א רוזשינער רבי - א סאטמאר'ער חסיד!

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3780 מאל

א רוזשינער רבי - א סאטמאר'ער חסיד!

שליחה דורך זר זהב »

די וואך שבת האט געוויילט איינע פון די רוזשינער רביים כ"ק מרן האדמו"ר הרה"צ רבי יעקב מענדל פריעדמאן מבוהוש שליט"א, בתוככי עיר ואם בישראל וויליאמסבורג.

פרייטאג צונאכט (און די זעלבע ביי שלוש סעודות) איז געווען גאר אן א אינטערעסאנטער ספעקטאל, אריינקומענדיג אינעם איבערגעפילטן קאנטינענטאל זאל "צום טיש" האט אויסגעקוקט ווי עפעס א זעיר אנפין כאילו מרן מסאטמאר ז"ל איז אויפגעשטאנען אין פירט עפעס א טישל… דאס געמישעכטס פון דעם צוואקסענעם צושפרייטען "סאטמאר" וואס איז באוויסט מיט אירע טויזענטער קאלירן און פארבן פון אלע סארטן קולטורן און מיני עלעמענטן וואס גארנישט אויף דער וועלט קען זיי נישט צוזאמענברענגען, איז דא פלוצלינג געווען באנאזאם…!! צוזאמנגעברענגט!!
דער צאמשטעל פונעם ציבור איז געווען זייער אויפאלענד, אלע פונעם סאמען אויבערשטן חלק פונעם שטייסל אנגעהויבן ביי מענטשען וואס גייען שוין נישט בכלל צו קיין טישן פאר לאנגע יארן, און האבן שוין פארגעסן אז דער ווארט "טיש" ענטהאלט ביי געוויסע עפעס א העכערע באגריף אויסער דאס אז ס'איז א קלאץ געמאכט פון האלץ… און צווישן מענטשען וואס פרייטאג צונאכט איז נישט קיין פארברענג צייט פאר זיי מיט נגונים און רבישע מעשה'לעך, זייענדיג אויסגעמאטערט פון די ששת ימי המעשה פאלן זיי שוין און אונמאכט גלייך נאך דעם ווארימען יואעך אויפן בענקל, ביז דער שטריימל מיטן קאפל פאלט אנידער דאס איז זייער וועקר זייגער אז מע קען שוין צוקריכן צום געלעגער אריינווארפן די מידע ביינער, ביז מענטשען עובדים ותלמידי חכמים מובהקים דיינים מורה הוראה ערנסטע אנגעזעהענע אידן פון "אלע סאטמארע" צענטערן וואס פארברענגען נישט זייער צייט פרייטאג צונאכט נאר מיט לימוד התורה, און די וואך זענען זיי גרייט געווען אויפצוגעבן זייער "עולם הזה" און באשיינען דעם אויבן אן פון עפעס א רוסיש - רוזשינער רבי, און איבער אלעם אינטערעסאנט איז אז די מענטש'ן טרעפן זיך 'קיינמאל' נישט איינער מיטן אנדערן ווי לאנג דער אטלאנטיק איז, און 'איבערהויפט נישט ביי דעם זעלבן רבין'…..

און פלוצלינג זענען דא אלע געווען געשטראנדעט, פארכאפט תחת קורת גג אחד.. וואו?

ביי עפעס א רבי וואס איז (ביז היינט) ווילד פרעמד פאר די וויליאמסבורג'ר אונגארישע אידן, עפעס א רוסיש אפשטאמיגער רבי וואס זיינע עלטערן זענען געווען הייסע שטיצער פאר'ן אגודת ישראל, און אפי' געלויבט דעם טאג ה' אייר מיט א הלל…

אלזא וואס האט טאקע פאסירט מיט די טויזנטער וויליאמסבורגער אידן די וואך??

גאנץ איינפאך, דער בוהושער רבי שליט"א האט דערקלערט "איך בין א סאטמארער חסיד"

דער רבי שליט"א האט געמאלדן אפאר יאר צוריק פאר די ביוראען פון מדינת ישראל וואס זענען געשטעלט צו טיילן די טשעקלעך פאר די מוסדות התורה, הערט מיך צו, איר קענט ארויסנעמען מיין נאמען פון די ארכיוון - שטעלט אפ דעם פאסט צו מיין אדרעס איך ברויך שוין מער נישט קיין טשעקלעך, און אויך האט ער געמאלדן פאר זיינע קרובים און אנהענגער אז איך גיי מער נישט צו קיין בחירות.

נישט ווייל די ישיבה איז פארשפארט חלילה, ניין פארקערט די ישיבה בליהעט קנ"ה מיט אירע 200 בחורי חמ"ד - נאר פשוט איך קלאמער מיך צום אומפאפולערן תורת הויואל משה - ודברי יואל מ'סאטמאר זי"ע

באמת פאר איינעם וואס איז אויפגעוואקסן אין א סאטמארען חדר איז דאס נאך נישט עפעס וואס זאל אים ארויסשטויסן פרייטאג צונאכט פון שטוב אנשטאט זיין ווארימען געלעגער, אדער פאר א תלמיד חכם אוועק צולייגען זיין שיעור אין דברי יואל און א זייט פרייטאג צונאכטס.

פילייכט דארפט איר אבער באוואוסט זיין איבער דעם קאנטרעסט איבער איינער וואס וואקסט נישט אויף אין א סאטמאר'ן געזעלשאפט איז דער גאנצער באגריף "חינוך על טהרת הקודש - נישט נעמען געלט פון די מדינה" און דאס "נישט גיין צן די בחירות" זייער א אראפגעקוקטער שפאטישער געלעכטער, איר ברויכט וויסען אז מיט דעם זעלבען אייפער אין ברען וואס די סאטמארע רביים ומנהיגם רעדן און זענען משריש בתוך אנ"ש דאס גיין בדרכי אבותינו ורבותינו אן א שום שינוים אן א אפנויגונג קיין זוז כל דהו, מיט אט די זעלביגע אויסדריקען און קאכעניש אין תנועות מיט די האנט, וואס יעדעס קינד אין סאטמאר וועט אייך וויסען דאס נאכצומאכען, טוען די מנהיגם פון די אנדערע קרייזן איבערגעבן זייער תורה פאר זייערע מענטשען איבער דעם געוואלדיגען קידוש שם שמים און חוב קדוש ווי דער אויבערשטער האט הנאה ווען א איד איז זיך משתתף ביי די בחירות און נעמט געלט צו קענען אויפהאלטן תורה די מוסדות.

אלזא ווען עס קומט א רבי נישט מער אין נישט ווייניגער נאר מבית רוזשין, איינער וואס איז אויפגעצויגען געווארן אין דעם מדינת ישראל הויפט שטאט תל אביב, און ווי איך גלויב האט דער רבי נישט געלערענט אין א סאטמארן חדר, און זיך ניטאמאל געדרייט אין א סאטמאר געשטימטן געזעלשאפט, ווען דער שטוב והחצר הקודש איז געפארן אין גאר אן אנדערע קארעטע, און דערקלערט איך בין א "סאטמארער חסיד" צייגט דאס באמת אן אויפן מהות פונעם מענטש, אלס גאר אן ערליכער איד, אלס איינער וואס זוכט דעם ווייטען אמת, און נישט ווייל אזוי האט מען אים געלערנט פון קינדוואז אן… ניין נאר ווייל זיין רוח טהרה א העכערער גייסט שפילט אין אים. (נישט חלילה מיר מאכן אוועק אנדערע וואס האבן מקובל אנדערש, נאר דא צייגט דאס אויף איינעם וואס זוכט א שלימות אין השקפה ביז א מקסימום.)

דאס איז וואס האט צאמגעברענגט אלע פארבן קולטורן פונעם סאטמארן צושפרייטעניש, אז פון דעם געאגראפיש ווייטען רוזשין קלאמערט זיך עפעס אן ערליכער רבי לדרכו הקודש פונעם "מרא דאתרא הדין ומרא דארעא קדישא" (דער טיטול וואס דער בוהושער רבי האט זיך באניצט נאכזאגענדיג בחינות פונעם ספר דברי יואל) דאס איז א דוגמא וואס איז געווען איינע פון די שאיפת קודש פונעם מנהיג ישראל זצ"ל, אז יהי מי שהיה נישט קיין חילוק דער טיטול וואס דער מענטש טראגט מוז נישט זיין קיין אנגארישער צונאמען, זאל דאס זיין א רוזישנער רבי איינער וואס איז אויפגעצויגען געווארן גאר פארקערט, אויב קלאמערט ער זיך צום אמת'ן דרך המסלולה מאבותיו הקדושים די שרפים לבית רוזשין, אויפן וועג וואס מרן מסאטמאר האט איבערגעפלאנצן "באתרא הדין" איז ער אן אונזעריגער, און מען קען קלאפן אויף זיין טיר אן דעם וואס דער באגריף סאטמאר ווערט עפעס פארמינערט אדער ווייניגער ווערט, נאר אדרבה דאס געט נאר צו, און דאס האט ער געלערנט זיינע מענטשען, און אט דער רגש קודש וואס איז פארהאנען אייניג ביי "אלע קרייזען לבית סאטמאר" איז א שיינער איבערצייגונג פון א קידוש שם שמים, אז ווען עס קומט צו א רגש פון ערליכקייט, אויסגעהאלטנקייט (וואס מען האט זיי געלערנט) שפירן "אלע" אויפאמאל די זעלבע.

(קרעדיט: רבניש-אייוועלט)
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט

דער אשכול פארמאגט 34 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר