בלאט 6 פון 6
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2019 10:42 pm
דורך berlbalaguleh
דער גאלדענער אדלער: איך וויל דיך בארואיגן. גדליה לעבט ב"ה. ער איז חי וקיים אויף ביידע באקן. ער איז נאר מגולגל געווארן אין עפעס א נייעם ניק. אונז פשוט'ע מענטשן פארשטייען נישט דעם סוד פון גילגולים. ס'איז לעצטנס געבוירן געווארן א סאך נייע ניקס, בליעה"ר אויף קאווע שטיבל. און איינס פון די נייע בעיביס איז ר' גדליה...!
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2019 4:49 pm
דורך גדליה
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:@גדליה זיסע וואו ביזטו פארשווינדן געווארן? מיין הארץ בענקט נאך דיר, הלוואי ווען איך קען דיר געבן נאך טויזענט לייקס.
אויב געדענקסטו גוט האמיר געמאכט א אפמאך אז איך בין משלים דיינע לייקס צו א טויזענט, און דו וועסט ווייטער ממשיך זיין מיט דיין עבודת הכתיבה, איך האב געטוהן מיינס און דו האסט נישט מקיים געווען דיינס, וואו איז די יושר?!
כ'וועל גיין צו אלע דיינע אשכולות וואס דו האסט געעפענט און זוכן נאך דיר און אויסשרייען דיין נאמען אפשר וועסטו דיך אנרופן. אזוי ווי די אשכול האסטו געבוירן ווענד איך מיך דא צו דיר.
@גדליה!!!
@גדליה!!!
@גדליה!!!
יא טייערע אדלער. איך האב געהערט דיין געשריי.
ליידער צוליעב פארשידענע מניעות האב איך אויפגעהערט שרייבען. אזוי אויך זייט ר' פרחיה האט זיך געזעגענט איז נסתתמו מעינות החכמה און כ'האב מער נישט פון ווי צו נעמען השראה פאר חידושים.
אבער אפשר אין זכות פון דיין געשריי וועט עפעס נתעורר ווערען במשך שבת.
זאל ער זיין א מליץ יושר פאר אונז אלעמען.
Re:
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 5:14 pm
דורך כספי
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 19, 2018 8:18 pm
סמבטיון האט געשריבן:ציוניסטישע מענטשן פרעסערס.. אה מיי גאד
סיריעסלי? דו ווארטס פאר א ענטפער? זייט די מדינה שטייט איז נאך נישט געווען אזויפיהל תורה אויף איין מקום ווי אין ארץ ישראל, טוה דיין היים ארבעט פאר די קאפיסט שטיקלעך וויקיפידיע, און שטעק ארויס דיין קאפ פון די ראדני טוילעט
עס איז ראטזאם זאלסט ליינען דעם בריוו פון אברהם משי זהב ווי ער שרייבט פאר זיין פעטער עמרם בלוי אז ער האט געהאט א גרויסן טעות, און יודישקייט שיינט אין ישראל ווי קיינמאל ביפאר זינט דעם חורבן הבית. קענסט עס ליינן אויף ישיבה ווארלד
סמבטיון: אויך יהודה משי זהב, וועלכער איז אין אנהייב געווען פן די גרעסטע קנאים און טעראריסטן.מבני החבורה של הצדיק ר' עמרם בלוי זצוק"לאלהאהא...! עד כדי כך אז די איזראעלי מידיא האט איהם געגעבן א צונאמען..."קמב"ץ" פון מאה שערים. (קצין המבצעים) וואו ס'איז געווען אנצושטעללן א טעראריסטיש שטיקל אין מאה שערים האט ער עס אנגעפיהרט. ביז ער איז געקומען צום שכל. און ער האט געזאגט דעם פסוק אין תהילים..."אך שקר נחלו אבותינו"...און ער איז געווארן א נארמאלער מענטש. און ר'האט איינגעזעהן דאס חשיבות פון וואוינען אין א לאנד וואו די אידישע קינדער זענען שולט. און נישט די טמא'נע בני השיפחה. היינט איז ער דער מייסד און אנפיהרער פון די הייליגע ארגאניזאציע זק"א...! און די סאטמאר'ע עסטאבלישמענט שעלטן איהם טאקע צוזאמען...!
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 5:18 pm
דורך עמרם
@כספי, אפשר ביסטו מסביר, פאר ווער ס'פארשטייט נישט, וואס די ווילסט מיט די תגובה פון כמעט 6 יאר צירוק ?
יישר כח ותודה רבה למפרע !
Re: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24 שעה
נשלח: פרייטאג פעברואר 09, 2024 10:12 am
דורך כספי
אויף דעם איז געזאגט געווארן יעדע ווארט איז איבעריג...
און ווי בערל'ס רבי זאגט ווער ס'פארשטייט פארשטייט
Re: Re:
נשלח: זונטאג פעברואר 11, 2024 4:14 am
דורך פון אונזערע
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 19, 2018 8:18 pm
סמבטיון האט געשריבן:ציוניסטישע מענטשן פרעסערס.. אה מיי גאד
סיריעסלי? דו ווארטס פאר א ענטפער? זייט די מדינה שטייט איז נאך נישט געווען אזויפיהל תורה אויף איין מקום ווי אין ארץ ישראל, טוה דיין היים ארבעט פאר די קאפיסט שטיקלעך וויקיפידיע, און שטעק ארויס דיין קאפ פון די ראדני טוילעט
עס איז ראטזאם זאלסט ליינען דעם בריוו פון אברהם משי זהב ווי ער שרייבט פאר זיין פעטער עמרם בלוי אז ער האט געהאט א גרויסן טעות, און יודישקייט שיינט אין ישראל ווי קיינמאל ביפאר זינט דעם חורבן הבית. קענסט עס ליינן אויף ישיבה ווארלד
סמבטיון: אויך יהודה משי זהב, וועלכער איז אין אנהייב געווען פן די גרעסטע קנאים און טעראריסטן, מבני החבורה של הצדיק ר' עמרם בלוי זצוק"לאלהאהא...! עד כדי כך אז די איזראעלי מידיא האט איהם געגעבן א צונאמען "קמב"ץ" פון מאה שערים (קצין המבצעים), וואו ס'איז געווען אנצושטעלן א טעראריסטיש שטיקל אין מאה שערים האט ער עס אנגעפירט. ביז ער איז געקומען צום שכל, און ער האט געזאגט דעם פסוק אין תהילים "אך שקר נחלו אבותינו"... און ער איז געווארן א נארמאלער מענטש.
געפעלט מיר די ליין ביז ער איז געקומען צום שכל.... און געזאגט דעם פסוק...
לכאורה ווען ער איז טאקע געקומען צום שכל האט ער געזאגט א אנדערע פסוק....

Re: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24 שעה
נשלח: זונטאג פעברואר 11, 2024 9:50 am
דורך אברהם שנית מן השמים
אויב דו מיינסט וועגן די "מעשים טובים" זיינע, דעס איז געקומען פון די פרומע יאהרן רב מעשיות זענען געווען פון זיין יוגנט ווען ער האט עוסק געווען למען ד'.
Re: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24 שעה
נשלח: דינסטאג פעברואר 13, 2024 11:00 pm
דורך כספי
פון ווי נעמסטו די הנחה?
Re: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24 שעה
נשלח: מיטוואך פעברואר 14, 2024 1:21 am
דורך שמעון וואלף
אברהם שנית מן השמים האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 11, 2024 9:50 am
אויב דו מיינסט וועגן די "מעשים טובים" זיינע, דעס איז געקומען פון די פרומע יאהרן רב מעשיות זענען געווען פון זיין יוגנט ווען ער האט עוסק געווען למען ד'.
וואספארא תירוץ איז דאס "רוב מעשיות"? א מיעוט איז גענוג שלעכט. און צווייטענס, ס'פשוט אז א זעכציג יעריגע קען זיך מער קאנטראלירן. האט נישט צו טון מיט פרומקייט.
עניוועי, ס'איז אבסורד צו ברענגן א ראי' פון אזא מענטש.
Re: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24 שעה
נשלח: מיטוואך פעברואר 14, 2024 4:41 pm
דורך berlbalaguleh
אבער דו קענסט נישט פארלייקענען זיינע עכט גוטע מעשים וואס ער האט אויפגעטון פאר כלל ישראל. דאס אליין אז ער האט געגרינדעט זק"א איז שוין א גרויסע זאך וואס איז (כמעט) שקול כנגד כולם. ס'נישט אז דאס בארעכטיגט זיינע אנדערע "מעשים טובים"...!