די אויפשטייג און צוזאמפאל פונעם ביליאנער ר' משה רייכמאן ע"ה

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
איך הער..
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 120
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 03, 2023 3:00 pm
געפינט זיך: דעם אנדערען זייט סמבטוין
האט שוין געלייקט: 322 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 303 מאל

די אויפשטייג און צוזאמפאל פונעם ביליאנער ר' משה רייכמאן ע"ה

שליחה דורך איך הער.. »

ר' משה יוסף (Poul) רייכמאן איז געבוירן געווארן אין תרצ"א (1930) אין די שטאט וויען, עסטרייך, צו זיין טאטע ר' שמואל רייכמאן, אן אייער/פלייש סוחר פון די שטאט בעלעד אין אונגארן, און האט זיך שפעטער אריבערגעצויגען קיין וויען, ווי ר' משה איז געבוירן געווארן. ער איז געווען די פיפטע צווישן זעקס קינדער.

און 1938, ווען די טרויעריג-בארימטע קריסטאלנאכט האט אויסגעבראכן און ווילדע דייטשע אינגען האבען וואנדאליזירט די בתי מדרשים און גע'הרג'עט אידן אין קאלט בלוט, זענען די רייכמאנ'ס בהשגחה פרטית נישט געווען אין וויען יענע נאכט, נאך וואס זיי זענען געגאנגען מבקר חולה זיין א פעטער אין א צווייטע שטאט, דער טאטע ר' שמואל, נאכען הערן די שוידערליכע באריכטן וואס איז פארגעקומען, האט באשלאסן נישט צוריקצופארן קיין וויען נאר איז אנטלאפן קיין לאנדאן און שפעטער ווייטער קיין פאריז.

אין 1940, ווען פראנקרייך איז געפאלן צו די נאציס ימ"ש, זענען די רייכמאנ'ס אנטלאפען צי די דעמאלטס פראנקרייך קאנטראלירטע מאראקא. אין מאראקא האט ר' שמואל זיך אנגעהויבן באשעפטיגן מיט טוישן און האנדלען געלטער (Currency Trader) און האט גאר שטארק מצליח געווען און איז זייער נתעשר געווארן. טראץ זיין רייכטום און שטארקע קשרים מיט די גאווערמענט באאמטע האט ר' שמואל נישט פארגעסן פון זיינע אידישע ברידער וואס זענען פארכאפט אונטער די נאציס ימ"ש און האט אויסגענוצט זיין איינפלוס צו באקומען וויזעס פאר אידן כדי צו קענען אנטלויפן פון די מלחמה געפלאגטע לענדער, ווי אויך האט ר' שמואל'ס ווייב אויסגע'פועל'ט מיט די הילף פון די Red Cross צו שיקן פעקלעך מיט עסן און וויכטיגע הילף צו די אידן פארכאפט אין אוישוויץ רחמנא ליצלן.

צווישען 1948 און 1951, ווען עס האט געהייסן אז מאראקא וועט באקומען זעלבסטשטענדיגקייט פון פראנקרייך, האבן די אידן אין מאראקא שטארק מורא געהאט צוליב די אנטיסעמיטיזם וואס איז שטארק געשטיגן אין לאנד צוליב די גרינדונג פון מדינת ישראל, און אן פראנקרייך וואס זאל האלטן סדר ווער ווייסט וואס וועט זיין, אלזא האבן אין יענע צייט אסאך אידן אויפגעהויבן נאכאמאל דעם וואנדער שטעקן צו גיין זוכן א צווייטע פלאץ ווי מ'זאל קענען לעבן על מי מנוחות.

צו ערשט האט איינע פון ר' שמואל'ס קינדער זיך אריבערגעצויגן קיין מאנטריאל, ווי ער האט געפענט א פירמע מיטן נאמען “Olympia Flooring & Tile” (וואס האט זיך שפעטער צוזאמגעשטעלט מיט אן אנדערע גרויסע פירמע אין קאנאדע און ווערט היינט צוטאגס גערופן Olympia tile+ Stone), ווי ער האט אימפארטירט tiles און אנדערע מאטריאל און פארקויפט לאקאל. מיט די צייט האט זיך די געשעפט אויסגעברייטערט און ס'האט שטארק מצליח געווען.

נאך א שטיק צייט האט די גאנצע משפחה זיך אריבערגעצויגן פון מאראקא קיין מאנטריאל, א חוץ פון ר' משה מיט נאך איין ברידער וואס האבען זיך באזעצט אביסל ארויפציר אין טאראנטא און זיי האבן געעפענט א צווייטע פליגל פון זייער ברידערס געשעפט אין מאנטריאל.

איין שיינעם טאג ווען ר' משה האט געברויכט בויען א נייעם ווערהאוז פאר זיין געשעפט האט ער מחליט געווען אז ער קען זיך שפארן גרויס געלט ביים אליין בויען דעם נייעם ווערהאוז אנשטאט באצאלן פאר א צווייטן צו טוהן די ארבעט, נאכ'ן איינזען אז ער טויג צי די מלאכה, האט ר' משה באשלאסן צו העלפן אנדערע מענטשן וואס זוכן צו בויען ווערהאוז'עס.

באשלאסן און געגאנגען, אין 1958 אונטערן נאמען Olympia & York האט ר' משה און זיין ברידער אנגעהויבן בויען פאר מענטשן ווערהאוזעס, און האבן זיך ערווארבן א גאר גוטע נאמען אלס טויגליכע פאכלייט. שפעטער אין 1964 האט ער געפענט א עקסטערע דעוועלאפמענט פליגל ווי ער האט געבויט זיינע אייגענע פראיעקטן און זיי האבן גאר שטארק מצליח געווען. שפעטער האט זיין ברודער צוליב זייטיגע פראבלעמען זיך שטארק געמוטשעט מיט געלט, און מיט די הילף פון זיין יונגערע ברודער משה עולה געווען קיין ארץ ישראל, וואו ער האט פריש אנגעהויבן און האט צום סוף ארומגעדרייט דאס רעדל פאר זיך און אויך מצליח געווען.

מיט די צייט האט זיך ר' משה אנגעהויבן זיך אויסברייטערן לארכה ולרחבה און זיך ערווארבן א נאמען אלס געניטע און שעפערישע ביזנעסמאן, און באוויזן אהערצושטעלן גאר פראמינענטע בילדינגס ,א שטייגער ווי First Canadian Place געבויט געווארען אין 1975, און שפעטער זיך אויסגעברייטערט ווייטער קיין ניו יארק, וואו ער האט געבויט דעם מייעסטעטישן World Financial Center אדער ווי היינט באוואוסט אלס Brookfield Place וואס איז געבויט אין 1988. שפעטער האט ר' משה זיך ווייטער אוסגעשפרייט צו אנדערע לענדער, אריינגערעכענט טאקיא און נאך, ביי די שפעט 1980s איז ר' משה'ס פירמע Olympia & York פאררעכנט געווארען פון די גרעסטע דעוועלאפערס און די וועלט, און אין 1991 האט די פארבס מאגאזין געשאצט זיין פערזענליכע רייכטום ביי 12.8 ביליאן דאלער! וואס דאס האט אים אין יענע צייט געמאכט די פערטע רייכסטע מענטש אין דער וועלט!!

און יאר 1985 האט ר' משה מחליט געווען צי אויסשפרייטען (diversifying) זיין פארמעגען האט ער אינוועסטירט און אפגעקויפט א גרויס חלק פון די פירמע the Gulf Canada oil company פאר דעם אסטרענאמישען סכום פון 3.8 בילליאן דאללער וואס און יענע צייט איז דאס געווען די גרעסטע פריווייטע ביזנעס טרעזנאקציע און קענאדע'ס היסטאריע, דריי יאר שפעטער און 1988 האט ר משה אפגעקויפט די רעכטען צי אויפבוין און דיוועלאפען די canary wharf און לאנדען מיטען ציזאג פינעם דעמאלסדיגען פרעמיר מיניסטער אז זי וועט אויסציען די באן רעלעסן צי די נייעם דיוועלאפמענט עס זאל זיין גרינגער פאר מענטשען צי קימען און גיין, און אין יענע צייט און נאך היינט צי טאג ווערט די canary wharf פאריעקט פארעכענט אלס איינע פון די גרעסטע דיוועלאפמענט פאריעקטען וואס איז אמאל אינטער גענימען געווארען.

אבער ווי מ'זאגט די אלס איז כגלגל החוזר ווי א רעדל וואס דרייט זיך אמאל איז מען אויבן און אמאל אינטען, און דעס רעדעל האט נישט אפגעשוינט אדער געמאכט אן אויסנאם פאר ר' משה, און די אנפאנאג 1990 האט זיך די וועלט'ס עקאנאמיע געגעבען א דריי און אנגעהויבען גיין מיטען פטום אראפ, און די שלעכטע צייטן האט נישט געשפעטיגעט צי קימען, דאס ערשטע צי גיין איז געווען און 1992 ווען די the golf Canadian oil Co האט אנגעהויבן ליידען שווערע פארליסטן און איז און די לעצטע מינוט איבער גענימען דורך א גרופע באנקירען מיט די הילף פונעם קענאדישע גאווערמענט און ר' משה איז ארויס מיט גאר שווערע פארליסטען.

און די זעלבע צייט האט אויך צליב די שווערע מצב און די וועלט איז קיין גרויסע אינטערעסע און נייע הייזער נישט געווען און ר' משה האט זיך געפערליך געמיטשעט מיט די canary wharf פאריעקט, די מכה בפטיש איז געווען ווען די פרעמיר מעניסטער האט נישט געהאלטען ווארט און צריקגעצויגן פון איר ציזאג צי בויען די פרישע באן שינעס וואס זי האט פארשפראכען צום נייעם דיוועלאפמענט וואס ווי באקאנט און לאנדען איז דאס זייער פאפולער און יעדער ניצט די באנען צי קימען און גיין פיל מער ווי אין אמעריקע, און 1992 נאך ליידען שווערע פארליסטען איז ר משה'ס פירמע Olympia & York ציזאגעפאלן אין אריין און בענקראפסי מיט דעם אסטרענאמישען סכום פון צוואנציג בילליאן דאללער און חובת!! און 1995 האט מען אריינגעברענגט אינוועסטערס אריינגערעכנט א רייכען סאדיע אריבשען פרינץ וואס האבען ציזאמען אריימגעשטעקט 1.2 בילליאן דאללער צי העלפען ראטעווען די מצב און ר' משה זייענדיג די קאפ פון די גאנצע פאריעקט איז נאך דערווייל געבליבען אויפען בארד ארויסציהעלפען מיט די טעגליכע ווערטשאפט, אבער און 2005 נאך א העפטיגע געשלעג איבער די קאנטראל איבער דעם פאריעקט האט ר' משה אפגעטרעטען פינעם בארד און האט געמאלדען אז ער פלאנט צי רעטייערן פון די ביזנעס וועלט און טאקע פארקויפט א גרויס חלק פון זיינע פראפערטיס.

ר' משה האט דעמאלטסט געזאגט נאכען קימען פון ברום המעלה אראפ צי דער ערד "דער חלק אז איך בין אלעמאל גערעכט געווען האט געשאפען לעכער און מיין כעראקטער וואס האט צוגעפירט אז איך זאל מאכן גרויסע טעותים"

נאכען זיך מיטשענען פאר א שיין שטיק צייט איז ער געבליבען מיט ממש גארנישט א חוץ פון קליין חלק פון זיין אמאליגע ביזנעס וואס האט זיך געריפען Olympia &york properties corp וואס האט זיך אפגעגבען מיט מענעדזשען און אפערירען בילדינגס, אבער ער האט נישט אויפגעגעבען און האט שפעטער באוויזען צריק צי בויען א חלק פון זיין אמאליגע אימפריע טאקע ווייט פון זיין גאלדענע אמאל אבער פארט געווען איז ער גאר א פארמעגליכע מענטש און די פירמע גייט נאך אן מיט א שטארקייט עד הוים.

און 2013 איז ר משה נפטר געווארען לחיי עולם הבא און איז באגראבען געווארען אויפן הר המנחות, ר' משה איז געווען באוויסט אלס א גרויסע בעל צדקה און איינער וואס האט פראבירט צי העלפען א איד און יעדע מצב און אין אלע אומשטענדען.

ת.נ.צ.ב.ה

נ.ב. עס איז דא אסאך פרטים וואס איך האב אויסגעלאזט אבער תפסת מרובה לא תפסת אפשר און א צווייטע געלעגנהייט וועט מען צילייגען, ליינט און האט הנאה (אדער נישט)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום איך הער.., רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
.Commen sense is not commen

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר