א שאלה צו הרב בערגער שליט"א

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19806
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24974 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15095 מאל
קאנטאקט:

א שאלה צו הרב בערגער שליט"א

שליחה דורך berlbalaguleh »

ווי באוואוסט איז הרב חיים שלמה בערגער שליט"א איינער פון די שרייבערס און קאמענטירערס פון די וואכנשריפט "מאמענט". ער שרייבט דארט א וועכנטליכן קאלום אונטער'ן נאמען "לעניית דעתי".

זיין סטייל פון שרייבן איז אז ער זוכט (אייביג) ארויס חטאים פון אידישע קינדער און ער באשרייבט עס מיט אלע פיטשיווקעס און ער שרייבט אויך דעם וועג וויאזוי עס מתקן צו זיין.

מיט בערך א יאר צוריק האט ער געשריבן וועגן דעם געוואלדיגן חטא וואס געוויסע אידן (פון די יונגערע דור) זענען זיך נוהג צו מאכן א וואכנאכט אין זייער הויף. פארשטייצעך ווען דער וועטער ערלויבט עס. האט ער אנגעהויבן זיין סיפור הדברים מיט א מעשה פון א יונגערמאן וואס האט געמאכט די וואכנאכט אין זיין הויף. און זיין טאטע (דעם יונגערמאנ'ס) האט נישט געוואלט קומען צו די וואכנאכט. דער יונגערמאן האט זיך געווינדערט פארוואס זיין טאטע איז נישט געקומען. וואס איז דען די עבירה? איז הרב בערגער מסביר (באריכות) אז ס'איז נישט עכט אן עבירה. נאר ס'איז פראסט. און ס'גייט אוועק פון די הייליגע אידישע מסורה.

פון דעם ארטיקל האט ער געהאט פרנסה פאר א פאר וואכן . אויך האט ער געשריבן אז מענטשן האבן איהם אפגעשטעלט אויפ'ן וועג צום ביהמ"ד. אדער אין סופערמארקעט. אדער געשריבן בריוון און געטענה'ט. און וואס ער האט זיי געענטפערט.

נאכדעים איז געקומען זיין מערכה איבער די נייע סטייל פון הויכע שטריימלעך מיט א בויך און שפיצן. וואס מיט דעים האלט איך אז ער איז גערעכט.

פון די מערכה האט ער (ב"ה) געהאט פרנסה פאר א פאר וואכן און חדשים. אויך מיט בריוון און טעלעפאן קאללס וואס מענטשן האבן איהם גערופן און אפגעשטעלט אויף די גאס און געטענה'ט.

פלוצלינג האט דער אייבישטער געהאלפן און ער האט געטראפן ציונים. ווייל מ'הערט עפעס לעצטנס נישט זייער א סאך וועגן זיי. אויסער דער ביד"צ העדה החרדית ווען זיי מאכן א יעדן שני וחמישי א הפגנה אקעגן די גזירות נוראות נגד הדת פון די ציונים שר"י. וואו מיינט עטץ זענען זיי געווען? זיי האבן זיך באהאלטן ביי די גרעניץ פון אוקראינע און ווען די אידישע פליטים זענען אדורך די גרעניץ האבן זיי צוגערעדט אז זיי זאללן פארן קיין מדינת ישראל.

שוין. בקיצור נמרץ. נאכדעים האט הרב בערגער אנגעהויבן מיט די מערכה אקעגן די דעוועלאפערס וועלכע צאפן אויס דעם דם התמצית פון די אידישע איינוואוינערס און זיי בא'עוולה'ן זיי נאך. אשר על כן געט ער אן עצה אז דער היימישער עולם זאל אויפוואקסן און אנהייבן ארויסגיין אין אנדערע , נייע געגנטער. וואו ס'איז נאך ביליגער. אויך א גערעכטע מערכה.

ויהי אחרי המערכה האחרונה. וואס האט אויך אנגעהאלטן א שיינע פאר וואכן. ווען דאס האט זיך געענדיגט. נו, מ'דארף דאך פרנסה. זענען אייביג דא די ציונים (וגירוריהם) אין וועים מ'קען אריינשמייסן.

די פארגאנגענע וואך האט ער זיך צולאזט אויף די ציונים און אויך אויף די האלבע ציונים , ליובאוויטש. נאכדעים וואס ער שרייבט באריכות איבער די יארצייט און שיטה הקדושה פונ'ם מהרש"ב מליובאוויטש נ"ע. וויאזוי ער האט געקעמפט אקעגן די ציונים פון זיין צייט.

מיין שאלה צו הרב בערגער שליט"א איז: ביטע זאגט מיר ווען און וויאזוי די היינטיגע "ציונים" אויב ס'איז נאך בכלל דא אזא מין זאך. וויאזוי זיי שטערן אייך אין אייער סדר היום פון צו זיין אן ערליכער איד. זיי לאזן אייך נישט גיין אין מקוה פארטאגס. און לערנען א שיעור פאר'ן דאווענען . אדער דאווענען בציבור מיט מניין. אפשר שטערן זיי אייך אדער אנדערע אידן פון עסן כשר'ע מאכלים אדער האלטן שבת. אדרבה. זאגט מיר ווען און וואו. וועל איך (בלי"נ) ארגאניזירן די גרעסטע מחאה וואס איז נאר מעגליך אקעגן די ציונים. אויך וועט איהר מיר דארפן צו זאגן אוואו זיי געפינען זיך. און בחדא מחתא אריינפליקן בזיונות אויף ליובאוויטש. אזוי ווען איהר וועט (אי"ה) קומען צו א מסיבה אין די קהילה קדושה סאטמאר וועט מען אייך גלייך זעצן אויבן אן ווייל איהר האקט אויף ליובאוויטש.

פארוואס ווענד איך מיך צו הרב בערגער שליט"א דורך די שפאלטנס פון קאווע שטיבל? ווייל איך בין גאנץ זיכער אז ער ליינט קאווע שטיבל. און אפשר האט ער גאר א ניק אויך און שרייבט דא. איך האב כמה ראיות אויף דעים.

איך ווארט אויף א תשובה פון הרב בערגער...ZZZZZ!

נ.ב.: אפשר וואלט דער ארטיקל באלאנגט אין שמייכל. נאר איך האלט אז די טעמע איז צו ערנסט פאר דעם. זיין דעמאגאגישקייט איז שוין ממש למעלה ראש. וואס האט דיר ליובאוויטש געטון. אויסער אז ווען דו וועסט (ח"ו) אנקומען ערגעץ. אין א פארווארפענעם מקום און דו וועסט דארפן פארבלייבן איבער שבת ווייסטו דאך אליין אויך אז די איינציגע פלאץ וואו דו וועסט טרעפן אן אפענע טיר איז ביי א ליובאוויטשער חסיד. מילא ווען דו האקסט אויף די ציונים איז עס נישט מער ווי א דזשאוק. וואס ווילסטו פון אן עדה קדושה ווי ליובאוויטש?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר