נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 7:53 pm
בד"ה הרה"ח ר' שמואל ע"ה בן הגה"צ ר' ברוך מילער שליט"א ראה"כ קיט"ל קר"י, ר' שמואל האט נעבעך אסאך מיטגעמאכט אלע זיינע יארן, זאל ער זיין א מליץ יושר
דער שכן האט געשריבן:בר דעת האט געשריבן:א מענטש איז געשטארבן. א מענטש מיט געפילן און חלומות, האפנונגען און רצונות, א מענטש האט איבערגעלאזט א ווייב און קינדער. איז דאס א אישו פאר ארונים זלונים? איז אזא זאך נאך עפעס וואס קען אפגעוואויגן ווערן אויפן וואגשאל פון נצחון-דורכפאל פאר ארונים-זלונים? דריידל איז כשר גערעכט
נאר ווען א מענטש שטארבט טאר מען נישט בארעדן ווייל די משפחה איז בצער און נאך אללע אנדערע סיבות?? און וואס איז ווען מענטשן לעבן יא איז אקעי זיי וואשן און ליפטערן דא אדער אין וועלעכע אימער בלאג און שווארץ קאפעל וועבסייט?? פארשעמען און בארעדן מענטשן אזוי ברבים איז פייער פון א tortch!
כוכב האט געשריבן:אין קרית יואל
ראשעקאל האט געשריבן:בד"ה
ווי האט ער געהאט די מחלה?
כוכב האט געשריבן:אין קרית יואל
מ גפני האט געשריבן:בד"ה הרה"ח ר' יעקב יודא קאהן ע"ה
איבערלאזנדיג זיין צובראכענע אינגע אלמנה מיט א שטוב מיט קינדער קע"ה 6 נאך אין שטוב וואס 2 זענען חתנים און זיין קליינעם נארוואס אפגעשוירנעם אינגעלע, זאל ער זיין פאר זיי א מליץ יושר
פרישער האט געשריבן:מיט גרויס צער און עגמת נפש נעמען מיר אויף די ביטערע בשורה, אונזער טייערע חבר מעכי פריעד איז נישט דא מער מיט אינז בין החיים, עס טיט וויי ביים הארצען, מעכי זיסער וויזוי וועלן מיר דאס אויסהאלטען, דו ביסט דאך געווען אזא שטיק חיות צווישען די חבורה, מיר האבען אין דיר געפינען אלעס וואס מיר האבען געזוכט, מיר האבען פון דיר געשעפט חיזוק, מיר האבען פון דיר געזויגען חיות, ווי נאר אונזערע אויגען האבען זיך באגעגנט זענען מיר עלעקטערזירט געווארן פון דיין אזוי באליבטע שמייכעל, מיר האבען דיר אזוי געשעצט אלע יארען, ווייל מיר האבען אין דיר געפינען אזא חן און ליבשאפט, וואס מיר וועלן זיך אזוי בענקען, הוי אבד חסיד מן הארץ, מי יתן ראשי מים ועיני מקור דמעה, ווי קענען מיר פארגעסען די זיסע לעכטיגע טעג ווען מיר האבען אזוי שיין פארברענגט, קיין מאל איז נישט געווען ביי דיר אז מיר זענען געווען איינזאם אין דיין אנוועזענהייט, אלע מאל איז געווען פון וואס צו שמועסן, מיר זענען אפילו אין די שווערע טעג ווען מיר האבען פארברענגט אין שפיטאל צונעזאם, האבען מיר געזען שרעקליכע נומערן אויפן מאשין, אבער מיטן פאציענט האט דאס נישט געשטימט, אזוי גוטמוטיג, אזוי אויפגעלייגט, אזא שטארקייט וואס דו ביזט געווען באשאנקען איז נישט געווען צו גלייבען ווען נישט מיר זעהען דאס מיט די אייגענע אויגען.
איכה ישבה בדד, ווי קענען מיר פארגעסען ווען נישט לאנג צוריק האסטו נעבעך באערדיגט דיין אשת נעורים, א שטיין האט געקענט צוגיין ווען מיר האבען מיטגעהאלטען, ווי דו קיקסט צו ווי זי הויעכט אויס די נשמה, מיר די בני חבורה האבען מטכס עצה געווען ווי אזוי מיר זאלען זיכער מאכען דיין אויסערליכע שוואך הארץ זאל דאס איבערטראגן, ווי ערשטוינט זענען מיר געווארן ווען דו האסט איינגעטוישט דיין לב בשר צו א הארץ פון א לייב, זיך געשטארקט איבער אלעמען און געבליבען שמייכלען און פריילעך אזוי ווי בעפאר, יעדען איינעם האסטו אריין געבלאזן א ליבשאפט צו לעבען, א ליבשאפט צו טוען א טובה פאר א יוד.
ווי קענען מיר פארגעסען די איבערגעגעבנקייט, מיט וויפיל איבערמענטשליכע כוחות דו ביזט געווען באשאנקען צו מאכען זיכער די הייליגע ארגענעזאציא מיט וואס דו ביזט געווען באאויפטראגט זאל זיין מסודר, מיר האבען זיך געשפיגעלט אין דיין פונקטלעכקייט מיט די געוואלדיגע כשרונות פון ארגאנעזירטקייט מיט א מייסטערהאפטע פונקטלעכקייט, אפילו אין די שווערסטע צייטען האסטו נישט פארפעלט די קלענסטע דעטאל, מיר געדענקען ווען פון דיין בעטל, ממש על ערש דוי, ביזטו געזעצען מיטן לעפטאפ און פארארבייט מעשים צו מאכען זיכער אלעס איז אין ארדענונג, ווי האט זיך אריין געקוועטשט אזא ריזיגען הייליג הארץ אין אזא גאלדענע געהויבענע נשמה, מיר קענען נישט צוזיך קומען פון אונזער גרויסע פארלוסט, ווי אזוי קענען מיר ארויס רייסן די בריח התיכון וואס איז מבריח מן הקצה אל הקצה בתוך כל אחד ואחד, דו האסט אזוי שיין צוזאמענגעהאלטן די גאנצע חברייא קדישא,
העיר רבתי עם יושב כאלמנה, א טאג איז נישט פארביי אין א משך פון פינף יאר זייט מעכי ע"ה האט מייסד געווען און זיך אינטערגענומען צו מאכען זיכער אז צוויי אינגעלייט זאלען זיין על המשמר על כל צרה שלא תבוא, יעדען טאג האסטו געזוכט און גענישטערט ביז יגיע כפיך כי תאכל, בארואיגט האסטו זיך נאר נאך וואס די טעקסט מעסעדש איז ארויס אז צוויי מעמבערס וועלן קאווערען. וויפיל לעבען'ס זענען לכבוד דיר געראטעוועט געווארן, וויפיל צער און עגמת נפש איינגעשפארט פאר צענדליגע אדער גאר הונדערטע משפחות,
מעכי, אשריך בעולם הזה קענען מיר מער נישט זאגען ווייל דו ביזט מער נישט מיט אונז, אבער וטוב לך לעולם הבא איז ביי אונז גארנישט קיין ספק, די אלע מצוות און מעשים טובים וועלען דיר אקעגן קומען, די אלע דערפרייטע הערצער, די אלע מענטשען וועם דו האסט כסדר מקרב געווען און מחזק געווען, דעי אלע מעשים איז אפגעשריבען אויבען אין שמים, און וועלן דיך באגלייטען ארויף אין די היכלות הקדושות בין הגדולים וצדיקים, און די זכותים וועלען דיר ביישטיין עד קץ הימין,
אז איך רעד שוין פין די הערליכע מעשים פין מעכי ע"ה, ווי קען שטיין גלייכגילטיג און איבערהיפען זיין משפחה החשובה, איך קען נישט און איך פלאן נישט, איך וועל דא דערמאנען זיינע חשובע עלטערן, עס איז נישט צו באגרייפען וואס זיי זענען אדורך אין די כ"ח יארן, זיי מיט אלע ברידער און שוועסטער האבען נישט מסיח דעת געווען קיין רגע נישט, אלע מאל נאר זיך געזארגט ווי אזוי קען מען מאכען עטוואס גרינגער די מצב, אלץ געטראכט וואס נאך קען מען פאר מעכי'ן מאכען גרינגער, זאל דער אייבישטער זיי העלפען, אז די זכותים זאל זיי ביישטיין, זיי זאלען קענען געפינען א טרייסט אין די שווערע מצבים, מיר זאלען קענען זיך שטארקן און זיך צוזאמנעמען און טוען לטובת נשמתו הטהורה, המקום ינחם אותם בתוך שאר אבילי ציון וירושלים, מיר אלע זאלען מער נישט וויסען פון קיין צער, און מיר וועלן אי"ה טוען לטובת נשמתו מיט עפעס א זאכליכע זאך.
און איך וויל טאקע מגלה זיין אז עס ווירבעלט א פלאן און מען וועט עס מגלה זיין אפיציעל לכאורה ביי די לווייה אדער ביי די נעקסטע עפענטליכע געלעגנהייט, אז מיר חברים נעמען זיך אונטער צו שרייבען א ספר תורה לעילוי נשמתו, און דאס וועט טאקע בלייבען א דבר נצחי לטובת נשמתו, און זיין טאקע ונתתי בביתי ובחומתי יד ושם טוב מבנים ובנות, היות ער האט נישט איבערגעלאזט קיין זרע של קיימא, און די ספר תורה לעילוי נשמתו וועט בלייבען אין אונזער שיהל אויף פען סטריט גאראדש, ווי מעכי ע"ה האט געדאווענט מנחה טעגליך. און די זכות זאלען מיר אלע זוכה זיין בביאת משיח צדקינו במהרה בימינו אמן.
קרעדיט: הצלה צעפ גרופע
ישמעאל הכהן האט געשריבן:ר' אהרן הערש סאמעט, לאנגיעריגע מלמד אין סאטמאר
ישמעאל הכהן האט געשריבן:ווי איך הער לייגט מען אים אין די אלטע ביה''ח.
ישמעאל הכהן האט געשריבן:יא יא, אבער נישט יעדער ווייסט אלעס. דארף מען ארויסשרייבן
שעפטל האט געשריבן:וועט קומען למנוחתו אינעם ביה"ח דקהל יטב לב ד'סאטמאר אין קרית יואל