איבערזיכט קאמיטע אויף אדמו”רים

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
רעאגיר
תניא בניחותא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 12:33 pm
האט שוין געלייקט: 130 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 320 מאל

איבערזיכט קאמיטע אויף אדמו”רים

שליחה דורך תניא בניחותא »

אחי ורעי, לויט אלע אנדייטונגען פלאנט כלל ישראל ווייטער צו אנגיין מיט די אוועקגעשטעלטע סיסטעם פון רבי’ס און חסידים, פאר סיי וואס די סיבה זאל נישט זיין, פונקט ווי דער פאלק אין ענגלאנד וויל נישט אויפגעבן די מלוכה שפיל, איז דער עולם נישט גרייט פאר א ריעל טשעינדש.

לויט ווי ס’קוקט אויס גייט מען ווייטער מאכן מנהיגים וואס די איינציגסטע קוואליפיקאציע זייערער איז אז זיי זענען א מאנסביל (זכר) ממשפחות האדמורי’ם, איז דאך פארשטענדליך אז רובם זענען נישט מער ווי א bad imitation פון א ריכטיגע רבי, און צי אלע צרות באקומען זיי דעם דזאב פאר זייער גאנצן לעבן.

אפשר אלס א הצלה פורתא וואלט כדאי געווען צי מאכן א געוויסע סארט אווערסייט קאמיסיע וואס זאל קענען קעיר נעמען פון עקסטרעמע פעלער ווען רבי’ס גייען קאמפליטלי ארויס פון קאנטראל, סיי א עצה ווי אזוי זיי צו קענען אימפיטשן און אויך וואס מ’זאל טוען מיט זיי דערנאך, אפשר א סארט גלות רעגירונג אדער פארשיקן אויף א אינזל אזוי ווי נאפאליאן.

ווער ס’האט א געדאנק ווי אזוי דאס זאל אוועקגעשטעלט ווערן, אפשר אזא פעלקער ליגע געדאנק, זאל ביטע שרייבן זיין הצעה ותשועה ברוב יועץ.

דער אשכול פארמאגט 28 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר