חשבתי ימים מקדם שנות עולמים – טריבנע געדאנקען ערב חנוכה בין השמשות

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 706 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 398 מאל

חשבתי ימים מקדם שנות עולמים – טריבנע געדאנקען ערב חנוכה בין השמשות

שליחה דורך כספי »

אזכרה נגינתי בלילה, ליגנדיג אין בעט יעצט ערב חנוכה מיט א פארבייגענדע פלו, נישט לערנענדיג קיין אות אחת כמעט לרגל חנוכה, נאר זעהן היינט צוויי א האלב מאוויס (גראדע גאנץ פיינע 'ניקיטה'), דערמאן איך זיך אין די פריערדיגע יארן, פאר מיינע קאווע שטיבל יארן, פאר מיינע מאווי יארן, וויאזוי האט אויסגעקוקט א ערב חנוכה, ווער רעדט נאך אין ישיבה ערב חנוכה, וואף! מיט אזא פייער פון געגועים צום אור ה', אור הגנוז וואס ווערט נתגלה און קומט אראפ טאקע פאר די צובראכענע נשמות די למטה מעשרה טפחים'דיגע נשמות, די נשמות וואס זאגן כי שחה לעפר נפשינו דבקה לארץ בטנינו, שוין זייענדיג אויף די נידריגסטע ארט ווי די ערד פון ווי מ'קען שוין נישט פאלן (עכ"פ אזוי מיינען זיי, ביז די נעקסטע פאל), אה! ווי נעמט מען די אמאליגע צייטן, די אמאליגע ריינקייט, די אמאליגע לעכטיגקייט

אבער וואס זאל מען טון, אז די שאור שבעיסה האט מיר איינגערעדט נישט זיך צוהערן צו מיינע רבי'ס און עלטערן, נאר טון וואס די הארץ באגערט, בשרירות לבי אלך, קוקן ווי מ'דארף נישט, ליינען וואס טויג נישט, הערן וואס לוינט זיך נישט, עפענען די אויגן צו די ברייטע ריזן עול"ם הגשמי וואס איז מעלי"ם אויף אלוקות, די וועלט וואס האט אזויפיל צו פארקויפן, זאכן וואס כ'האב קיינמאל נישט געהערט ביז דאן, גאנצעטע נושאים פון וואונדער, פון וויסנשאפט, פון ארט, פון קולטור, פון אינטערטעימענט, פון זינגען, רעליגיע און טעאלאגיע, פילאסאפיע און פסיכאלאגיע, פאליטיק און פינאנץ, אסטראנאמיע און מאטעמאטיק, ליבע און שנאה, און אזוי ווייטער און אזוי ווייטער, ווערנדיג פארבלענדעט פון די מאסע ידיעות וואס כ'האב קיינמאל אפילו נישט געוואוסט צו זאגן, האט דאס איבער גענומען מיינע פילינגס, מיינע הרגשים, נישט לאזנדיג קיין פלאץ פאר די אמאליגע עכטע הרגשים צו ג-ט ב"ה, צו א שבת, צו א יו"ט, צו א תורה, צו א מצות, צו א חנוכה נאכט חנוכה לעכט


נעם איך ארויס א תהלימ'ל און זעה אז אויף דעם וויינט שוין אונזער באליבטער אייביגער קעניג דוד ע"ה (קאפיטל ע"ז):

חשבתי ימים מקדם שנות עולמים, איך דערמאן מיך מיינע פריערדיגע טעג

אזכרה נגינתי בלילה, דענק איך ווי איך פלעג זינגען ביי די חנוכה לעכט

עם לבבי אשיחה ויחפש רוחי, ווי כ'האב אויסגעגאסן מיין הארץ מיט בענקעדיגע טרערן צום קל חי, מתי אבוא ואראה פני אלקים

און זענדיג וויאזוי איך קוק איצט אויס, פרעג איך

הלעולמים יזנח ד' ולא יוסיף לרצות עוד, ער האט מיר אויף אייביג פארלאזט? דאס איז עס? כ'וועל מער נישט זוכה זיין צו שפירן קרבת אלקים?

האפס לנצח חסדו, וכו', השכח חנות קל וכו' וכו' וכו'


מה בצע בדמי ברדתי אל שחת? היודך עפר?! היגיד אמתך?!

די המשך הקאפיטל האב איך נאך נישט אויפגעכאפט, זעט אויס איך האלט נאך נישט דארט
אולי יש עוד תקוה
עס איז טאקע נשתכח תורת הבעש"ט, און די גרויסקייט פונעם באשעפער איז פארטוישט געווארן מיט די כשרות פון מצה ווייץ. דאס הייליגקייט פון א אידישע נשמה ליגט פארשטעקט ערגעץ אונטער די פופצן שטאקיגע פארענטשעס, און דאס ליכטיגקייט פון איין מצוה'לע איז פארטונקלט דורכן טינטעד פענסטער פונעם קאדילאק. @הוגה

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר