גיוס בני הישיבות
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 780
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
- האט שוין געלייקט: 328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל
גיוס בני הישיבות
עפעס נייעס קומט אריין פון ארץ ישראל, אז די אלטע חוק הגיוס וואס פטר'ט די בני הישיבות (חרד'ישע אידן) פון דינען אין די מיליטער, לויפט אויס, און ס'איז אוודערווייל נאך גארנישט באשטעטיגט געווארן.
בג''ץ האט שוין געזאגט אז פון די ערשטע אין אפריל (קומעדיגע מאנטיג) דארפן זיך אלע שטעלן,
און מ'שטעלט אפ די פאנדינג פאר אלע מוסדות, וואס האבן נישט אויסגעהאלטענע תלמידים.
(טייל שפעקולירן אז עס איז ס''ה א טאקטיק פון די לינקע בג''ץ פטור צו ווערן פון ביבי, נאכדעם וואס די חרדים וועלן זיך בע''כ מוזן ארויסציען פון די קאאליציע,
ימים ידברו).

- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
Re: גיוס בני הישיבות
נישטא קיין גיוס.
וואס האט זיך יעצט געטוישט איז אז די ישיבות גייען מער נישט באקומען קיין געלד "ווייל" די בחורים גייען נישט אין מיליטער.
אבער מען צווינגט נישט בפועל צו גיין אין מיליטער.
וואס האט זיך יעצט געטוישט איז אז די ישיבות גייען מער נישט באקומען קיין געלד "ווייל" די בחורים גייען נישט אין מיליטער.
אבער מען צווינגט נישט בפועל צו גיין אין מיליטער.
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 173
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 28, 2022 11:12 pm
- געפינט זיך: ברעזוב
- האט שוין געלייקט: 174 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל
Re: גיוס בני הישיבות
ווען סטאפט זיך די געלט טיילעריי?
גייען זיי יעצט אלע ווערן פלוצלינג ’טהרת הקודש’ מוסדותער און קומען שנארן פון סאטמאר?
גייען זיי יעצט אלע ווערן פלוצלינג ’טהרת הקודש’ מוסדותער און קומען שנארן פון סאטמאר?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
- האט שוין געלייקט: 55 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל
Re: גיוס בני הישיבות
סאטמאר וויל דאך דאס, ניין?
אלע ספעציעלע קרנות והסברות זענען דאך מיוסד געווארען פארדעם, אלא מאי אז יענער טוט עס נישט מרצונו נאר מחמת די ממשלה הערט צו געבען הייסט ער נאכאלץ א נהנה משולחן איזבל ? מ'נעמט דאך אהן אז מחשבה רעה אין הקב"ה מצרף למעשה.
- עמקות התם
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 61
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 5:14 am
- האט שוין געלייקט: 85 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
Re: גיוס בני הישיבות
דאס איז נאר נוגע פון די 18, ממילא די כוללים און די ישיבה גבוהה וועלן נישט באקומען, משא"כ חדרים, בנות, ישיבות, גייט אלעס אן.
"You are not your thoughts; you are the observer of your thoughts"
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: גיוס בני הישיבות
https://www.makorrishon.co.il/opinion/745883/
א געלונגענע ארטיקל!
א געלונגענע ארטיקל!
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- כספי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 437
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
- האט שוין געלייקט: 883 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל
Re: גיוס בני הישיבות
ביז 24
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
- כספי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 437
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
- האט שוין געלייקט: 883 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל
Re: גיוס בני הישיבות
די פראבלעם איז דא געווארן, ס'איז אויסגעפאלן אין די ערגסטע צייט וואס קען נאר זיין, אינמיטן א מלחמה וואס יעדן טאג הערט מען 'הותרו לפרסום' דער איז געפאלן און יענער איז געפאלן רח"ל, און דא קומען זיך אן די חרדים און פאדערן א גענצליכע באפרייאונג פאר זייערע קינדער, פארוואס אן פארווען?!
אפי' די מזרחים וואס געווענליך קומען זיי צו הילף פון די חרדים, זענען דא ארויסגעשטאנען קעגן די חרדים, און געטענה'ט היתכן זייערע קינדער הרג'ענען זיך אויפן פראנט, און די חרדים'ס קינדער פטר'ט מען דא אפ, צו דען לערנען זיי נישט קיין תורה? צו דען זענען זיי אפגעפארן פון גיין אין מיליטער, נו? וואס ענטפערט מען אין אזא פאל?
בקיצור מ'איז פיין אפגעבראטן פון אלע זייטן
אפי' די מזרחים וואס געווענליך קומען זיי צו הילף פון די חרדים, זענען דא ארויסגעשטאנען קעגן די חרדים, און געטענה'ט היתכן זייערע קינדער הרג'ענען זיך אויפן פראנט, און די חרדים'ס קינדער פטר'ט מען דא אפ, צו דען לערנען זיי נישט קיין תורה? צו דען זענען זיי אפגעפארן פון גיין אין מיליטער, נו? וואס ענטפערט מען אין אזא פאל?
בקיצור מ'איז פיין אפגעבראטן פון אלע זייטן
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 38
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 20, 2023 1:58 pm
- האט שוין געלייקט: 103 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל
Re: גיוס בני הישיבות
די גאנצע גיוס בני ישיבות שטורעם איז א נארישע דעמאגאגישער פראוו פון די לינקע קאפלאניסטן אנארכיסטן וואס פראבירן שוין יארן לאנג צו אראפ ווארפן נתניהו פון זיין בענקל.כספי האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 01, 2024 8:07 pm די פראבלעם איז דא געווארן, ס'איז אויסגעפאלן אין די ערגסטע צייט וואס קען נאר זיין, אינמיטן א מלחמה וואס יעדן טאג הערט מען 'הותרו לפרסום' דער איז געפאלן און יענער איז געפאלן רח"ל, און דא קומען זיך אן די חרדים און פאדערן א גענצליכע באפרייאונג פאר זייערע קינדער, פארוואס אן פארווען?!
אפי' די מזרחים וואס געווענליך קומען זיי צו הילף פון די חרדים, זענען דא ארויסגעשטאנען קעגן די חרדים, און געטענה'ט היתכן זייערע קינדער הרג'ענען זיך אויפן פראנט, און די חרדים'ס קינדער פטר'ט מען דא אפ, צו דען לערנען זיי נישט קיין תורה? צו דען זענען זיי אפגעפארן פון גיין אין מיליטער, נו? וואס ענטפערט מען אין אזא פאל?
בקיצור מ'איז פיין אפגעבראטן פון אלע זייטן
די גרעסטע פארפירער אקעגן די חרדים זענען די אחים לנשק גרופע וואס קוים א קנאפע יאר צוריק האבן זיי פארפירט בראש כל חוצות אז זיי גייען זיך נישט שטעלן אין מיליטער צוליב זייערע פאליטישע אגענדעס, סאו וואס קומען זיי יעצט דרייען א קאפ מיט גיוס?
א גרעסערע פראצענט תל אביב'ניקעס שטעלן זיך נישט אין מיליטער ואין פוצה פה ומצפצף.
צה"ל דארף אפשר די חרדים אבער זיי זענען נאכנישט גרייט זיי צו אננעמען.
פאר גלי ביהרב מיארה די יועמשי"ת גייט דאס נישט אן, זי האט אנגעזאגט בג"ץ אז פון איר זייט זעט זי נישט פארוואס מ'דארף שענקען געלטער פאר די חרדים מסרבי גיוס, דאס אז צה"ל איז נישט גרייט זיי צו אננעמען מיינט נאכנישט אז מ'דארף זיי יעצט שענקען תקציבים.
הכלל, די לינקע בג"ץ ווילן אנצינדן די חרדים אז זיי זאלן צוווארפן די קאאליציע און שליסן א גוטע דיעל מיט די לינקע פארטייען וואס גייען אלעס געבן פאר די חרדים אפי' א גענצליכע פטור!
איי וואס וועט די מידע דעמאלטס טוהן?
שווייגן.
ווייל די ציהל פון אראפ ווארפן דעם פארהאסטן ביבי פארהייליגט אלע מיטלען.
דאס וואס כספי שרייבט אז די חרדים זענען נישט גרעכעט פארן לאזן די פרייע פאלן אויפן פראנט, דאס איז א שיינע טענה אבער לשיטת החרדים איז דאס נישט גערעכט, די חרדים טענה'ן בצדק אז אן די כח התורה קען די מדינה נישט עקזעסטירן און אזוי ווי א יעדע בר דעת פארשטייט אז מ'קען נישט צווינגען א פרייע יונג צו זיצן אין ישיבה על התורה ועל העבודה קען מען נישט צווינגען די ישיבה בחורים צו ארויס גיין אויפן פראנט.
און פאר יאיר לאפיד וואס שרייט אז די פרומע מאמעס ציטערן נישט פאר די "קלאפ אויפן טיהר" וועל איך זאגן אז "די מאמע'ס פון די צהלישע מחנה צייטונג שרייבער ציטערן אויך נישט"... [כידוע איז לאפיד קיינמאל געווען א געהעריגע חייל מן המנין נאר ער איז געווען א פשוטער צייטונג שרייבער]
און איך האב ניטאמאל אנגערירט די סוגיא פון נשים אין צה"ל.
די חרדים האבן זייער פולע רעכט צו פארלאנגען א ספעציעלע היימישע הייליגע אטמאספערע געאייגענט פאר זייערע געברויכן, און ל"ע עתה איז צה"ל נאכנישט גרייט צו אויפגעבן אויף זייערע לגב"ט פראגרעסיווע אגענדעס.
עניטינג עללס?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 321
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 27 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל
Re: גיוס בני הישיבות
וואס איז דער מעשה מיט וויזניצער רבי׳ס בייזוך ביי הרב דוב לנדא? דארף צו הייסן וועגן גיוס, ניין? עפעס תכלית ארויס פון דעם?
אדער סתם געווען כדאי צו טרעפן א וועג צוריק נאך די בחירות שטינקעריי אין אלעד?
עפעס הער איך אז רבי דוב האט נישט געוואלט זיך טרעפן מיט ר׳ יעקב מרדכי, איינער מיט מער פרטים?
אדער סתם געווען כדאי צו טרעפן א וועג צוריק נאך די בחירות שטינקעריי אין אלעד?
עפעס הער איך אז רבי דוב האט נישט געוואלט זיך טרעפן מיט ר׳ יעקב מרדכי, איינער מיט מער פרטים?
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
- האט שוין געלייקט: 55 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל
Re: גיוס בני הישיבות
אפיציעל איז עס געווען בנוגע גיוסהיום האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 02, 2024 5:43 pm וואס איז דער מעשה מיט וויזניצער רבי׳ס בייזוך ביי הרב דוב לנדא? דארף צו הייסן וועגן גיוס, ניין? עפעס תכלית ארויס פון דעם?
אדער סתם געווען כדאי צו טרעפן א וועג צוריק נאך די בחירות שטינקעריי אין אלעד?
עפעס הער איך אז רבי דוב האט נישט געוואלט זיך טרעפן מיט ר׳ יעקב מרדכי, איינער מיט מער פרטים?
נאך עטליכע זענען ארויף צו איהם.
ראש ישיבת סלונים ובן האדמו"ר האט איהם געזאגט אז זיין טאטע האלט אז מען דארף ארויסגיין אין אויפלעזען די רעגירונג אויף וואס ר"ד האט רעאגירט אז לעת עתה בשעת מלחמה קען דאס נאר ערגער מאכען און מען דארף זיין בוחר הרע במיעוטו.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 349
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
- האט שוין געלייקט: 246 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל
Re: גיוס בני הישיבות
דו לייגט עס גוט אראפ, דער פראבלעם איז אז די חרדישע פאליטיקאנטן זאגן עס נישט אפן, און אנשטאט דעם בלייבן זינגען דעם אויסגעדראשענעם ניגון אז תורה באשיצט דאס לאנד, וואס קיין שום חילוני הייבט נישט אן צו אקצעפטירןגאר נייגעריג האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 02, 2024 4:06 pmדי גאנצע גיוס בני ישיבות שטורעם איז א נארישע דעמאגאגישער פראוו פון די לינקע קאפלאניסטן אנארכיסטן וואס פראבירן שוין יארן לאנג צו אראפ ווארפן נתניהו פון זיין בענקל.כספי האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 01, 2024 8:07 pm די פראבלעם איז דא געווארן, ס'איז אויסגעפאלן אין די ערגסטע צייט וואס קען נאר זיין, אינמיטן א מלחמה וואס יעדן טאג הערט מען 'הותרו לפרסום' דער איז געפאלן און יענער איז געפאלן רח"ל, און דא קומען זיך אן די חרדים און פאדערן א גענצליכע באפרייאונג פאר זייערע קינדער, פארוואס אן פארווען?!
אפי' די מזרחים וואס געווענליך קומען זיי צו הילף פון די חרדים, זענען דא ארויסגעשטאנען קעגן די חרדים, און געטענה'ט היתכן זייערע קינדער הרג'ענען זיך אויפן פראנט, און די חרדים'ס קינדער פטר'ט מען דא אפ, צו דען לערנען זיי נישט קיין תורה? צו דען זענען זיי אפגעפארן פון גיין אין מיליטער, נו? וואס ענטפערט מען אין אזא פאל?
בקיצור מ'איז פיין אפגעבראטן פון אלע זייטן
די גרעסטע פארפירער אקעגן די חרדים זענען די אחים לנשק גרופע וואס קוים א קנאפע יאר צוריק האבן זיי פארפירט בראש כל חוצות אז זיי גייען זיך נישט שטעלן אין מיליטער צוליב זייערע פאליטישע אגענדעס, סאו וואס קומען זיי יעצט דרייען א קאפ מיט גיוס?
א גרעסערע פראצענט תל אביב'ניקעס שטעלן זיך נישט אין מיליטער ואין פוצה פה ומצפצף.
צה"ל דארף אפשר די חרדים אבער זיי זענען נאכנישט גרייט זיי צו אננעמען.
פאר גלי ביהרב מיארה די יועמשי"ת גייט דאס נישט אן, זי האט אנגעזאגט בג"ץ אז פון איר זייט זעט זי נישט פארוואס מ'דארף שענקען געלטער פאר די חרדים מסרבי גיוס, דאס אז צה"ל איז נישט גרייט זיי צו אננעמען מיינט נאכנישט אז מ'דארף זיי יעצט שענקען תקציבים.
הכלל, די לינקע בג"ץ ווילן אנצינדן די חרדים אז זיי זאלן צוווארפן די קאאליציע און שליסן א גוטע דיעל מיט די לינקע פארטייען וואס גייען אלעס געבן פאר די חרדים אפי' א גענצליכע פטור!
איי וואס וועט די מידע דעמאלטס טוהן?
שווייגן.
ווייל די ציהל פון אראפ ווארפן דעם פארהאסטן ביבי פארהייליגט אלע מיטלען.
דאס וואס כספי שרייבט אז די חרדים זענען נישט גרעכעט פארן לאזן די פרייע פאלן אויפן פראנט, דאס איז א שיינע טענה אבער לשיטת החרדים איז דאס נישט גערעכט, די חרדים טענה'ן בצדק אז אן די כח התורה קען די מדינה נישט עקזעסטירן און אזוי ווי א יעדע בר דעת פארשטייט אז מ'קען נישט צווינגען א פרייע יונג צו זיצן אין ישיבה על התורה ועל העבודה קען מען נישט צווינגען די ישיבה בחורים צו ארויס גיין אויפן פראנט.
און פאר יאיר לאפיד וואס שרייט אז די פרומע מאמעס ציטערן נישט פאר די "קלאפ אויפן טיהר" וועל איך זאגן אז "די מאמע'ס פון די צהלישע מחנה צייטונג שרייבער ציטערן אויך נישט"... [כידוע איז לאפיד קיינמאל געווען א געהעריגע חייל מן המנין נאר ער איז געווען א פשוטער צייטונג שרייבער]
און איך האב ניטאמאל אנגערירט די סוגיא פון נשים אין צה"ל.
די חרדים האבן זייער פולע רעכט צו פארלאנגען א ספעציעלע היימישע הייליגע אטמאספערע געאייגענט פאר זייערע געברויכן, און ל"ע עתה איז צה"ל נאכנישט גרייט צו אויפגעבן אויף זייערע לגב"ט פראגרעסיווע אגענדעס.
עניטינג עללס?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 38
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 20, 2023 1:58 pm
- האט שוין געלייקט: 103 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל
Re: גיוס בני הישיבות
סתם געווען כדאי צו טרעפן א וועג צוריק נאך די בחירות שטינקעריי אין אלעד.היום האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 02, 2024 5:43 pm וואס איז דער מעשה מיט וויזניצער רבי׳ס בייזוך ביי הרב דוב לנדא? דארף צו הייסן וועגן גיוס, ניין? עפעס תכלית ארויס פון דעם?
אדער סתם געווען כדאי צו טרעפן א וועג צוריק נאך די בחירות שטינקעריי אין אלעד?
עפעס הער איך אז רבי דוב האט נישט געוואלט זיך טרעפן מיט ר׳ יעקב מרדכי, איינער מיט מער פרטים?
- כספי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 437
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
- האט שוין געלייקט: 883 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל
Re: גיוס בני הישיבות
יעצט האבן אויך א גרויס חלק פון די מזרח'יסטן און זייערע פאליטישע פירער, מיטגעגאנגען מיט די שטורעם, און אזוי אויך א חלק פון די ליכוד פארטיי, ווי דער שר הבטון גאלנט און נאך. סא ס'איז נישט נאר 'די לינקע קאפלאניסטן אנארכיסטן'גאר נייגעריג האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 02, 2024 4:06 pm די גאנצע גיוס בני ישיבות שטורעם איז א נארישע דעמאגאגישער פראוו פון די לינקע קאפלאניסטן אנארכיסטן וואס פראבירן שוין יארן לאנג צו אראפ ווארפן נתניהו פון זיין בענקל.
חוץ פון דעם, וואס ס'איז עכט נישט אינטרעסאנט ווער ווי און וואס, נאר לגופן של דברים אנו דנים.
ס'איז דא א חילוק צווישן מסרבי גיוס בהתנדבות, ווען ער האט מורא אז זיין לאנד פארט צו דיקטאטארשאפטגאר נייגעריג האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 02, 2024 4:06 pm די גרעסטע פארפירער אקעגן די חרדים זענען די אחים לנשק גרופע וואס קוים א קנאפע יאר צוריק האבן זיי פארפירט בראש כל חוצות אז זיי גייען זיך נישט שטעלן אין מיליטער צוליב זייערע פאליטישע אגענדעס, סאו וואס קומען זיי יעצט דרייען א קאפ מיט גיוס?
און א ציבור, וואס איז זיך משתמט פון גיוס חובה, פאר שטענדיג
נישט אז כ'האלט אז זיי האבן געטון ריכטיג מיט די סרבנות
מסכיםגאר נייגעריג האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 02, 2024 4:06 pm א גרעסערע פראצענט תל אביב'ניקעס שטעלן זיך נישט אין מיליטער ואין פוצה פה ומצפצף.
אבער טא ווראנגס וכו'
אויב דאס איז אמת, וואס ס'מאכט טאקע אסאך סענס, וואס'י פשט אז די חרדי'שע מפלגות גייען נישט מיט די לינקע???גאר נייגעריג האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 02, 2024 4:06 pm הכלל, די לינקע בג"ץ ווילן אנצינדן די חרדים אז זיי זאלן צוווארפן די קאאליציע און שליסן א גוטע דיעל מיט די לינקע פארטייען וואס גייען אלעס געבן פאר די חרדים אפי' א גענצליכע פטור!
איי וואס וועט די מידע דעמאלטס טוהן?
שווייגן.
ווייל די ציהל פון אראפ ווארפן דעם פארהאסטן ביבי פארהייליגט אלע מיטלען.
פארוואס זענען זיי דארט אויב נישט צו ראטעווען די בחורים פון גיוס, און ברענגען געלט פאר די מוסדות?
נו, אויב ביי די לינקע קען מען באקומען א גענצליכע חוק פטור פון גיוס, נאך מיט צושטימונג פון בג"ץ און די מידיע, פארוואס אין די וועלט גייען זיי נישט היינט אריבער צו די לינקע?
ביי דוד המלך און ביי מלכי ישראל האט קיינער נישט געזאגט אז אן די כח התורה וועט די לאנד נישט האבן קיין קיום, און ס'איז געווען א געהעריגע מיליטער.גאר נייגעריג האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 02, 2024 4:06 pm דאס וואס כספי שרייבט אז די חרדים זענען נישט גרעכעט פארן לאזן די פרייע פאלן אויפן פראנט, דאס איז א שיינע טענה אבער לשיטת החרדים איז דאס נישט גערעכט, די חרדים טענה'ן בצדק אז אן די כח התורה קען די מדינה נישט עקזעסטירן און אזוי ווי א יעדע בר דעת פארשטייט אז מ'קען נישט צווינגען א פרייע יונג צו זיצן אין ישיבה על התורה ועל העבודה קען מען נישט צווינגען די ישיבה בחורים צו ארויס גיין אויפן פראנט.
דאס איז אויב דו רעדסט פון די חלק פון לימוד התורה, אבער אויב רעדסטו פון די חלק אז ס'איז נישטא קיין פלאץ פאר א פרומער בחור אין מיליטער ווייל ס'וועט עם קאליע מאכן, קען מען דאך דאס פיקסן.
איך פארשטיי בכלל נישט די טענה, די מיליטער איז איינגעטיילט אין אסאך אפטיילונגען, אזוי ווי יעדער פארשטייט אז אין מיליטער איז דא א קעכער וכו', איז דא צייטונג'ס שרייבער, דאס מיינט דען אז ער איז נישט געווען 'געהעריג' אין מיליטער?! אוואדע איז ער געווען געהעריג אין מיליטער.גאר נייגעריג האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 02, 2024 4:06 pm און פאר יאיר לאפיד וואס שרייט אז די פרומע מאמעס ציטערן נישט פאר די "קלאפ אויפן טיהר" וועל איך זאגן אז "די מאמע'ס פון די צהלישע מחנה צייטונג שרייבער ציטערן אויך נישט"... [כידוע איז לאפיד קיינמאל געווען א געהעריגע חייל מן המנין נאר ער איז געווען א פשוטער צייטונג שרייבער]
קיינער זאגט נישט אז ער דארף באקומען א אויסצייכענונג פאר דעם, ווי א סאלדאט וואס גייט אין פראנט וכדו', אבער אין מיליטער איז ער געווען
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
- כספי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 437
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
- האט שוין געלייקט: 883 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל
Re: גיוס בני הישיבות
דאס קען איך אינגאנצן נישט פארשטיין, די פראבלעם דא איז דאך נישט די רעגירונג, נאר בג"ץ, סא וואס האט מען פון ארויסגיין פון די רעגירונג?
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 321
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 27 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל
Re: גיוס בני הישיבות
גרויס שפאנונג הערשט, נאך וואס מרן רבי דוב לנדא האט צוזאמען גערופן צו אן אסיפה אלע ראשי ישיבות צו זיך אין שטוב מארגן פרייטאג אינדערפרי, ווי דארט וועט ער איבערגעבן החלטות נחוצות, את המעשה אשר יעשון, ודרכי פעולה ווי אזוי אלע ישיבות וכוללים זאלן גיין צוזאמען, מיט איין פארנט, זיך אימציגיין מיט די מצב בפני משרדי הממשלה, לאור די פסק פון בג״ץ בנוגע הגיוס בני ישיבות.
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 321
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 27 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל
Re: גיוס בני הישיבות
]בריוו פון ספרדישע ראשי ישיבות
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 321
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 27 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל
Re: גיוס בני הישיבות
דראמאטישער בריוו פון די ספרדישע רוחניות׳דיגע מנהיגים און ראשי ישיבות.
״דער מדינה האט מחליט געווען צו אויסמישן די חרדים מיט די פרייע קולטור״
וועגן דעם.
1) אפילו א בחור וואס לערנט נישט תורה מעג זיך נישט מגייס זיין, אפילו נישט צו א מסלול חרדי.
2) מען טאר נישט מסכים זיי צו קיין שום פשרה בעניין הגיוס, יעדער פשרה וועט ברענגען א חרבון.
3) בעסער גיין אין תפיסה ווי אין מיליטער.
חתומות…
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
- כספי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 437
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
- האט שוין געלייקט: 883 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל
Re: גיוס בני הישיבות
דאס איז גאר א דראמאטישע בריוו נאך וואס די אנגענומענע מיינונג די לעצטע פאר יאר אין די חרדי'שע גאס איז געווען אז איינער וואס לערנט נישט דארף יא גיין אין צה"ל, לעצטנס האט עס קלאר געזאגט משה ארבל פון די ספרדי'שע חברי כנסת, און אזוי אויך מרגי.
אויב מעג איך זיין אביסל קאנספיראטאריש וואלט איך געזאגט, אז ס'איז א מאוו לגבי פשרות, ווייל אויב איז שוין פשוט אז איינער וואס לערנט נישט דארף גיין אין צבא, און די רעדע איז נאר איבער בחורים וואס לערנען, מוז מען מאכן א פשרה איבער די בחורים וואס לערנען, אבער אויב גייט מען צוריק צו סקווער וואן אז אפי' איינער וואס לערנט נישט טאר נישט גיין אין מיליטער, קען מען מאכן א פשרה, אז כאטש איינער וואס לערנט נישט זאל גיין אין צבא, און אזוי זאלן זיי אפלאזן די בחורים וואס לערנען, נזכה ונחיה ונראה
אויב מעג איך זיין אביסל קאנספיראטאריש וואלט איך געזאגט, אז ס'איז א מאוו לגבי פשרות, ווייל אויב איז שוין פשוט אז איינער וואס לערנט נישט דארף גיין אין צבא, און די רעדע איז נאר איבער בחורים וואס לערנען, מוז מען מאכן א פשרה איבער די בחורים וואס לערנען, אבער אויב גייט מען צוריק צו סקווער וואן אז אפי' איינער וואס לערנט נישט טאר נישט גיין אין מיליטער, קען מען מאכן א פשרה, אז כאטש איינער וואס לערנט נישט זאל גיין אין צבא, און אזוי זאלן זיי אפלאזן די בחורים וואס לערנען, נזכה ונחיה ונראה
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
- כספי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 437
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
- האט שוין געלייקט: 883 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל
Re: גיוס בני הישיבות
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 344
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:00 pm
- האט שוין געלייקט: 47 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל
Re: גיוס בני הישיבות
ווידאו מרתק זה, נצפה בשיח נוקב ופתוח בין הרב צבי פרידמן שליט'א מנהיג מחנה בתוך הפלג הירושלמי, וחבר במועצת גדולי עולם התורה של מפלגת בני תורה , ממשיך את דרכם הרוחנית של גדולי הרבנים: הרב שך, הרב אלישיב והרב שמואל אויערבאך, לבין פעילי 'אחים לנשק'.
הפגישה מתקיימת על רקע העתירות שהוגשו לבג"ץ בדרישה לגייס את בני הישיבות, הפגנות הרחוב בדרישה לגיוס בני הישיבות, ועל רקע המצב הביטחוני המורכב שנוצר לאחר המלחמה שפרצה בחג שמחת תורה.
הפגישה מתמקדת בהתנגדות החרדית לגיוס לצה"ל, דיני יהרג ואל יעבור במציאות המודרנית, והשפעת המציאות החדשה על יחסי חרדים וחילונים. צפו לשמוע תשובות ועמדות ברורות