אזמרה לאלקי בעודי – א דרך אין תפילה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 706 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 398 מאל

אזמרה לאלקי בעודי – א דרך אין תפילה

שליחה דורך כספי »

ווען מ'שטעלט זיך דאווענען טרעפט מען זיך אסאך מאל מיט א נודזשנדע ווערעמל וואס לאזט נישט דאווענען

מ'זאגט טוב ה' לכל ורחמיו על כל מעשיו – איז עס דען טאקע אזוי, צו דען זענען אלע בריות דא אויף די וועלט ארומגענומען מיט רחמים וחסדים? נישט ממש. אדער כי אתה שומע תפילת כל פה – וויפיל מאל בעט מען עפעס פונעם באשעפער און די תירוץ איז ניין? המנהג עולמו בחסד ובריותיו ברחמים?! עפעס גרידזשעט מיר אין קאפ מיט א וועלט מלחמה, א האלאקאוסט, א ת"ח ות"ט, א קרייציגלער, א גירוש שפאניע, אנדערע גירושים, בלוט בלבולים, צוויי חורבנות, טעראר אטאקעס, א שמחת תורה תשפ"ד, און דאס איז נאר (א חלק) פון זיינע אידעלעך, און וויפיל האבן אנדערע מענטשן לענדער און פעלקער געליטן, מלחמות, מגיפות, הריגות וכו' וכו', דאס מיינט חסד?! רחמים?! און אזוי ווייטער (אוואדע איז דא אויף יעדע זאך תירוצים, אבער גענוג מאל העלפן נישט די תירוצים)

די זעלבע זאך ביי יעדע דבר שבקדושה, ווי למשל קידוש, כי ששת ימים עשה ה' את השמים ואת הארץ, און אפשר זענען די סייענטיסטן גערעכט און דער באשעפער האט באשאפן די וועלט במשך מיליאנען יארן? און אפשר איז דאס טאקע פשט אין פסוק? און אפשר בין איך יעצט מנסך יין? און בכלל ווי קען איך מוציא זיין מיין משפחה מיט קידוש ווען איך אליין ספק'ע זיך דא ארום?!

נו, וואס טוט מען? ווי קען מען דאווענען אזוי?

האב איך איינגעזען א מורא'דיגע דערהער!

נאך אלע חקירות, און נאך אלע טעימות פונעם עץ הדעת, וועט אייביג בלייבן א נקודה בלב וואס גלייבט נאך אלץ אלעס וואס מ'האט איר געלערנט די אלע יארן, די נקודה איז נישט א זאך וואס איינער האט מיר פארציילט, אדער כ'האב עס געזען אין חסידי'שע ספרים, אדער מקבל געווען איש מפי איש מפי פיש פון מיינע זיידעס, נאר ס'איז א מציאות וואס איך ווייס קלאר ביי מיר, און כ'שטעל מיך פאר אז יעדער האט די נקודה, וואס נאך אלע מעשיות אז ס'קומט א דינער טוט מען זיך אן די קאפל און מ'שרייט שמע ישראל (בתמימות ממש).

ביי די נקודה שבלב איז עס נישט א ספק, א צד, אפשר איז דאס אלעס יא גערעכט, נאר די נקודה שבלב גלייבט באמת אנ'ע ספיקות און הרהורים.

וואס די נקודה איז – איז נישט קיין גרויסע חילוק. @יאיר וועט אפשר טענה'ן אז ס'איז אינטואישן, מורנו @ונבנתה העיר וועט טענה'ן אז דאס איז די עכטע אמונה וואס קומט פון די עצם קדושת נשמת ישראל, @רביה"ק זי"ע וועט טענה'ן אז דאס איז די פארט אין די עקט פון דעם גלגול, אני הק' וועל טענה'ן אז ס'איז די אינערליכע אידענטיטעט, אבער איך שלא יהי' איז דאס א פאקט וואס איז דא!

ווען איך שטעל מיך דאווענען געב איך איבער די מייק פאר די נקודה שבלב זאל דאווענען – ער גלייבט דאך אין אלסדינג, און איך שטעל מיך צו פון די זייט צוצוהערן וויאזוי ער דאוונט[*], און גלייבטס מיר ס'איז זייער געשמאק צו הערן וויאזוי די נקודה לייגט אראפ א נשמת, אדער א לקל אשר שבת!

און ווען איינער שרייט אריין 'ווער זאגט?' 'ס'איז דאך נישט אזוי' וכדו' שטיל איך עם איין, 'יעצט איז נישט דיין צייט צו רעדן, יעצט הערט מען וואס די נקודה שבלב האט צו זאגן, מיש דיך נישט אריין, דו האסט זיך דיינע צייטן צו לאזן הערן דיינע מיינונגען'[**]

*

אז מ'פאוקעסט אויף די נקודה שבלב, קען מען זוכה זיין אנצוקומען צו א מצב וואס די נקודה שבלב נעמט איבער דעם גאנצן מענטש, מיט אלע ספיקות און חקירות, און אין די צייט פון דאווענען - די חיי שעה - פארגעסט מען פון די אלע קושיות און ספיקות, מ'ווערט איבערגענומען פונעם נועם ה' פונעם נועם האמונה, און די סיבה איז פשוט, ווייל אויב פאוקעסט מען אויף א נקודה שבאדם וועט צום סוף די נקודה איבערנעמען דעם מענטש, ווי מ'זעט ביי א קינד צו סתם א מענטש, אויב וועט מען עם אייביג זאגן דו ביזט א פוילער, וועט ער עווענטועל ווערן א פוילער, אבער אז מ'וועט עם זאגן עכט ביזטו א זריז, נאר דא האסטו זיך געפוילט, וועט ער נישט ווערן פון דעם א פוילער, די זעלבע זאך ביי א מענטש אויב וועסטו פאוקעסן אויף זיין נקודה שבלב וואס גלייבט וועט עס צום סוף איבערנעמען דעם מענטש, עכ"פ בשעת'ן דאווענען.

בעצם איז דאס די פשט אין וואס רבי נחמן רעדט ארום אין די באוואוסטע תורה רפ"ב די אזמרה תורה, אז מ'דארף טרעפן אין יעדן איד אפי' אין א רשע און אזוי אויך אין זיך א נקודה טובה וואס יעדער האט, און דורך דעם קען מען עם מעלה זיין צו אינגאנצן גוט, ווייל אז דו פאוקעסט אויף די חלק הטוב פונעם מענטש אפי' ער איז א רשע, אבער אויב פאוקעסטו אויף די חלק הטוב וועט עס צום סוף איבערנעמען דעם מענטש, עם צו מאכן טאקע פאר כל כולו טוב.

השתא דאתינן להכי, די נקודה זאגט דאך רבי נחמן ווערט אנגערופן עודי עיי"ש, און דאס איז טאקע פשט אזמרה לאלקי וויאזוי קען איך דאווענען פאר מיין גאט, ווען איך האב אזויפיל בלבולים וכו', בעודי, די נקודה בלב וואס גלייבט נאך אלע מעשיות, ער דאוונט!


קלארשטעלונג: איך נוץ נישט די פאקט פון די נקודה שבלב אלס ראי' פאר גארנישט


___________________________

[*] ענליך צו וואס מ'זאגט נאך פונעם רש"ב זצ"ל אז ביים דאווענען הערט מען זיך צו צו וואס די מויל זאגט ארויס, און ס'שטימט מיט וויאזוי דער אריה"ק שטעלט אוועק די יסוד פון דאווענען, אז די שכינה הק' בעט פון קוב"ה, דאס הייסט אז דער מענטש איז נאר ווי דער ממוצע אינדערמיט, דער שליח וואס איז שכינה מדברת מתוך גרונו, און ער קען אויסהערן וואס און וויאזוי די שכינה הק' בעט אירע צרכים פון קוב"ה.

[**] מ'קען עס אויך נוצן להיפך, ווען מ'טוט עפעס וואס די נקודה שבלב שרייט און מאכט א מחאה, זאגט מען עם יעצט איז נישט דיין צייט צו רעדן....
עס איז טאקע נשתכח תורת הבעש"ט, און די גרויסקייט פונעם באשעפער איז פארטוישט געווארן מיט די כשרות פון מצה ווייץ. דאס הייליגקייט פון א אידישע נשמה ליגט פארשטעקט ערגעץ אונטער די פופצן שטאקיגע פארענטשעס, און דאס ליכטיגקייט פון איין מצוה'לע איז פארטונקלט דורכן טינטעד פענסטער פונעם קאדילאק. @הוגה

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר