ד"ר מיכאל אברהם

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 673
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 2826 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2072 מאל

ד"ר מיכאל אברהם

שליחה דורך אלפא »

איך וויל דא באשרייבן א פערזענליכקייט וועלכע איז נישט ווייניג ציטירט געווארן דא אין שטיבל, נישט נאר פאר די געוואלדיגע חידושים און רעיונות וועלכע ער ברענגט צום טיש נאר זיין מהות רעפלעקטירט גאר שטארק די גאנצע קאווע שטיבל סארט אידישקייט און בליק איבער חרדי'זם, ער איז א חידוש הן בעולם התורה והן ווען עס קומט צו פאליטישע און פילאזאפישע נושאים, וואו ער נעמט זיין שניידענדיגע מעסערל לייגט דאס צוזאם מיט זיין קלארן הסברה גאר וואונדערליך און צומאל שטוינענד.
עס וואלט זיך געפאסט אויף אים די ברכה שנתן מחכמתו ליריאיו, הגם מ'קען הערן סקעפטיציזם סיי איבער זיין חכמה (עמאציאנאלע - EQ) און אודאי איבער זיין יראה ווי אויסגעשמועסט שפעטער, אזוי צו אזוי איז ער זיך ווערד אן ארטיקל, און פאר ווער ס'קען אים נישט זאל זיך נעמען דאס פאר מאנאטן און אריינטונען אין זיינע ווערק.

ה"ה ד"ר מיכאל (דוד) אברהם - המכונה בלשון חיבה מיכי,
Michael_Abraham.jpg
______


פערזענליכע לעבן און בייאגראפיע

דא קען מען זען זיין וויקיפידיע בלאט. איך וועל אבער שרייבן מער אנעקדאטאל פון מיין פערספעקטיוו.

מיכאל אברהם איז געבוירן אין חיפה בשנת תש"כ, ער האט געלערנט אין א ליסטע חרדישע ישיבות, געדינט אין צה"ל פאר א תקופה, שטודירט מאטעמאטיק, פיזיקס, און עלעקטריקעל ענדזשענירונג אין אוניברסיטת תל אביב און בר-אילן.
ער וואוינט היינט אין לוד, ער איז געווען א מגי"ש אין ישיבת ירוחם פאר א תקופה, און היינט איז ער א פראפעסאר אין בר-אילן אין די העכערע תורה שטודיעס.
נאכן דינען אין צה"ל איז ער געווארן ווייניגער פרום פאר א תקופה (לויט וויקיפידיע - פריי, ער לייקנט עס), שפעטער איז ער צוריק געווארן פרום און געלערנט אין כולל חזו"א א שטיק צייט.
ער איז אויך אויסגעקאכט אין פילאזאפיע וועלכע ער האט שטודירט אביסל אין אוניווערסיטעט און אביסל פאר זיך.
ערגעץ שרייבט ער אז זיינע קינדער זענען היינט צו טאגס נישט פרום (לינק געזוכט.)

מיט די יארן ער האט ארויסגעגעבן גאר אסאך חומר, זיין עיקר פלאטפארמע היינט איז זיין אייגענע וועבזייטל https://mikyab.net/ , דארטן לייגט ער בעצם אלעס ארויף, ער האט אבער גאר אסאך ווידיאו שיעורים אויך אויף זיין יוטוב קאנאל. ווי אויך געשריבענע שיעורים אויף אסאך מסכת אין ש"ס און הלכה סוגיות וואס מ'קען דאונלאודען.
אויף זיין וועבזייטל לייגט ער כסדר ארויף רעלעוואנטע און טיפזיניגע פאוסטס איבער אלס און אלעמען, יעדעס איינס איז א דיימאנט און מ'דארף דאס דורכטון מיט ישוב הדעת, און זיין ציל איז טאקע אז מ'זאל עס נעמען ערענסט און דורכאקערן א נושא ווי עס דארף צו זיין נישט געבן קיין אויבערפלעכליכע אנאליזן. מ'קען אים אויך אנפרעגן שאלות ווי ער ענטפערט תשובות כיד ה' הטובה עליו - און צומאל אפי' בייסיג - בבחינת יקוב הדין את ההר.
צוויי סעטס פון ספרים האט ער ארויסגעגעבן, די טרילוגיה, וועלכע איז א סעט פון 3 ספרים ארומנעמענדיג די פילאזאפיע אונטער אידישקייט (די ערשטע ספר איז איבער די ראציאנאל פון אמונה, די צווייטע איבער די תורה, און די דריטע איבער די מהלך פון הלכה), און זיין קווארטעט וועלכע איז א סעט פון פיר ספרים, וואס איך בין נישט באקאנט מיט זייערע תוכן אבער ווי ווייט איך פארשטיי זענען זיי א קאלעקציע פון פריערדיגע – איינצעלנע ספרים פון אים. ער האט אויך א קליינע מחברת איבער אמונה וועלכע איז היבש קורץ און שארף איבער וואס אמונה איז.

ער האט אויך געשריבן גאר אסאך אין אנדערע גליונות און קובצים, אלעס ליגט אונטער די קעפל 'כתבים' אויף זיין וועבזייטל. פאר אינטרעסאנטקייט, איז ער געווען אקטיוו אויף דעם פורום עצור כאן חושבים -וועלכע איז א שטיקל קרוב טאקע צו קאווע שטיבל- און אסאך אינספירירענדע מאמרים פון דארט קען מען טרעפן אויף זיין זייטל וואו ער האט זיי פלאצירט.

עד כאן הפאקטן.

_______

זיינע הויפט שטעלונגען.

ער האט זיך אנגעזאמעלט א שיין פארציע פאזיציעס איבער פארשידענע נושאים וועלכע ער נעמט אן מיט א פעסטקייט, געוויסע זענען מער יסודות'דיג, געוויסע קאנטריוועסאלע, און געוויסע סתם מיינונגען.

לאמיר אנהייבן ביי די יסודות'דיגע:

ג-ט:
זיין מהלך אין אמונה איז גאנץ קלאר. קודם וואו ער ברענגט ארויס אז עס איז א ריינע עמפירישע טענה, און נישט סתם קיין 'בעליף' אזוי-צו-זאגן און נישט קיין געפילישע טענה. ער באצוט זיך צו ג-ט בדרך כלל מיט די קאסמאלאגישע ארגומענט, וועלכע לויטערט אז לאגיש מוז די בריאה האבן א זאך וועלכע האט עס געמאכט עקזיסטירן און די זאך מוז זיין עפעס אן אנדערע סארט זאך וואס אין עסענס פארלאנגט נישט קיין cause = ג-ט. (דא קען מען זען א דעבאטע פון אים איבער דעם).

ער לייקנט אז עס זאל זיין ראציאנאל צו האלטן פון השגחה פרטית, פון שכר ועונש, עולם הבא, משיח, און תחיית המתים, ער טענה'ט אז די באשעפער ווי עס קוקט אויס מישט זיך נישט אין די וועלט מער און עס נישטא קיין סיבה אנצונעמען אנדערש, דאווענען-תפלה איז לויט דעם אויך נישט מער ווי א ריטואל וועלכע טראגט נישט קיין סאך ווערד חוץ פון דאנקען דעם באשעפער. בנוגע צו אמאל זענען יא געשען ניסים האלט ער אז עס איז יתכן.
ער האלט אז יעדער איינער מוז אליין צוקומען צום אמונה מיטן דורכטון די נושא, און אז עס נישט שייך צו לייגן רעסטריקשאן'ס איבער דעם (אפי' די באשעפער אליין קען נישט..). ומענין לענין האלט ער אז ג-ט איז אויך געבינדן צו לאגיק פונקט ווי אונז.
אן קיין אמונה לויט אים איז מען נישט קיין איד (אינעם פראקטישן זין) ווייל הלכה קען זיך נאר בויען אויב איז דא א ג-ט המצוה.


דאס נעמט אונז צו זיין שטעלונג איבער יהדות.

ער האלט אז אידישקייט באשטייט בלויז פון הלכה ותו לא. קבלה, חסידות, מחשבה, ומוסר, זענען שיינע פרפראות, אבער ווען א גר איז זיך מגייר איז נאר דא איין זאך אויפן טיש, גייסטו מקיים זיין הלכה אדער נישט?!
ווי געשמועסט פארלאנגט זיך א ג-ט בכדי די תורה זאל האבן א תוקף, און ער נעמט אן מעמד הר סיני אלס מערסט-מסתבר'דיגע געשעעניש, נאך וואס עס מוז זיין אז ג-ט זאל אונז מודיע זיין וואס ער וויל פון אונז דא, און די ציל קען זיכער נישט זיין פאר אונזערסוועגן (מוסר וכדו') ווייל אלץ דעם וואלטן מיר נישט געדארפט באשאפן ווערן אין ערשטן פלאץ. ער באצוט זיך נישט צו ביקורת המקרא מיט רעספעקט, סיי ווייל ארכילאגיע פארנעמט בכלל נישט קיין שטארקע חשיבות ביי אים (נאכדעם וואס עס איז מערסטנס שפעקולאציעס), און סיי ווייל אררויסנעמען פשטים און שפעקולאציעס פון די סקריפטורס זעלבסט פארנעמט נישט קיין חשיבות ביי אים אפי' אין תורה'דיגע נושאים.
ער איז בעד א מאדערנע צוגאנג צו אידישקייט, וואו מ'דארף נעמען אלעס אין באטראכט און נישט זיין פארמאכט. אבער עס קען נישט צוגיין ווי רעפארם וועלכע איגנארירן אדער דרייען הלכה וויאזוי זיי ווילן, עס מוז גיין לויט די כללי הלכה וואו מ'קען און מ'דארף טרעפן וועגן און התירים אויף אן אויסגעארבייטע הלכה'דיגן אופן. איין באקאנטע אזא קריטיק האט ער אויף הרב עידו פכטר איבער זיין סוכה תחת הגג וועלכע ער פראבירט צו מתיר זיין אזויווי @שאלתיאל צייכנט צו דא.

דת ומוסר:

איינער פון זיינע הויפט שטעלונגען איז איבער די נושא פון דת ומוסר, וואס ער האלט אז די צוויי האבן לגמרי נישט קיין שייכות, דת-אידישקייט איז ווי פריער געזאגט דא צו ערפילן אן העכערן ציל פארן באשעפערס וועגן וואס מיר פארשטייען נישט, און מוסר לויט אים האט מיט אידישקייט גארנישט, עס איז די זעלבע מאראלישע יסודות און פילאזאפיעס וועלכע עפלייען צום גוי עפלייד צו אונז. ובכלל איז די נושא פון 'מחשבת ישראל' ביי אים א פיקציע ווייל מחשבה קען נאר זיין אמת אדער שקר נישט 'אידיש' אדער גוי'איש..
וואס יא, מוסר און עטיקס האבן אויך נאר א תוקף מיט א ג-ט המצווה, און טאקע צומאל ווען עס איז דא קאנפליקטן צווישן מוסר און הלכה וואס אנדערע אקטן פארלאנגען זיך לויט די צוויי, איז לשיטתו נישט מוכרח אז אידישקייט איז אייביג גובר, אין געוויסע פעלער וועט מאראל גובר זיין נישט צו טון געוויסע הלכה'דיגע חיובים, ווייל ביסודו איז מוסר אויך עפעס וואס איז רצון ה' הגם נישט אין די פארעם פון תורה.

לימוד התורה:

תורה איז א קאמפליצירטע נושא ביי אים, פון איין זייט איז ביי אים פשוט אז נאר וואס איז נוגע פאר הלכה למעשה איז תורה, אלעס אנדערש -א שטייגער ווי אגדתא גמרות פון וואס מ'קען גארנישט ארויסנעמען- רופט ער גאר ביטול תורה. פארט איז דאך די הלכה אז תנ"ך איז בכלל 'תורה', קומט ער אויף מיט א חילוק צווישן תורה בחפצא און תורה בגברא, וואו געוויסע זאכן זענען אינהערענטלי תורה א שטייגער ווי תנ"ך – אפי' מ'קען על פי רוב אריינטייטשן וויאזוי מ'וויל וממילא האט עס נישט קיין וועליו- און פון די אנדערע זייט זענען דא זאכן וואס זענען תורה נאר בגברא וואס דורכ'ן עס לערנען קומט מען צו צו בעסערע הבנות אין די תורה/הלכה -א שטייגער ווי פילאזאפיע- וואס ווען מ'ליינט דאס איז מען אויך מקיים לימוד התורה בגברא.
ער איז קריטיקעל איבער די מהלכים וויאזוי רוב וועלט לערנט (הגם ער האט ע געוויסע הערכה פאר דעם בריסקן/ליטווישן מהלך) בפרט וויבאלד רוב וועלט טיילט אפ צווישן גמרא אין הלכה, גמרא לערנט מען בעיון אבער ווען עס קומט למעשה נעמט מען גארנישט ארויס דערפון נאר מ'קוקט אין משנ"ב אדער שו"ע. וואס חוץ פון דעם וואס די גאנצע סארט עיון איז נישט געבויט ריכטיג אויב איז די מטרה נישט הלכה למעשה (עס בלייבט אלץ א טעארעטישע מהלך הלימוד), האלט ער אבער אויך אז שו"ע האט נישט קיין סמכות, נאר יעדער 'בר הכי' דארף קענען אליין פסק'ענען מתוך הש"ס ופוסקים וויאזוי ער פארשטייט (די הגדרה פון בר הכי איז אויך עפעס וואס נאר א מענטש אליין ווייסט אויף זיך..). די גאנצע געדאנק פון 'זיך פארלאזן אויף א רב/שו"ע/גדול איז ביי אים מופרך.


חז"ל:

חז"ל לויט אים האבן א סמכות פורמלית, דהיינו אז זייער אווערשטעלן הלכה האט א תוקף אלס זיך אליין (מכח קבלת הקהל) אבער נישט קיין סמכות מהותית איבער דאס מציאות און איבער וויאזוי צו פארשטיין זאכן. ממילא ווען ס'קומט צו פלעצער ווי מ'זעט בחוש אז זיי האבן זיך טועה געווען איז נישט קיין פראבלעם צו האלטן אנדערש ווי זיי, קיין רוה"ק האבן זיי אודאי נישט פארמאגט, בס"ה האבן זיי געהאט דעם כח צו מאכן דרשות און מחדש זיין הלכות.
די זעלבע איז מיט די ראשונים – אויס נישט מער, אז זייער גאנצע כח ליגט אין סברא און אין די פאקט אז עס איז יתכן אז זיי האבן געוואוסט בעסער געוויסע פראקטישע פאקטן ווי אונז (מכח זייער נאנטקייט בזמן צו חז"ל), אבער אין סברא קען מען זיך פונקט אזוי דינגען מיט א ראשון אדער חז"ל אליין ווי מיט א צווייטן.


לאגיק:

אמת איז נאר דא ביי אים איינס. דהיינו אדער רעדט מען צום זאך אדער נישט, נישטא קיין אלו ואלו דברי אלקים חיים אין מציאות, ניטאמאל אין הלכה. וואס יא, ער געבט די רעכט צו האבן און רעספעקטירן א צווייטע מיינונג על אף איך האלט עס איז שטותים, ווייל נאר אזוי קען מען דערגיין דעם אמת, חוץ פון וואס אטאנומיע איז נישט עפעס וואס מ'מעג אוועקנעמען אפי' פון א שוטה.
אמת שטאמט ביי אים פון אינטואציע, וועלכע לויט אים פארלאנגט נישט קיין הסבר אדער הצדקה. און פון דארטן ארויף בויט זיך לאגיק. די איינציגסטע מיט וועלכע ער קען זיך נישט טענה'ן איז איינער וואס איז קאנסיסטענט מיט סקעפטיציזם, וואס לויט יענעם איז אינטואציע נישט מבוסס, וואס אויף אזא טענה קען ער נישט ענטפערן.

_______

זיינע קאנטראוועסאלע שטיקלעך:

אויב זענען די פריערדיגע נישט גענוג אייגנארטיג, האט ער די פאר פלעצער וואו ער גייט נאך שטערקער.
בעיקר איז עס ארום די נושא פון חרדים און חרדיזם וועלכע אלס א געוועזענע רייסט ער שטארק אראפ.
לגבי קאראנע ווירוס איז דא זיין באקאנטע העסליכן ארטיקל וויאזוי די חרדים פירן זיך אויף.
ביי די אסון מירון האט ער אפען ארויסגעוויזן זייער ווייניג סימפאטיע.
און ער שרייבט אויך וועגן די פענאנים פון אנוסים אין די חרידישע געמיינדע און איבער אונזער צוגאנג צו די אינטערנעט.

ער האט איין ארטיקל וואס רופט זיך "על תיוגים ודיונים, או האם אני אפיקורס?", וואו ער באציט זיך צו די נושא וויאזוי מ'מעג האלטן, טראכטן, אדער זאגן געוויסע מיינונגען, וועלכע גרעניצן זיך מיט כפירה.
עס איז זייער א יסודות'דיגע ארטיקל פון אים (מיין פריוואטע טיר אריין צו זיינע ווערק..), און אין איין ווארט ברענגט ער ארויס אז א מענטש האט די לאגישע רעכט צו אדורכטון א נושא וויאזוי ער וויל, ובפרט ווען עס איז בנוגע יסודות'דיגע נושאים וויאזוי און וואס צו גלייבן, וואו עס איז נישט שייך צו לייגן קיין לימיטאציעס איבער וועלכע מיינונגען מ'מעג ליינען, הערן, האלטן, און זאגן. ער טענה'ט אז לעיבלס איז גארנישט מחייב, און פאר וועם עס געפעלט נישט אדער קוקט אים אן ווי אן אפיקורס זאל זיך טאקע מונע זיין פון טרינקן זיין וויין אדער מצרף זיין צו מנין, אבער מער פון דעם איז נישטא קיין מקום פאר הלכה אריינצורעדן בענייני אמונה ודעות. די וועלכע האלטן אז יא זענען זיך פשוט טועה!

_______

אלגעמיינע שטעלונגען:

ער האט כמובן פילצאליגע שיטות און כל מיני נושאים, איך וועל דא אבער פראבירן כי רוכלא ליתני וליזיל די וועלכע ליגן מיר אויפן געדאנק.

ער איז מתיר סמארטפאן בשופי, און איז מתיר צו קוקן מראות לא צנועים אין א מאווי.

לימוד תורה לנשים, איז ער זייער שטארק בעד אז זיי זאלן האבן א גלייכע טייל אין לימודים, הגם ער אנערקענט אז במציאות זענען דא ווייניגער פרויען וואס זענען מוכשר דערפאר האלט ער אבער אז עס פאסט זיך נישט קיין הלכה'דיגע רעסטריקשאנס דערויף. ווי אויך זענען זיי למעשה נישט מחויב מיט די הלכה'דיגן חיוב וואס מענער האבן (קר"ש שחרית וערבית וכו'). יעו"ש.

פאליטיק אין מדנ"י: בעצם איז ער א שטארקע לינקע, ביבי איז ביי אים שפיץ קארופטירט. איבער די בג"ץ רעפארם האט ער אויך געשריבן זייער שטארק, הגם ער איז געווען קריטיקעל איבער די צוגאנג פון די לעצטיגע פסק אין בג"ץ איבער דעם.
די מלחמה מיט עזה, איז ער זייער דערקעגן, ער טענה'ט אז חוץ פון וואס עס איז שקר אז מ'גייט באיזה אופן ערייכן אלע דריי צילן וועלכע די מיליטער האט פאר זיך ביינזאם (עלימינירן כאמאס, ראטעווען אלע חטופים, און זיכער מאכן אז עזה בלייבט פארזיכערט), איז עס אויך אומעטיש פאר די חטופים פאר וועלכע די גאווערמענט האט אן עקסטערע רעספאנסיביליטי – מער ווי ביי גלעד שליט – אפי' עס וואלט געגאנגען אויף די קאסט פון אויסטוישן פאר כאמאס רוצחים פון תפיסות.

ער קריטיקירט אפט די דאגמעס וועלכע די ליבעראלע האבן. ראסיזם איז א גוטע ביישפיל וואו ער טענה'ט אז עס איז אומדעפינירט און נישט קיין עטישע פראבלעם.

ער האט א שיינע פשט אין די התפתחות פונעם תורה שבעל פה, עס דרייט זיך ארום די מחלוקת צווישן ר' אליעזר און ר' יהושע וואס די גמ' פאשרייבט צום 'אותו היום' ווען מ'האט געווארפן ר' גמליאל פון די נשיאות, מ'האט געלערנט מסכת עדיות, און מ'האט זיך גע'טענה'ט איבער די תנור עכנאי, וואס ביז אהין איז די תורה אריבער נאר במסורה, און ר' יהושע איז אויפגעקומען מיט די רעוואלוציע פון קענען מחדש זיין הלכות אן עס מקבל זיין נאך וואס קבלה אליינס האט געשאפן פראבלעמען מיט תלמידים שלא שמשו כל צרכם. אלע האבן מיטגעשטומט מיט אים (אפי' ר' גמליאל לבסוף) חוץ פון ר' אליעזר וואס איז לכבוד דעם געווען כל ימיו בנידוי. עס האט זיך אבער באפעסטיגט מיט ר' עקיבא (וכלן לא נשנו אלא אליבא דר' עקיבא בן יוסף..) וועלכע איז למעשה געווען א תלמיד סיי פון ר' יהושע און סיי פון ר' אליעזר, און האט משלב געווען די גוטע חלקים פון ביידע.

ער איז בדעה אנקעגן דעטערמעניזם, און האלט אז בחירה איז א פאקט.

ער גלייכט נישט קיין פסיכאלאגיע אדער בכלל סאציאלע סייענסעס (ער פאררופט זיך ערגעץ גאר אן אוטיסט).

ער קריטיקירט אביסל ישיעהו ליבוביץ'ס געדאנקען. און ער קריטיקירט שטארק יובל נח הררי'ס געדאנקען.

איבער להט"ב איז ער היבש ליבעראל, און ער האלט זיי פאר אנוסים ע"פ תורה ואונס רחמנא פטריה...

ער האט אן ארטיקל ווי ער צונעמט די דאקומענטרי און טענה פון מעט וואלש אז מ'קען נישט מגדיר זיין 'פרוי' - "what is a woman"

ער האט א שיינע מאמר איבער די חזו"א מהלך אין עלעקטריק און פארוואס איבער די גדר פון בונה. ובכלל צונעמט ער זייער אסאך הלכה'דיגע סוגיות וגדרים מיט א הפלא'דיגן געשמאק.

ער האט א סעריע מאמרים וואס פילאזאפיע איז.

דין ומשפט איבער א מענטש קען נאר געמאכט ווערן לויט די מענטש'ס אייגענע שטעלונגען אין מאראל.

ער איז זייער בייז מיט די שטעלונג און נעגאטיווע וועליו וואס חרדים האבן לגבי גוים. ער בויט זיך אויף א מאירי און איז ביי די מיינונג אז גוים זענען פונקט די זעלבע חשוב ווי אידן (חוץ לגבי דעם אז ג-ט האט זיי נישט אויסגעוועלט צו האלטן דת..)

און דאס איז עס פאר יעצט..

_______

לסיכום:

דא האנדלט זיך לכל הדעות פון א יחיד א חד בדרא בידיעת והקפת התורה. קיינער האט אים נאכנישט אראפגעריסן אלס עם הארץ אדער שוטה..
נאר וואס? מ'קען אביסל דן זיין איבער געוויסע פון זיינע איידעאלאגיעס וועלכע נעמען אריין (-אדער נעמען נישט אריין..) די עמאציאנאלע זייט פון געוויסע נושאים, און ער געבט דערפאר ווייניג וועליו בכלליות, און אין אסאך פעלער איז מסתבר צו זאגן אז ער פארפעלט צו פארשטיין די נושא לעמקו לכבוד דעם.

צו ער איז אן אפיקורס אדער נישט דארף מען לויט אים לאזן פאר יעדעם איינעם אליינס אפצומאכן, דאס איז אבער זיכער אז ער איז נישט אנגענומען אין די מעין-סטריעם חרדישע צירקלען און נישט יעדער קוקט אים אן אלס די 'רב דומה למלאך השם' מילד גערעדט.

_______

ברכה והצלחה.


דא האב איך מתקן געווען די מאמר לויט די הערות וואס ער האט מיר געשיקט..
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום אלפא, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!

דער אשכול פארמאגט 29 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר