951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
מנהל
מנהל
מנהל
הודעות: 488
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 869 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1626 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

שליחה דורך מנהל »

אפדעיט דינסטאג יאנואר 30, 2024
מיר האבן פארמאכט 19 ניקס וואס זענען שוין 2 חדשים און עלטער און האבן נאך קיינמאל גארנישט געשריבן. ואתכם הסליחה.
מיר האבן פארמאכט 167 ניקס וואס זענען שוין 1 יאר און עלטער און זענען נאך אלץ בלוי (דאס הייסט געשריבן ווייניגער ווי 25 תגובות). ואתכם הסליחה.

די וואס ווילן צוריקקומען מיט די כוונה עווענטועל צו אנטיילנעמען אין די שמועסן, קענען זיך איינשרייבן מיט א נייע ניק.
פאר אנווייזונגען וויאזוי זיך צו פארבונדען מיט'ן מנהל קליק דא.
פאר אנווייזונגען וויאזוי צו באקומען צוטריט צו 'מאחורי' קליק דא.
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 851
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7278 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2386 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

שליחה דורך שעפטאל »

ואתכם הסליחה למען תִּוָרֵא..

וכתוב לחיים טובים..
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 731
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 545 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 557 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

שליחה דורך לאכעדיג »

אונזער מנהל מאכט א פיינעם ארבעט.
א כבוד פאר קאווע שטיבל!

KEEP IT UP
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 706 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 398 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

שליחה דורך כספי »

לאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 8:34 pm אונזער מנהל מאכט א פיינעם ארבעט.
א כבוד פאר קאווע שטיבל!

KEEP IT UP
יא, נאך אלע מעשיות מיין איך אז מ'זעט קלאר אז די ארבעט פונעם מנהל צאלט זיך אויס, און קאווע שטיבל לעבט אויף אלע באקן ווי @טאמבל סאס און @שעפטאל האבן שוין עדות געזאגט
כה לחי!
עס איז טאקע נשתכח תורת הבעש"ט, און די גרויסקייט פונעם באשעפער איז פארטוישט געווארן מיט די כשרות פון מצה ווייץ. דאס הייליגקייט פון א אידישע נשמה ליגט פארשטעקט ערגעץ אונטער די פופצן שטאקיגע פארענטשעס, און דאס ליכטיגקייט פון איין מצוה'לע איז פארטונקלט דורכן טינטעד פענסטער פונעם קאדילאק. @הוגה
באניצער אוואטאר
רבי טוביה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 27, 2023 12:59 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

שליחה דורך רבי טוביה »

לאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 8:34 pm אונזער מנהל מאכט א פיינעם ארבעט.
א כבוד פאר קאווע שטיבל!

KEEP IT UP
אבער עס בענגט אויך א לחץ צו מוזן שרייבן תגובות אפילו ווען מען האט נישט עפעס מערקוועדיג צו צולייגען
באניצער אוואטאר
רבי טוביה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 27, 2023 12:59 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

שליחה דורך רבי טוביה »

למשל די תגובה...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19806
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24974 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15095 מאל
קאנטאקט:

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

שליחה דורך berlbalaguleh »

ר' טוביה: דו דארפסט אנקוקן דאס לעבן א ביסל מיט א הומאריסטישן בליק. וועסטו (כמעט) אייביג האבן וואס צו זאגן...!

דו טראכטסט אז איך וואלט געהאלטן אזוי ווייט אין מספר פון תגובות וואו איך האלט (ב"ה). ווען איך וואלט צוגעגאנגען צו קאווע שטיבל ווי (להבדיל) א שטיקל גמרא...!
מנהל
מנהל
מנהל
הודעות: 488
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 869 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1626 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

שליחה דורך מנהל »

אפדעיט דאנערשטאג פעברואר 15, 2024
מיר האבן פארמאכט 32 ניקס וואס זענען שוין 2 חדשים און עלטער און האבן נאך קיינמאל גארנישט געשריבן. ואתכם הסליחה.
מיר האבן פארמאכט 2 ניקס וואס זענען שוין 1 יאר און עלטער און זענען נאך אלץ בלוי (דאס הייסט געשריבן ווייניגער ווי 25 תגובות). ואתכם הסליחה.

די וואס ווילן צוריקקומען צו אנטיילנעמען אין די שמועסן, קענען זיך איינשרייבן מיט א נייע ניק.
פאר אנווייזונגען וויאזוי זיך צו פארבונדען מיט'ן מנהל קליק דא.
פאר אנווייזונגען וויאזוי צו באקומען צוטריט צו 'מאחורי' קליק דא.
נפרייליכע מענטש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 02, 2024 6:29 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

שליחה דורך נפרייליכע מענטש »

רבי טוביה האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 09, 2024 10:27 am למשל די תגובה...
טאקע, אבער וואס קען מען טוהן.
דאס איז לעבן. :)
אלבערט איינשטיין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 250
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 601 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 414 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

שליחה דורך אלבערט איינשטיין »

ווען רעדיט וואלט געארבעט די זעלבע וועג וויאזוי קאווע שטיבל ארבעט (מיט די נייע קאפעריזן) וואלט שוין רעדיט געוועהן לאנג פארמאכט.
גערעכט געוויסע סאציאלע מידיע און פאורם אין אלגעמיין האבן געוויסע באגרעניצן אויף חברה וואס סיינען זיך נישט אויף. דאס איז ווייל זיי וויילן זאלסט האבן אביסל מער געפיל צום פלאטפארמע. ווי אויך דיין אימעיל אדרעס צו קענען שיקן פראמוטשענס.
אבער עס איז נישטא קיין איין וועבזייטל וואס לייגט פרעשור אויף די ארייגעשריבענע צו שרייבן און געבן קאנטענט. ווען יוי טוב פארמאכט מיין אקאונט נאך נישט לייגן קיין איין אנצעלע ווידיא נאך דריי יאר. וואלט יוי טוב שוין געוועהן פארמאכט. ווען הרב הנגיב זוקסעמבערג שליט״א פון מעטעווערס כאפט א פאנאריע איין טאג און איז מחליט אז די פעיסבוקס און אינסטגרעם אקאונטס וואס קוקן נאר יענעמס שטאף און שרייבן נישט צו פארמאכן זייער אקאונטס. וואלט די זייערע שעירס גלייך געפאלן און געבליבן אויפן וועג אראפ. רוב מענטשן זענען לאמיר זאגן 95 פערצענט די וואס ליינען און קוקן ווידיאס . (נומערס נישט פונקטליך ווייל איך בין נישט קיין סטאטיקער מיט גלעזער אויפן אויסגעקראכענע שיינעדיגע קאפ)
די איבריגע פינעף פערצענט זענען די שרייבערס און דאס איז וויאזוי פאורמס און סאציאלע מידיע ארבעט.
דעריבער אויב דו ווילסט אז קאווע שטיבל זאל וואקסן זאלסטו פאוקסן אויף אנדערע זאכן. נאך אויף איין זאך נישט מאכן שווערע צוטריט צו דעם.
זאג נישט אז קאמענטן זענען א באונעס. ווייל די פאקט איז א 90 פעצענט אויף די קוואליעט און חומר פון קאווע שטיבל ליגט אין קאמענטס.
די איינציגסטע וועג וויאזוי צו מאכן קאווע שטיבל וואקסן איז צו מאכן גרינגער צו אריין שרייבן און לאזן מענטשן ליינען
לייגן פרעשור צו שרייבן וועט נישט העלפן הייבן די קוואלעטיט אויף די פאורם.
עס קען זיין אז געלט איז א פראבלעם. וואלט איך גע׳עצהט צו לייגן גוגל עדס. און אויב שייך צו לייגן א פרימיום סובקריבשן צו קענען זעהן אנע עדס. איך וואלט גע׳עצט בכלל אז מער חברה זאלן האבן צוטריט צו מאחורי אז אויב ביסט נישט פון די מענטשן וואס קענען נאכקומען די שרייבן פיר הונדעריט תגובות זאל כאטש זיין א סובקריבשן פאר זיי. לאמיר זאגן 10 דאלער א חודש צו האבן צוטריט צו מאחורי. (נישט חס ושלום בעטן געלט פאר קאווע שטיהל אין אלגעמיין)
ווייל פרעשורן מענטשן צו שרייבן וועט נישט מאכן בעסערע קוואלעטי
הני בבלאי טפשאי דאכלי נהמא בנהמא
אסטיון
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 10, 2023 11:41 pm
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

שליחה דורך אסטיון »

יוי טוב מאכט געלט יעדע מאל איינער קוקט א ווידאו פין די עדס אין מעטעווערס ארבעט אויך אזוי אין וועגן דעם מאכן זיי נישט צי קיין אקאונטס ווייל יעדע אקאונט איז עפעס וואס קען זיי עווענטשעלי ברענגען געלט און חוץ פין דעם ווי מער אקאונטס זיי האבן א פילע וואס זענען נישט אקטיוו ברענגט עס ארויף זייער ווערט משא"כ קאווע שטיבל. איך גלייב נישט אז מ'קען מאכן צי סאך פון גוגל עדס פון אזא פורם. איך האב אויך נישט ליב די גאנצע זאך אז מ'מיז שרייבן און אז נישט פארלירט מען די רעכט צו ליינען קאווע שטיבל אבער למעשה קוק ווי קאווע שטיבל האט אויפגעלעבט זייט די נייע תקנות איך מיין ס'לוינט זיך
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 630
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 544 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

אלטערנאטיוו איז צו האבן דא עדס וועלכע זאלן אויסשטעכן דיינע אויגן. איך בין מסכים צו שרייבן אביסל אנשטאט..
מרדכי מרדכי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 561
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
האט שוין געלייקט: 233 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 448 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

שליחה דורך מרדכי מרדכי »

מר. אלברט איינשטיין בעצם ביסטו גערעכט, אבער נעם אין געדאנק אז קאווע שטיבל האט נישט זיינס גלייכן אין די פרעשור וואס געוויסע קענען באקומען אויב ווערט מען געוואר פון זייער אידענטיטעט.
מנהל
מנהל
מנהל
הודעות: 488
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 869 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1626 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

שליחה דורך מנהל »

אפדעיט מיטוואך מערץ 20, 2024
מיר האבן פארמאכט צענדליגער ניקס וואס זענען שוין 1 חודש און עלטער און האבן נאך קיינמאל גארנישט געשריבן. ואתכם הסליחה.
מיר האבן פארמאכט צענדליגער ניקס וואס זענען שוין 1 יאר און עלטער און זענען נאך אלץ בלוי (דאס הייסט געשריבן ווייניגער ווי 25 תגובות). ואתכם הסליחה.

די וואס ווילן צוריקקומען צו אנטיילנעמען אין די שמועסן, קענען זיך איינשרייבן מיט א נייע ניק.
פאר אנווייזונגען וויאזוי זיך צו פארבונדען מיט'ן מנהל קליק דא.
פאר אנווייזונגען וויאזוי צו באקומען צוטריט צו 'מאחורי' קליק דא.
מנהל
מנהל
מנהל
הודעות: 488
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 869 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1626 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

שליחה דורך מנהל »

אפדעיט מאנטאג, אפריל 1, 2024
מיר האבן פארמאכט צענדליגער ניקס וואס זענען שוין 1 חודש און עלטער און האבן נאך קיינמאל גארנישט געשריבן. ואתכם הסליחה.
מיר האבן פארמאכט צענדליגער ניקס וואס זענען שוין 1 יאר און עלטער און זענען נאך אלץ בלוי (דאס הייסט געשריבן ווייניגער ווי 25 תגובות). ואתכם הסליחה.

די וואס ווילן צוריקקומען צו אנטיילנעמען אין די שמועסן, קענען זיך איינשרייבן מיט א נייע ניק.
פאר אנווייזונגען וויאזוי זיך צו פארבונדען מיט'ן מנהל קליק דא.
פאר אנווייזונגען וויאזוי צו באקומען צוטריט צו 'מאחורי' קליק דא.
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 679
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 500 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

שליחה דורך מילך טראק »

איך גיי אריין אין א פרעמדע שוהל זיך זעה אין די קאווע שטיבל איז דא א סיין נאר נעמען קאווע אויב שמועסט מיט !! איך וואלט מסתמא נישט גענומען קיין קאווע דארט.
איך וואלט גלייך אריין געגאנגען אין פאליש (ווען ס'איז ווען יא אפען)
איך טראכט הויעך צו ווען איינער וויל רעגיסטרירן צום קאווע שטיבל און זעהט דעיס צו ער טראכט נישט אקעי ס'איז נישט געמאכט פאר מיר איך גיי מיך ווייטער.
גאר נייגעריג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 20, 2023 1:58 pm
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

שליחה דורך גאר נייגעריג »

נאכן אויסטוהן די בלויע שילד איז מען שוין מובטח?
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2394
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 6006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5716 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

שליחה דורך קהל'ס נער »

גאר נייגעריג האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 3:45 pm נאכן אויסטוהן די בלויע שילד איז מען שוין מובטח?
אשרי אדם מפחד תמיד
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
מופת הדור
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

שליחה דורך מופת הדור »

גאר נייגעריג האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 3:45 pm נאכן אויסטוהן די בלויע שילד איז מען שוין מובטח?
דערמאנט אביסל פון רב קופלמן ז"ל, פלעגט אלס זאגן פאר בחורים זייערע ערשטע זמן און לוצערן "ביזט אויף פראבע"......
רעבמאטעס
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 6:26 pm
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

שליחה דורך רעבמאטעס »

דא בלייבט מען אייביג אויף פראבע...
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 248
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

שליחה דורך היום »

מילך טראק האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 4:46 am איך גיי אריין אין א פרעמדע שוהל זיך זעה אין די קאווע שטיבל איז דא א סיין נאר נעמען קאווע אויב שמועסט מיט !! איך וואלט מסתמא נישט גענומען קיין קאווע דארט.
איך וואלט גלייך אריין געגאנגען אין פאליש (ווען ס'איז ווען יא אפען)
איך טראכט הויעך צו ווען איינער וויל רעגיסטרירן צום קאווע שטיבל און זעהט דעיס צו ער טראכט נישט אקעי ס'איז נישט געמאכט פאר מיר איך גיי מיך ווייטער.
אין המשל דומה לנמשל,
צוויי זאכן.

1) דא איז נישט קיין קאווע שטיבל פון קיין שוהל, סאיז אפשר מער גלייך צו א קאווע שטיבל אין א קלאב… אדער עפעס ענדליך…
2) ווען די ביסט נאך ניי און פרעמד האט דיר קיינער נישט געשטופט צו זיך אנרופן, מען פאדערט נישט פון קיין נייע צו אנהייבן רעדן לאנגע דרשות תיכף ומיד.
נאר וואס יא, פראביר כאטש זיך צו היימיש מאכן דא, קוק זיך אום קודם, רוף זיך צוביסלעך אהן עפעס קורץ, און דאן מיט די צייט ווערט מען היימיש, און מער רעדט שוין נאטורלעך, איינער מער איינער ווייניגער, לאנג, קורץ, היציג, ראהיג, יעדער ווי זיין נאטור…
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
פתחו לי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 29, 2024 6:47 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

שליחה דורך פתחו לי »

אז איך האב ממש גארנישט וואס, צו צולייגן צום שמועס, גארנישט וואס אנדערע קענען נהנה זיין, דארף איך נאכאלץ שרייבן?
קענסט דעם קרעמל, ווי דער יקיל רופט זיך אהן, סתם אזוי אז מ'זאל מיינען ער זאגט עפעס?


ווען איך וועל האבן וואס צו זאגן, וועל איך עס שוין אויסשרייען הויך, אז מ'וועט שוין הערן אין אלע גאסן.
ווילאנג מיינע דעות זענען נישט גענוג אינטרעסאנט, לאז מיר נישט דארפן שרייבן, אזוי וועלן די ליינער זיך ווייניגער דארפן זיך רעגן.

Imho
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 248
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

שליחה דורך היום »

פתחו לי האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 1:37 pm אז איך האב ממש גארנישט וואס, צו צולייגן צום שמועס, גארנישט וואס אנדערע קענען נהנה זיין, דארף איך נאכאלץ שרייבן?
קענסט דעם קרעמל, ווי דער יקיל רופט זיך אהן, סתם אזוי אז מ'זאל מיינען ער זאגט עפעס?


ווען איך וועל האבן וואס צו זאגן, וועל איך עס שוין אויסשרייען הויך, אז מ'וועט שוין הערן אין אלע גאסן.
ווילאנג מיינע דעות זענען נישט גענוג אינטרעסאנט, לאז מיר נישט דארפן שרייבן, אזוי וועלן די ליינער זיך ווייניגער דארפן זיך רעגן.

Imho
די זאגסט דאך אזוי גוט…
אונז קענען ניצן מער פון אזעלעכע דעות…

למעשה, סאיז דא אזויפיל מער צו שרייבן ווי דעות,
נישט יעדער אין א קרעמעל זאגט דעות…
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
רעאגיר