עפעס איז נישט אין ארדענונג

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 287
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1519 מאל

עפעס איז נישט אין ארדענונג

שליחה דורך דיכטער »

איך וועק מיך אויף פון א טיפע קלאץ און איך כאפ מיך אויף מיט אט דעם אויבנדערמאנטן זאץ.

״עפעס איז נישט אין ארדענונג״ קלינגט אין מיין קאפ. איך פרוביר מיך צו דערמאנען וואס פינקטליך איז נישט אין ארדענונג, אבער אן ערפאלג, עס גייט נישט. איך קען זיך בשום אופן נישט דערמאנען אין וואס איך האב מיך אזוי טיף פארקלאצט, וואס איז געווען דער נושא וואס האט אוועקגענומען א גאנצע מינוט פון מיין באוואוסטזיין, אן פרעגן פאר מיין ערלויבעניש פון פאראויס. איין זאך ווייס איך, אז עס איז נישט בסדר, עס מוז זיך טוישן, מען קען נישט אזוי ווייטער אנגיין. אבער רבונו של עולם, וואס איז נישט בסדר? וואס מוז זיך טוישן? איך ווייס דאך נישט וואס איך דארף טוישן! איך שפרינג אין מיין הויט אבער איך ווייס נישט וואס איך דארף יעצט טון, דאס איז געדאפלטע יסורים.

אין מיין קלעם בין איך מחליט צו נעמען דעם זאך אין האנט אריין און דורכטון אלע מיינע דאגות איינס ביי איינס, איז זעהן וואס עס האט געקענט זיין, וואס דארף איך אזוי דרונגענד פאררעכטן.

איך דערמאן זיך אז איך האב געבארגט א שעהר-מאשין פונעם שכן פאר צוויי טעג צוריק. איז עס טאקע אזוי דרונגענד? איז דאס געווען דער דאגה וואס האט מיך אזוי באנומען? מען קען שוין מיינען, א גאנצע געשעפט מאך איך פון דעם נארישן מאשין וואס דער שכן האט מיר קלאר געזאגט ער דארף עס נישט צוריק ביז פרייטאג. איז וואס יא? דער מלמד פון מיין מוישי וואס נודזשעט מיר שוין א וואך צייט? נו, וואס זאל איך טוהן? קען איך דען עפעס טוהן דערוועגן? איך פארשטיי, איך מוז כאטש רעדן מיט איהם, איך קען זיך נישט אינגאנצן נישט צוטוהן מאכן פון איהם, אבער וועגן דעם בין איך אזוי אומרואיג יעצט? וואס איז עס שוין?

אהה… איך ווייס וואס דאס איז. איך האב בטעות געלאזט מיין מאנטל אויף א באנק אין חדר שני און באלד גייט דארט פארקומען א שיעור און איך האב אינזין געהאט עס צו גיין נעמען פאר דער שיעור הייבט זיך אן, און אזוי ארום פארמיידן פון דארפן אריין גיין דארט אינמיטן דעם שיעור.

דאס איז דער סיבה פארוואס איך בין אויף אזעלכע שפילקעס? בין איך נארמאל? א גאנצע דאגה מאך איך פון א נארישע ספק-בזיונות, וואס א רגע דערנאך פארגעסן אלע באטייליגטע אז עפעס איז דא געווען. איז וואס יא? וואס איז דער פראבלעם דא? איך ווייס נישט וואס צו טוהן, עס איז א אזא ותתפעם-רוחו׳דיגע מצב, איך ווייס נישט און איך ווייס נישט וואס, איך ווייס נאר אז ״עפעס״.

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר