גאנגנאם סטייל

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
רעאגיר
הציץ ונפגע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 93 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 422 מאל

גאנגנאם סטייל

שליחה דורך הציץ ונפגע »

דער זיד-קארעאישער ארטיסט און זינגער פסי האט אין יולי היי-יאר פובליצירט א סינגל מיטן נאמען גאנגנאם-סטייל. דער ליד איז ארויסגערופן געווארן צוליב צוויי אורזאכן: עס האט גאר שטארקע ביעטס, און פסי האט דערויף פארפאסט א ספעציעלן טאנץ וועלכע מאכט נאך דאס גאלאפ פון פערדן. די ניגון איז געגאנגען וויירעל אויף יו-טוב און האלט שוין היינט ביי איבער 722 מיליאן וויוס, די צווייט מערסט-געקוקטע ווידעא אין יו-טוב'ס היסטאריע. די ווידעא האט געבראכן א רעקארד און איז פארצייכענט אין די גינעס וועלט-בוך פון רעקארדס מיטן זיין די מערסט-געלייקטע ווידעא אויף יו-טוב, איבער 5,100,000 לייקס! הונדערטע פעראדיעס זענען געמאכט געווארן פון דעם ליד, אזש די קאמוניסטישע צפון-קארעאישע רעגירונג האט ארויסגעגעבן א פעראדיע פון גאנגנאם סטייל ווי זיי שפעטן אפ פון די זיד-קארעאישע רעגירונג. די טאנץ-באוועגונגען פון גאנגנאם סטייל זענען שוין געווארן פערפארמד דורך גרויסע וועלטס פירער און ביזנעס-לייט אריינגערעכנט גוגל'ס עקזעקיוטיווע טשעירמאן עריק שמידט, דער בריטישער פריים-מיניסטער דעיוויד קאמעראן און יונייטעד-נעישאנס' טשעירמאן באן קי-מון. לויט די יונייטעד-נעישאנס איז די ליד גאר א "כוח פאר וועלט פרידן" און א אינטערנאציאנאלער סענזאציע. אין כינע האט די שטאט-קאנטראלירטע מידיא באטיטלט דעם ליד אלס "אינספארירט פון ג-ט".
די ליד איז א ביישפיל וויאזוי די אינטערנעט האט געמאכט דעם גאנצן וועלט פאר א גלאבאלען דערפל, אנשטאט עס זאל בלייבן א לאקאלער סענזאציע אין קארעא איז די ליד פארוואנדלט געווארן אין אן אינטערנאציאנאלער קולטוראלער סימבאל! אט איז די ליד (די אריגינעלע פארמאגט אומאיידעלע מראות, דערפאר האב איך געשטעלט א צווייטע ווי מ'ליינט נאר די ליריקס):
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=dLojcgC7jmc[/youtube]

אין ישראל האט דער חזן און קאמפאזיטאר בועז דוידוף פארעפנטליכט א פעראדיע אונטערן קעפל "אומן נ-נח סטייל".
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=43A8NBw-eG8[/youtube]

דער אשכול פארמאגט 33 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר