נייע חסידישע ישוב אין "בלומינג-גראוו" ניו יארק

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3446
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2751 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2860 מאל

נייע חסידישע ישוב אין "בלומינג-גראוו" ניו יארק

שליחה דורך שעפטל »

ויסעו מ'בלומינגבורג... ויחנו ב'בלומינג-גראוו....

היינט איז באשריבן געווארן אויף וואס איז נייעס, א נייעס'ל איבער א פרישן שטעטל ממש נאנט צו קרית יואל, וואס ווידער הייבט זיך אן די שאלה "גייט זיך דאס אויסארבייטן צו נישט?" אסאך אסאך מעלות האט די שטעטל מער ווי "אלע" אנדערע ביז יעצט, צוליב די גאר נאנטקייט צו אן אנדערע חסידישע שטעטל, ס'קומט אויס בערך 3 מייל ווייט פון קרית יואל, וואס דאס וועט בפשטות זייער ארויסהעלפן מענטשן זיך אהינצוצוען.

נאך מער ווי איך פארשטיי איז דאס געפירט אדורך די חסידי הגז"ל מ'סאטמאר, וואס ווי שוין געשריבן עטליכע מאל האט דאס די מערסטע שאנסן אז ס'זאל זיך אויסארבייטן, ווי איך האב שוין דא געשריבן:
די שאלה איז דא, פארוואס זאל זיך עס דא יא איינמאל פאר אלעמען אויסארבייטן?

ס'זעכער דא וואס קלערן, נעה! ס'וועט זיך קיינמאל נישט אויסארבייטן! מ'קען נישט בויען קיין שטעטל!
די זענען נישט אזוי נישט-גערעכט, די מציאות האט געוויזן מיט זיי. למעשה חוץ קיין קרית יואל (וואס בעצם איז באקוועמער פאר א סאטמאר-מהר"א חסיד אהין צו מופן) ווי ס'איז טאקע דא צענדליגע (כ'ווייס נישט פונקליך וויפיל) משפחות וואס מופן אהין א יאר, אבער דאס איז נישט קיין לייזונג פאר אלע אנדערע קהלות מעמבערס איינוואוינער פון וויליאמסבורג.

אבער פון די אנדערע זייט קען זיין אז נאר א חסידות און טאקע נאר מיט א זעלבסטשטענדיגע מוסדות און קהלה קען זיך א שטעטל בויען, און אלס דעם אויס קען זיין אז חסידי סאטמאר-מהרז"ל וועלן זיין באקוועם זיך אהינצוציען ובפרט ווי איך הער גייט זיין די ערשטע יאר צוויי שכר לימוד'לאזע מוסדות און אזוי אויך וועלן זיין באסעס -אין אנפאנג פאר בחינם צו גאר גאר ביליג- פון דארט צוריק צו די שטאט וואס שלאפט קיינמאל נישט... און צו אנדערע היימישע געגענטער.
און די ווייזן אן, אז למעשה האט זיך נאר אויסגעארבייט קרית יואל (נאר סאטמאר [אלע פראקציעס...]) שיכון סקווירא (נאר סקווירא [ס'דא פראקציעס..?]) נייטרא (געווען א ספעציעלע טיפ פון מענטשן) קאשוי (חסידים ומעריצים) אא"וו. אזוי דא וועלן זיין על פי רוב חסידי ומעריצי פון סאטמאר-מהרז"ל


יעצט צום נושא:
דאס האב איך באקומען פון איינעם, יעצט זעה איך אז אויף איי-וועלט האט דאס מיללער געשריבן - איך האב צוגעלייגט אפאר הערות...

[center]כראנאלאגאישע אנטוויקלונגען פונעם שטעטל אין בלומינג-גראוו[/center]

מיט אכט יאר צוריק האבן א גרופע חסידישע אינוועסטירער (הערות שעפטל: אין שפיץ פונעם קין עקוואטיס, די LLC וואס האט אפגעקויפט די פראפערטי, איז הנגיד ר' יחזקאל בראך, פון בארא פארק) אפגעקויפט א ריזיגן באדן פון אריבער 750 אקער לאנד אינעם טאון אוו בלומג-גראוו פאר די סומע פון 15 מיליאן דאלאר. 5 מיליאן איז געווארן באצאלט אויפן פלאץ און די איבריגע צעהן מיליאן האט דער מוכר צוגעשטעלט אין א מארגעדזש.

די פלענער האבן געלויטעט אז מ'זאל בויען די ערשטע עטליכע הונדערט דירות לויט די טאון זאונינג קאודס, און איינמאל עס וועלן וואונען דארט 500 רעגיסטרירטע וויילער וועט מען זיך אפטיילן אונטער א ווילעדזש ענדליך צו וואס קרית יואל האט געטאן בשנת תשל"ז, (הערות שעפטל: ווי איך האב אביסעלע ברייטער דא אפגעשריבן די היסטאריע...) און דערנאך וועט מען אונטער אייגענע זאונונינג קאודס קענען בויען טויזנטער דירות פאר היימישע אידן.

והרשעים כים נגרש, די שכינים דערוויסנדיג זיך פון די פלענער האבן נישט אויסגעהאלטן אז דאס קען פאסירן, האבן זיי אין די איילעניש געשאפן דעם "ווילעדזש אוו סאוט בלומינג-גראוו" וואס נעמט אריין א גרויסן שטח פון די טאון אוו בלומינג-גראוו כולל די דערמאנטע באדנס, און אזוי ארום זענען זיי פארלאפן די וועג אז פאטענציעל זאל זיך קענען גרינדן א חסידישע ווילעדזש דארט, לויט די סטעיט פארשריפטן אז איינוואונער פון א ווילעדזש קענען זיך נישט אפרייסן צו ווערן א ווילעדזש אינערהאלב א ווילעדזש. (הערות שעפטל: אקוראט די שטייגער וואס טאון אוו מאנרא און ווילידזש אוו מאנרא האבן געוואלט טאהן בשעת מ'האט געבויעט קרית יואל, ווי דא באשריבן, און נאך א זאך, דאס האבן זיי - די נייע ווילעדזש אוו סאוט בלומינג-גראוו אויך געטוהן צו פארשווערערן די שאנסן פון ווילידזש אוו קרית יואל צו קענען אנעקסירן פראפערטיס פונעם טאון אוו בלומינג-גראוו אריבער צו די ווילידזש אוו קרית יואל). די זעלבע האט דער נייער ווילעדזש דעמאלס פארשטערקערט די זאונינג געזעצן און דערמיט פארשווערט די אריגינעלע פלענער פאר א שטעטל. (הערות שעפטל: אויב דענק איך גוט האבן זיי דעמאלטס געוואלט מאכן אז מ'זאל נאר קענען בויען איין 1 פעמעלי הויז אויף אן עיקער, וואס דאס מיינט אז מ'קען נאר בויען בערך 750 דירות דארט... אויך געניג פאר א בעל בעתישע שטעטל, אבער נישט דאס איז די ציל געווען פון די דעוועלאפערס.. למעשה האבן זיי דאס נישט געמאכט, אבער ס'איז געניג צו זעהן זייער פייט וואס זיי האבן דא געוואלט ארויסשטעלן).

דאס האט געפירט אז די אינוועסטירער זענען געווארן מיד פון באצאלן דעם גרויסן מארגעדזש און זיי האבן געפיילט באנקראט, דער מוכר האט געשטעלט דעם באדן פאר פארקלאוזשער און די אינוועסטירער האבן פארלאגנט באנקראט פראטעקציע זאגנדיג אז זיי גייען זיך רעארגענעזירן און אריינגעבן נייע דעוועלאפמענט פלענער, און אויב דאס גייט אדורך וועלן זיי ווייטער באצאלן די מארגעדזש כבשנים קדמוניות.

היינט קומט אריין די נייעס אז די אינווערסטירער, דורך זייער פארשטייער הרה"ח ר' זושא געלב הי"ו פון קרית יואל (הערות שעפטל: ער איז אגב דער פארמיטלער פון די ווילידזש אוו קרית יואל, מיט די אייגענטומער פון פראפעטיס ארום קרית יואל וואס באלאנגן צום כת הגז"ל, אדורכצופירן די אנעקסעישאן אויף זייערע פראפערטיס צוזאמען מיט אנדערע, פון די טאון אוו מאנרא וכו' אריבערצוברענגן אינטער די ווילידזש), האבן אריינגעגעבן פרישע דעוועלאפמענט פלענער, אונטער וועלכע זיי וועלן אנטוויקלען 140 פון די 750 אקער-לאנד אין 566 "איינצלנע-פאמיליע" דירות, (הערות שעפטל: באמת איז עס 512 איין-פאמיליע הייזער, און 54 דופלעקס לאטס, מיט נאך בערך 20 עיקער וועט גיין פאר נישט-רעזעדענטועלע געברויכן, ווי 100,000 סקווער פיס פאר קאמערציאלע געברויכן און ס'איבריגע פאר ראודס, יוטילעטי'ס אד"ג) וואס איז אין איינקלאנג מיט די "ווילעדזש אוו סאוט בלומינג-גראוו" זאנונינג געזעצן, און דערצו וועלן זיי אויפבויען אן אייגענעם "סוער טריטמענט פלענט" (וואס דאס וואלט געווען אן אויסרייד פון די ווילעדזש אוו סאוט בלומינג-גראוו‏ נישט צו באשטעשטיגן די פלענער, אבער וואסער טענה'ען זיי איז דא גענוג אין די ווילעדזש קוועלער צו שפייזן דעם דעוועלאפמענט). אויב ווערט דאס באשטעטיגט, קענען זיך 566 משפחות ארויסציען קיין בלומינג-גראוו אין א צייט אפשניט פון 4 יאר נאך די באשטעטיגטע פלענער, און עווענטועל וועט דאס אריינברענגען לכה"פ 1200 שטים-בארעכטיגטע בירגער וואס וועלן קענען האבן א ווארט איבער די ווילעדזש אוו סאוט בלומינג-גראוו‏ און זאגאר די טאון אוו בלומינג-גראוו איבערצונעמען די ווירטשאפט און טוישן די זאונינג געזעצן, צו קענען אקאמאדירן ברייטערע דעוועלאפמענטס.

מטעם די ווילעדזש אוו סאוט בלומינג-גראוו‏ האט זייער אדוואקאט געזאגט פאר די רעקארד אז דער ווילעדזש וועט אויפנעמען דעם אפליקאציע מיט יושר און געזעץ, און אדורכטאן די פלענער איידערן שאפן א באשלוס.

ר' זושא געלב האט נישט געענטפערט די רעקארדס רוף.

ע"כ פונעם באריכט, מער ווייניגער געשריבן דארט אויף איי-וועלט, איבערגעטייטשט פון וואס איז נייעס און פונעם רעקארד.

גראדע זעה איך דארט אויך אז צום סוף וועלן זיי נאר בויען אויף 708 עיקער לאנד, 140 יעצט, 38 פון די 750 עיקער איז נאסע-לאנד (Wet Land) בלייבט איבער 566. (ווי די איבריגע 6 עיקער לאנד ווערט פארשווינדן, ווייסעך נישט.... הלואי ווען איך קען עס טרעפן און ניצן..)

ווידער קומט ארויף די מיליאן דאלער פראגע...
וועט זיך עס שוין איינמאל פאר אלעמאל אויסארבייטן א נייע שטעטל, צו דאס איז וועט אנקומען ווי אלע אנדערע צענדליגע זענען אנגעקומען??

ונזכה ונראה מה יהי' עם ......
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
פארשפארט