פון וויסן פאקטן ביז אפיקורסת ממש...

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 673
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 2826 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2072 מאל

פון וויסן פאקטן ביז אפיקורסת ממש...

שליחה דורך אלפא »

אין דעם אשכול טוט זיך א מבוכה איבער חז"ל אין וויסנשאפט (סייענס/היסטאריע/פאלקס-מעשיות), וויפיל זיי האבן געוואוסט, וויפיל זיי האבן משער געווען, און וויפיל זיי האבן אויפגעמאכט.
דא נעמט מען עס טיפער צו פארשטיין די דערפון השלכות אויף הלכה למעשה וויאזוי מ'דארף פסק'נען ווען חז"ל'ס מציאות אויף וועלכע געוויסע הלכות זענען געבויט שפיגלט נישט אפ דאס מציאות וואס מיר באגעגענען, יעו"ש.
וואס איז אינטרעסאנט צו אנאלאזירן איז די סליפערי סלויפ אויף וועלכע מ'טרעפט זיך גליטשן איינמאל מ'לאזט די מחשבות וואנדערן, וואו פון בלויזע פאקטן וועלכע די שכל לאזט נישט לייקענען קומט מען אן אין תהום פון ספיקות אדער גאר כפירה און פון אומשילדיגערהייט וועלן מאכן סענס פון די ארום דערזעט מען זיך מיט אן אפיקורסישע געדאנקענגאנג נישט צו קייען און נישט צום שפייען. און הגם די פענאמען איז מן הסתם די צווייט-מערסט באקאנטע דא אין שטיבל (די מערסטע לכאו' איז די פראבלעמען פון אונזער סיסטעם..) איז אבער נאך אלץ אינטרעסאנט צו אבזעווירן די טיים-ליין און די דזשערני וואס עס נעמט.


אין די חרדי'שע געזעלשאפט איז אנגענומען אז חז"ל האבן זיך נישט געקענט טועה זיין, אלס וואס זיי האבן געזאגט איז מקובל מסיני אדער געשריבן מיט רוח הקודש, און נישט נאר איבער אידישקייט נושאים ווי הלכה, לימודים, און מוסר והשקפה, נאר אויך איבער פאלקס-מעשה'לעך, היסטאריע, און אפי' סייענס, ווי אלעס וואס זיי זאגן איז אמת לאמיתו, און אויב שטומט עס נישט אין רעאליטעט איז דא א צאל תירוצים – פון נשתנו העיתים, ביזן זאגן אז זיי האבן גערעדט בדרך משל וסוד ע"פ קבלה. די נקודה איז אז הכול בה והכול בה דכולה בה, אונזער חכמים האבן שולט געווען אין אלעם און אין די תורה קען מען טרעפן אלע חכמות (אזש אז אלעס וואס די גוים האבן קומט נאר פון די תורה). דאס גיסט זיך ווייטער איבער צו די גאונים ראשונים ואחרונים, וועלכע עד ימינו אלה זענען די גדולי ישראל די אלטימעטע אטאריטעטן איבער אלעס אנבאלאנגט מעדיצין, ביזנעס, און פארשטייט זיך השקפה, טעותים זענען נישט בנמצא, און אויב דאכט זיך אז יא איז דאס א רעזולט פון אונזער אייגענע קורצע פארשטאנד... און באמת נעמט זיך עס שוין פון די תורה וואו אסאך מושגים האבן שוין געדארפט דורכגיין די פראצעדור פון נוטרעלייזן און פאשלייערט ווערן און אנדערע דיימענסיעס צו אנהאלטן די 'אמת' דערפון. הצד השוה, אז אונזער שכל איז נישט קיין מאן דאמר אנקעגן וואס די תורה, חז"ל, און אונזער גדולים שטעלן אוועק אלס פאקט, און ווער עס דעוואגט זיך אנדערש צו זאגן (ע"ע Rational Judaism) נידון בשילוח חוץ למחנה.

עס נעמט אבער נישט לאנג פאר א מענטש מיט א גראדן קאפ, זיך אפצושטעלן און אריינקוקן דאס מציאות אין פנים, און איינזען אז ער רעכנט זיך נישט מיט לעיבלס ווי 'אפיקורסת' אדער 'חרם' כדי צו גיין זיין וועג. ווען דאס מציאות איז מחליט (אדער ווער-אומער האט מחליט געווען פאר אים..)
• אז די וועלט איז רינדעכיג און דרייט זיך ארום די זון דורך גראוועטאציע
• אז די 'הימל' איז אן אילוזיע און נישט קיין דיקע פורהאנג אנגעקלעבט מיט שטערן
• אז ווערים און מייז קומען נישט פון קיין זאמד
• אז א קינד פון 8 חדשים קען לעבן
• אז חיות האבן נישט קיין גופט אין די נעגל
• אז די ערדקוגל האט שוין צוגעזען מער ווי 6 טויזענט קארגע יאר
• אז אן עיגול איז נישט פונקט 3 מאל די דייעמעטער.
• א.א.וו.
קוקט ער נישט אריין אין רמב"ם אדער גמ' צו זען אויב זיי ווייסן שוין דערפון..

ווען מ'האלט דא, מוז מען אנהייבן מסביר זיין אז חז"ל האבן זיך פארלאזט אויף אלגעמיינע סייענס און אויף פאלקס-לעגענדעס פון זייער צייט, און דאס איז בכלל נישט קיין חסרון אין זייער סמכות בעת וואס זיי האבן קיינמאל נישט גע'קלעימ'ט צו האבן אקוראטע סייענס (זיי האבן נאכדערצו צומאל מודה געווען אפי'). מ'דארף נאר אנהייבן דן זיין איבער די אקוראטע גדרים פון הלכות טריפות, ווען צאת הכוכבים איז, און צו מ'מעג הרג'נען לייז אין שבת. אבער באופן כללי (בפרט אז מ'קען אפי' מחמיר זיין) שטייט מען נאך גאנץ גוט.
עס ווערט אבער הייסער ווען מ'קוקט אריין אין די ראשונים און מ'זעט אז די שמועס איז גאר נישט קיין נייע. הייסט עס אז ר' אברהם בן הרמב"ם האט שוין אויך געלאזט טראכטן?! דער רמב"ם האט שוין אויך געלאזט פאלן סקעפטיציזם איבער חז"ל'ס וויסנשאפט (ע"ע כישוף ורפואה..)?! די אברבנאל איז שוין געווען אויפגעקלערט?! עס זענען דא גאנצעטע ספרים וועלכע רעדן שוין גערפון?! די גאונים זענען בכלל נישט געווען אזוי פאנאטיש?! וואס איז פשט אז אלע מיינע ארומיגע זענען יא?! דא, איז וואו די ווייטאג נעמט א שטיקל דריי.
אה, עס איז דא א ריזן מחלו' שוין אין די ראשונים וויאזוי מ'זאל צוגיין דערצו?! די אחרונים האבן כלם כאחד אנגענומען אז מיר גייען מיט די דאגמאטישן מהלך פון אננעמען אלעס אויף פעיס-וועליו, און אז מיר ווילן ענדערש איגנארירן די סייענס, פאר א געוויסע סיבה.. שוין זאל זיין אזוי!

לערנט מען אביסל ווייטער, זעט מען אז לגבי היסטאריע טוט זיך אויך א מבוכה, חז"ל האבן געהאט א געוויסע בילד פון די טיים-ליין פון משה רבינו ביז זייערע צייטן, אבער היינטיגע היסטאריקער זענען ביי די מיינונג אז עס פעלן א שיינע צאל יארן. דאס אז חז"ל האבן זיך געקענט טועה זיין און נאכגיין טראדיציאנאלע נאראטיוון איז דאך שוין קלארגעשטעלט, אבער די סאמע קבלה פון כלל ישראל זאל ווערן פארכאפט דערין – איז שוין א שטיקל שאק. און ווען מיר שטעלן זיך אליין אוועק דאס דורכטון קומט מען ענדערש צום שפעטערן מסקנה.
קוקט מען זיך ארום זעט מען אז ר' גדליה נדל האט אפי' געקלערט אז חז"ל האבן דאס בכוונה געטון פאר געוויסע סיבות, מעגליך צו צומישן די קץ פון דניאל א.ד.ג. דאס איז שוין א שטיקל אויפרייס..

וואס גייט אבער פאר מיט די אלע זאכן וואס חז"ל לערנען אריין אין פסוק? ווען עס וואלט נאר געווען לימודים – החרשתי, אבער די פשט'לעך איבער אגדתא'ס, איבער היסטאריע, און איבער זייערע נאראטיוון זענען דאך אויך אויסשטארצנדיג. עס שלינגט זיך שווער אראפ די ווערטער פון די ראשונים אז זיי האבן סתם אריינגעלערנט דרשות לשם פשט'לעך. אבער אם קבלה נקבל! אז די ראשונים זאגן שוין אזוי, און קיין אנדערע וועג עס צו מאכן שטומען מיטן מציאות איז נישטא, וועט מען מוזן אננעמען טאקע אז חז"ל האבן זיך געפילט אקעי אריינצולערנען ככל העולה על רוחם, און נאך מער – אז די שפעטערע האבן געהאט די מאגן דאס אלס אריינצופאקן בחדא מחתא מיט די אזוי-גערופענע 'מקובל'דיגע דרשות'.

וואס גייט טאקע פאר דא? איז די י"ג מידות שהתורה נדרשת בהן – מקובל עד למשה מסיני? וויאזוי זענען דא אנדערע תנאים מיט אנדערע 'סעטס' פון מידות? ווען חז"ל דרוקן זיך אויס שארפע לשונות ווי 'אין לו חלק לעוה"ב', 'חייב מיתה', אדער 'אפיקורס', איז דאס יא ממש 'מקובל'? אדער איז דאס אפשר אויך נאר אויסדרוקן אריינצוברענגען דעם המון עם דערין?
דאס איז דאך שוין אמאל פעסט-געשטעלט אז ווען די היינטיגע שרייען 'אפיקורסת' א.ד.ג. איז דאס בס"ה א מיטל אפצושרעקן און האלטן די עולם אין די ראמען, נא, ווער זאגט אז חז"ל האבן דאס נישט גענוצט? ווער זאגט אז ווען זיי האבן געזאגט עפעס איז 'מקובל' איז דאס ממש אזוי געווען? בפרט אויב זאל מען אננעמען אז אין מקובלות איז נישט שייך קיין מחלו' – דארף מען דאך נישט מער ווי זען אז כמעט אויף יעדע צווייטע לימוד איז דא א מחלו' (און ווען מ'נעמט אוועק דעם כלל פון 'אפושי במחלו' לא מפשינן – וועלכע איז אן הלכה'דיגן כלל – און נישט דוקא די מציאות ווען מ'נעמט אין באטראכט די פאשידנארטיגע מדרשים און מהלכים צווישן די תנאים שוין..). וואס בלייבט יא איבער?

היטן שבת און עסן חזיר דאס זענען זיכערע דאורייתות!

איין מינוט. פון 'אפיקורסת' האב איך דאך שוין נישט מורא, דאס אז חז"ל האבן זיך געקענט טועה זיין – אדער גאר בכוונה פארדרייען – איז דאך שוין א מונח, און דאס אז מיר איגנארירן די אלע פריערדיגע וואס זאגן דאס ווייזט נאר די מעגליכקייטן פון 'הייליגע' דאגמעס צו אפעקטיווערהייט פארווישן דעם אמת, און דאס אז די גדולים האבן עס רידזשעקטעד ווייזט אויך נאר ענדערשע אויף זייער אייגענע נאראטיוו אין וואו די רוב איז נישט דוקא קיין מכריע..
וואס בלייבט איבער איז די אלטע כפירה'דיגע חבר וואס האט אמאל עפעס געזאגט וועגן א 'דאקומענטערי הייפאטעזיע', עפעס האב איך אמאל געזען אין ווידיפידיע פון איינעם וועלהאוזען וועלכע איך בין אלס געווען זיכער רעדט הוילע שטותים, און איך דערמאן זיך טאקע די שוועריקייט מיט די פסוקים און נחמיה אז עזרא הסופר האט 'אויפגעפרישט' די תורה פאר כלל ישראל, איבער וואס חז"ל מיט אלע ראשונים וגדולים זענען זייער איינשטימיג וויאזוי 'מ'דרשנ'ט עס אריין' וכו', און וויאזוי מ'קוקט אן די היסטאריע, וויאזוי מ'פארשטייט צו סתירות אין די תורה, און די ליסטע גייט אן.... וד"ל.

אז מ'וויל אבער פארשטיין וויאזוי די 'אפענע' גדולים – אמאליגע און היינטיגע – ספראווענען זיך מיט דעם, טרעפט מען זיך ווידער אן מיט אן הויפן פון מהלכים: רוב פריערדיגע זענען געווען איינשטימיג איבער די ווארהייט פון 'עפעס א קבלה' וואס חז"ל האבן זיכער געהאט ביסוד, (וועלכע אימפלייד בהכרח תורה מסיני). זיי זענען נאר שטארק מחולק וואס און ווען.. ד"ר מיכאל אברהם לדוגמא איגנארירט תנ"ך מכל וכל – אננעמענדיג אז עס איז בפשטות מסיני. אנדערע זאגן אז די היסטארישע פאקטן מאכן נישט אויס – נאר די 'אמונה' אז עס איז מסיני. א.א.וו.
והשתא דאתית להכא, דארף מען דאך שוין נישט מורא האבן פון ניטשע, שפינאזע, און אפי' ריטשארד דאוקינס, והמסתעף.... און די ענדע איז פיינפול.

ווער ס'פארשטייט פארשטייט (ליידער!!).


פארוואס זאג איך דאס אייך?
איר זאלט וויסן פארוואס מ'דארף מ'טאר נישט אריינטראכטן וויאזוי א קאר פארט! איינמאל מ'פארשטייט א קאר, הייבט מען אן צו עפרישיעיטן סייענס, מ'הייבט אן פארשטיין און גלייבן סייענטיסטן, מ'האלט שוין אז קאוויד קען יא הרג'נען און אז די וואקסין קען יא אפשר העלפן און אז די גדולים ווייסן נישט אלעס, אז נישט אלעס שטייט און חז"ל, און וואס עס שטייט יא שטומט נישט אייביג, חד גדיא חד גדיא...

נ.ב. די ליסטע גייט אסאך טיפער און ווייטער, מ'קען ארייננעמען קולטור וואס מ'אנערקענט האט זיך אריבערגעכאפט פון די גוים, מ'קען כולל זיין די אלע פילאזאפישע און טעאלאגישע מושגים, און מוסר ומאראל געוויס.
מ'קען אויך בעסער לינקן און רעפרענצן געוויסע קאנצעפטן.
איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען די גרויסע בילד - בירד-איי-וויו...
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר