמעריקאנע סטעיט דעפארטמענט. די טעראר גרופע חאמאס נוצט אסאך די פראטאקאלן צו בארעכטיגן די טעראריזם אקעגן ציווילע בירגער.
בילד
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום צוויבל קניפער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר