מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מייסטערווערק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 08, 2024 10:36 am
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 187 מאל

מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד

שליחה דורך מייסטערווערק »

טייערע חברי קאווע שטיבל, מיר האבן נייעס פאר אייך! די רעדע איז איבער א פרישער פראיעקט מיט'ן נאמען "מייסטערווערק", א קוואל פון געקליבענע קוואליטעט ליטעראטור אין אידיש וואס מיר עפענען צום ברייטן ציבור לכבוד דעם יו"ט פסח הבעל"ט.

מייסטערווערק, כשמו כן הוא, איז א וועבזייטל וואס פובליצירט הערליכע אייגנארטיגע ארטיקלען פון די בעסטע שרייבער וואס די אידישע שפראך פארמאגט.

מיר הייבן אן מיט עטליכע רייכע און איכות'דיגע ארטיקלען, וואס וועלן אייך געבן פון דעם געשמאקן טעם וואס מייסטערווערק וועט בע"ה ווייטער סערווירן. דער פסח'דיגער נומער פארמאגט רייכע פאעזיע, טיפע און באלערנדע מאמרים, און ארטיקלען וועלכע באהאנדלן ענינים העומדים על הפרק.

דער הויפט ארטיקל איז א רייכער און ברייטגרייכנדער אינטערוויו וועלכער דער באגאבטער שרייבער מאיר לאבין האט אפגעהאלטן מיט רבי מנחם בומבאך, דער גרינדער פון דער ערשטער היימישער ישיבה מיט א רייכער און פולער קוריקולעם.

הרב משה שלום באב"ד שרייבט א באלערנדער איבערזיכט אויף דעם סאטמאר-אנטווערפענער דיין'ס באהאנדלונג פון עוואלוציע, דער טאלאנטפולער מאצל נח טויב דעליווערט א פעליאטאן וואס וועט אייך ברענגען צום וויינען און צום לאכן בבת אחת, און יידל געבט אן איבערזיכט אויף דער הייסער טעמע פון סייקעדעליקס ביים היימישער ציבור. פאר די חובבי וויסנשאפט בתוככנו, פירט אונז איזי פאזען אריין אין אן עקסטאזע איבער א חידוש פון ניוטאן אין א היימישער געשמאקער אידיש, און הרב י.ג. טוט דאס זעלבע אויף זיין אייגענארטיגער שטייגער מיט ניקאלאס קאפערניקוס. לקינוח לאזט אונז תוהו ובוהו איבער מיט א בין השמשות'דיגער פיוט, און יונה מצאה געבט אונז א טעימה קלה פון דער קומענדיגער קאפיטל פון דער גרינער יצר-טוב סעריע.

און דאס איז בלויז דער אנהייב! מיר האבן שוין גרייט פרישע ווארע וועלכע מיר וועלן ארויפשטעלן נאך איידער איר וועט פארדייען די יעצטיגע פארציע, און מיר האפן ממשיך צו זיין אייך צו דערנערן מיט קוואליטעט ליטעראטור.

באזוכט מייסטערווערק
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מייסטערווערק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 40 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר