בלאט 6 פון 13

נשלח: פרייטאג אפריל 16, 2021 2:28 pm
דורך איתן
ווען דערקענט מען א ארימאן? ווען ער טוט זיך אן דאס שבת קאפטען אינדערוואכן - יודישע פאלקס ווערטלעך

נשלח: מוצ"ש אפריל 17, 2021 10:44 pm
דורך איתן
געשטארבן? זיכער האט ער זיך איבערגעגעסן מיט'ן אפיקומן - יודישע פאלקס ווערטלעך

שותפות איז גוט ביים אנעים זמירות, א פסוק דיר א פסוק מיר - יודישע פאלקס ווערטלעך

אויף א נארישקייט מאכט מען קיין ברכה אחרונה - יודישע פאלקס ווערטלעך

נשלח: מוצ"ש אפריל 17, 2021 11:14 pm
דורך איתן
ווער ס'לעבט צופרידן מיט זיך זעלבסט, דער לעבט צופרידן מיט די גאנצע וועלט - קייזער; מארקוס אַורעליוס

קאסענקווענצן פון בייזער, איז פול ערגער פון וואס עס האט עס צוגעברענגט - קייזער; מארקוס אַורעליוס

נשלח: זונטאג אפריל 18, 2021 2:50 am
דורך איתן
כשם שאני יכול, כך אני רוקד - יודישע פאלקס ווערטלעך

אפי' מ'באדט זיך אין א פעסל שמאלץ, ווערט מען אויך מיט די צייט נמאס - יודישע פאלקס ווערטלעך

נשלח: זונטאג אפריל 18, 2021 2:58 am
דורך איתן
דאס מאטיוו אויפצושטיין דארף זיין; כ'בין גרייט צו ערפילן מיין אויפגאבע, צוליב וואס איך בין דערפאר באשאפן געווארן - קייזער; מארקוס אַורעליוס

Re: קלוגע אויסדרוקען

נשלח: פרייטאג יוני 18, 2021 8:01 am
דורך עוקר הרים
"Man suffers only because he takes seriously what the gods made for fun."

ALAN WATTS

Re: קלוגע אויסדרוקען

נשלח: מיטוואך יאנואר 12, 2022 12:56 am
דורך פאליטיקאנט
צוויי מינוט זעט אויס ווייניג ביז מ'באקומט א וואיס נאוט פון צוויי מינוט!

-פאליטיקאנט

Re: קלוגע אויסדרוקען

נשלח: מיטוואך יאנואר 12, 2022 12:59 am
דורך פאליטיקאנט
You only have one chance in life, but you can have many lives.

נשלח: מיטוואך יאנואר 12, 2022 1:17 am
דורך קהל'ס נער
אויב מען קען עס טין מארגען, פארוואס זאל איך עס טין היינט?

(משלי קהל'ס)

נשלח: מיטוואך יאנואר 12, 2022 1:41 am
דורך רביה''ק זי''ע
דאס געהערט אינעם אשכול פון נארישע אויסדרוקן. :D

נשלח: מיטוואך יאנואר 12, 2022 4:00 am
דורך ברוינשטיין
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דאס געהערט אינעם אשכול פון נארישע אויסדרוקן. :D

(משלי קהלת)

רביה"ק זי"ע: פה קדוש! איך אתה אמר דבר כזה?

Re: קלוגע אויסדרוקען

נשלח: מיטוואך יאנואר 12, 2022 7:25 am
דורך עוקר הרים
That moment between birth and death is so awkward.

נשלח: מיטוואך יאנואר 12, 2022 7:28 am
דורך ברוינשטיין
דער טאג וואס דו ווערסט געבוירן איז דער טאג וואס דו הויבסט אָן צו שטארבן.

נשלח: מיטוואך יאנואר 12, 2022 8:24 am
דורך ברוינשטיין
וואס איז די באדייט פון: צוריק גייט א קאזע?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 13, 2022 1:17 pm
דורך חסיד פון ליטא
צוריק גייט א קאזאק.
עס מיינט א סאלדאט/זעלנער.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 13, 2022 1:44 pm
דורך ברוינשטיין
וואס איז די אינהאלט פון די אויסדריק, איך פארשטיי וואס עס ברענגט ארויס אבער זייט ווען גייען סאלדאטן צוריק? בקיצור כ'בין צומישט.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 13, 2022 1:51 pm
דורך ברוינשטיין
איך מיין אז די אויסדריק גייט: צוריק גייט א "קאזע". אזוי האב איך אייביג געהערט און אויך זיך געוואונדערט וואס דאס מיינט, אבער קאזאק מאכט שוין מער סענס פאר מיר וויבאלד דאס איז שוין כאטש א ווארט וואס איך ווייס די מיינונג דערפון.

Re: קלוגע אויסדרוקען

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 13, 2022 2:38 pm
דורך יודל טריקען
ווי ווייט איך געדענק איז קאזע א ציג, אין רוסיש אדער פוליש,
נישט אז מיט דעם פארשטיי איך בעסער די אויסדריק אבער….

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 13, 2022 2:45 pm
דורך תוהו ובוהו
יודל טריקען האט געשריבן:ווי ווייט איך געדענק איז קאזע א ציג, אין רוסיש אדער פוליש,
נישט אז מיט דעם פארשטיי איך בעסער די אויסדריק אבער….

ריכטיג. אין פוליש איז א ציג א 'קאזע'
די אויסדריק דארף צו מיינען אז נאר ציגן גייען אויף צוריק, מיינענדיג צו זאגן אז יעצט איז נישטא קיין וועג צוריק.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 13, 2022 3:46 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ברוינשטיין האט געשריבן:וואס איז די באדייט פון: צוריק גייט א קאזע?

איך כאפ נישט ווי דאס קומט אריין אין דעם אשכול אבער לכאורה וואלט עס געשטאנען אין דעם בוך

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 13, 2022 4:14 pm
דורך וואלווי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
ברוינשטיין האט געשריבן:וואס איז די באדייט פון: צוריק גייט א קאזע?

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

איך כאפ נישט ווי דאס קומט אריין אין דעם אשכול אבער לכאורה וואלט עס געשטאנען אין דעם בוך


ס'מוז עפעס א קלוגע אויסדרוק אז מ'איז שוין ַמפלפל דערוהן פון נעכטען...

Re: קלוגע אויסדרוקען

נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 4:54 pm
דורך ברוינשטיין
גור איז פארהאסט ביי די באליבטע, און באליבט ביי די פארהאסטע.

נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 5:56 pm
דורך קאמארנער
א 'קאזע' מיינט א ציג, און די אויסדרוק טוט באדייטן אז מען טוט נישט איבער קיין טעותים, סאמטינג לייק דעט. (כ'מיין אז ס'קומט פון דעם אז א קאזע לויפט צוריק אפילו ווען זי האלט שוין ביים סוף וועג)