וואס אויב די סיסטעם איז טאקע אינדזשענירט?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4252
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 7233 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3639 מאל

וואס אויב די סיסטעם איז טאקע אינדזשענירט?

שליחה דורך טאמבל סאס »

איך הער שטענדיג פון פיהלע מענטשן אז די סיבה פארוואס זיי בלייבן זיך אויפפירן כמעט גענוי ווי מען האט זיי אויפגעצויגן איז וויבאלד די סיסטעם ארבעט אזוי גוט ווי מ'זעהט בחוש (נניח פאר א מינוט אז ס'איז אמת) בניגוד צו די אלגעמיינע סאסייעטי. יעדער האט ברויט צועסן, שיינע דזשי ענד דזשי בגדים, ווייניג קריים, א קארב ווי אריינצושטעקן די פת'ל יעדע נאכט וכו' וכו'. אזוי פיהלע דגמאות.

וואס וואלט געווען אויב מען געפינט אויס אז די סיסטעם איז טאקע אינטעלעדזשענטלי אינדזשענירט ביי לאמיר זאגן, א גרופע פיפיגע דאקטורים, דזשענעטעסיסטן, קאמפיוטער דזשעניס, היסטריקער, סאושעל סייענטיסטס און פאליסי מאכערס - און די רעבעס, שדכנים, עשירים און מחנכים זענען נאר אזעלכע שטעקענעס, פראנטס, צומאכן דעם סיסטעם אויסזעהן ארגאניק - ווי שוין אמאל דערצו אללורד אין איינע פון יאיר וויינשטאק'ס נאוועלס? בקיצור, ס'איז איין גרויסע דורכגעפאלענע עקספערימענט. (אדער סוקסעספול - תלוי פון וועלכע מבט)

וויפיהל סתם מענטשן וואלטן אפילו דאן אויכעט פארבליבן אינווענדיג? ווער וויל דען זיין א גיני פיג?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום טאמבל סאס, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר