בלאט 6 פון 21

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 3:04 pm
דורך געפילטע פיש
מאיר_וואלף האט געשריבן:אבער וואס ער האט געשריבען איז נישט שיין
עס פאסט פאר בענדזשאמין פרענקלין

איך האב דיר שוין געשריבן אין אישי, איך האב נישט געמיינט קיין פחיתות כבוד, נאר אז נאר,,פרייליך שרייבט אזוי אויף אן ערליכע איד וואס מיינט עס נעבעך ערענסט, נאר פאר דעם ווייל ער האלט אנדערש ווי עם, און אויב האלט ער אנדערש ווי זיין טאטע, ברידער, און סאטמארע רב מוז זיין אז ער איז צויוזשעט געווארן ווייל ער האט זיך געמיטשעט מיט קינדער, דאס איז א פחיתות כבוד אין מענטשהייט, און קען געזאגט ווערן ביידע וועגן, איך האב עס געשריבן לשיטתו פון מיסטער פרייליך.

קאך_לעפל האט געשריבן:אה, די פרעגסט דאך גוט, איז אזוי! עס איז נישטא קיין חסידות און די וועלט וואס האט אזוי פיינט סאטמאר, מיר אירע היילגע רבי'ס, וואו בעלזא,
פארוואס? איז דא אסאך סיבות, אבער די עיקר סיבה איז ווייל סאטמאר גייט אויפן הייליגען דרך וואס אלע צדיקי בית בעלזא זענען געגאנגען, און דאס שמייסט און פנים פאר בעלז, ער קען דאס נישט איבערטראגען, (עס קען גאר זיין אז וועגן דעם האט ער געווארפן דאס שטריימעל ער''פ תשנ'''ד)
עכ''פ, פון די שנאה און האס, און ביליקייט וואס די שרייבסט קעגן דעם קדוש אלקי, דעם רבן של ישראל, דער גרעסטער אויפטיער ביי כלל ישראל, וואס איז נאר אמאל געווען, מיז זיין אז די ביז א בעלזער חסיד פארשטאנטא?

סאטמאר האט רבי'ס? כ'האב געמיינט אז די דברי יואל איז געווען סאטמארער רב. און דו קענסט עם רופן ר' בערל ביז איבערמארגן, ס'גייט מיר קיין סאך נישט אן, אבער כ'מיין אז ס'איז קעגן די תקנות דא. און לגבי ווער איז די גרעסטע אויפטוהער, history will be the judge of that.

לענינינו, דארף איך מורא האבן פון גילוי? באלד פיגערסו אויס מיין סאשעל סעקיוריטי נאמבער אויך, כ'מיין וויפיל בעלזערס וואוינען שוין אויף אורשיווע דרייוו?

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 3:12 pm
דורך מאיר_וואלף
גראדע האסטו עס געשרובען דא, און אין אישי "כ'האב נאר געוואלט אז נאר קאמא קאמא פרייליך זאל זען ווי אזוי ער הערט זיך.", די צווייטע תגובה פון אויווען

אבער דו גייסט ווייטער אן מיט דיינס

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 3:58 pm
דורך יואב
נאר,,פרייליך האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:
נאר,,פרייליך האט געשריבן:ס'ליידער א גרויסע בושה פאר'ן גזע מ'תולדות אהרן
א שטיקעל לימוד זכות איז פאראן אז דער מבקשי אמונה האט זיך ליידער געמיטשעט יארען מיט זש''ק וואס האט אים ארייהגעפירט אין התחזקות ביז ס'נעבעך דאס ארויסגעקראכען
ער ארבעט אצינד אויך אויף זיינע צוויי ברידער אז זיי זאלען מער נתקרב ווערן צום בעלזער

אשפ"ג!!!!! :lol: :lol: :lol: :lol:
מיין כרס וכליות ווארפען זיך פאר געלעכטער...

ס'הייבט זיך אן מיט "התחזקות", ס'קוילערט זיך צו רעדן מיט בחורים/אינגעלייט, שומרי תורה ומצות, וואס שטעלן איין זייער לעבן פאר א צווייטען איד, ביז ליידער ליידער ליידער ס'קומט אן אז מ'טוט פעולות צו ווערן נאנט מיטן.... בעלזא רב אליין!! א מענטש וואס האט נאר גוסט געטוהן פאר כלל ישראל. רח"ל.

ס'נישט נוגע צו בעלזע רב האט נאר געטין גוט'ס כל ימי חייו צו בלויז דאס היפוך ווי ס'ווייזט זיך אויס אז ער איז דער איינציגסטער פירער ביים יהדות החרדית וואס האט מכריח געווען מיט זיינע פעולות צו ארויסברענגען פיע גדולי ישראל כנגדו
אבער דאס אז א קינד פינעם תולדות אהרן'ער וואס האט אים אזוי באקעמפט
זאל קימען אצינד און טערארזירען די ממשיכי דרכו פון זיין טאטען צו גיין חנפענען און לעקן בעלז
איז סאמטינג ראנג וויט הים

עס ענגבערט מיר שוין לאנג די קשיא בכלליות, אלץ ווען חדש אסור מן המנהגים'ניקעס טרעפן זיך מיט וואס צו זיין באשעפטיגט. אבער אז דו האסט דאס דערמאנט דא, לאמיר דיר פרעגן. קענסט מיר מסביר זיין וואו זיין טאטנס אידילאגיע קומט אריין אינעם בילד? א רבישע קינד"ס מהלך המחשבה איז עפעס צוגעטשעפט צו זיין טאנטנ'ס מח ווי מאיר פרוש'נס קייטן צום מייק? וויבאלד זיין טאטע האט ארויפגעזיגלט א רעבישן כתובת קעקע אויף אים ביזן אלף הששי, און אים פארזיכערט א אויבן אן זיץ אינעם היכל הצימעס עד סוף כל הדורות, האט ער פארלוירן דעת עצמו? און אויב וויל ער אונטערנעמען א מעסיג ראציאנאלער מהלך, דאן פארדינט ער זיך א "סאמטינג ראנג" טיטול ? אדרבה קלער מיך אויף, קען זיין כ'האב א בלאקעדש.

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 3:59 pm
דורך למדן
דו גייסטיך שוין נישט קענען ארויסדרייען, ווייס מיר שוין אויף וועלכע גאס דו וואינסט נאך אביסל איז מען ביי דיין טיהר, גיב אבאכט

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 4:22 pm
דורך מאיר_וואלף
יואב האט געשריבן:
עס ענגבערט מיר שוין לאנג די קשיא בכלליות, אלץ ווען חדש אסור מן המנהגים'ניקעס טרעפן זיך מיט וואס צו זיין באשעפטיגט. אבער אז דו האסט דאס דערמאנט דא, לאמיר דיר פרעגן. קענסט מיר מסביר זיין וואו זיין טאטנס אידילאגיע קומט אריין אינעם בילד? א רבישע קינד"ס מהלך המחשבה איז עפעס צוגעטשעפט צו זיין טאנטנ'ס מח ווי מאיר פרוש'נס קייטן צום מייק? וויבאלד זיין טאטע האט ארויפגעזיגלט א רעבישן כתובת קעקע אויף אים ביזן אלף הששי, און אים פארזיכערט א אויבן אן זיץ אינעם היכל הצימעס עד סוף כל הדורות, האט ער פארלוירן דעת עצמו? און אויב וויל ער אונטערנעמען א מעסיג ראציאנאלער מהלך, דאן פארדינט ער זיך א "סאמטינג ראנג" טיטול ? אדרבה קלער מיך אויף, קען זיין כ'האב א בלאקעדש.

אלץ גוי ביסטו מן הסתם גערעכט

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 4:27 pm
דורך יואב
מאיר_וואלף האט געשריבן:

זיי זיך מסביר ביטע.

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 4:32 pm
דורך מאיר_וואלף
"און אויב וויל ער אונטערנעמען א מעסיג ראציאנאלער מהלך"

א מעסיג ראציאנאלער מהלך, האט נישט מיט אידשקייט, וכו' וכו' וכו'

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 4:39 pm
דורך יואב
מאיר_וואלף האט געשריבן:"און אויב וויל ער אונטערנעמען א מעסיג ראציאנאלער מהלך"

א מעסיג ראציאנאלער מהלך, האט נישט מיט אידשקייט, וכו' וכו' וכו'

מיי גאש! וואו האט אידישקייט זיך געטראפן א וועג אריין דא, און אגב פון וועלעכע אידישקייט רעדסטו?

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 4:42 pm
דורך מאיר_וואלף
מיר זענען אידען נישט ווייל עס איז געשמאק

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 4:43 pm
דורך סאשי פיש
וועלכע חלק איז נישט געשמאק?

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 4:48 pm
דורך מאיר_וואלף
יואב האט געשריבן:
מאיר_וואלף האט געשריבן:"און אויב וויל ער אונטערנעמען א מעסיג ראציאנאלער מהלך"

א מעסיג ראציאנאלער מהלך, האט נישט מיט אידשקייט, וכו' וכו' וכו'

מיי גאש! וואו האט אידישקייט זיך געטראפן א וועג אריין דא, און אגב פון וועלעכע אידישקייט רעדסטו?

זענען די רבישע קינדער פירערס ביי די גוים

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 4:50 pm
דורך סאשי פיש
זיי דיך בעסער מסביר

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 4:53 pm
דורך קאווע טרינקער
מאיר_וואלף האט געשריבן:מיר זענען אידען נישט ווייל עס איז געשמאק

ויש גורסים:
מיר זענען נישט - אידן, ווייל ס'איז געשמאק.

אמאל שרייט מען מצות לאו ליהנות ניתנו, און אמאל שרייט מען אוי ווי גוט איז צו זיין א איד.. (וואסי די "אוי"?)

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 4:54 pm
דורך מאיר_וואלף
סאשי פיש האט געשריבן:וועלכע חלק איז נישט געשמאק?

מסלת ישרים פ"א וז"ל: והנה שמו הקב"ה לאדם במקום שרבים בו המרחיקים אותו ממנו יתברך, והם הם התאוות החמריות, אשר אם ימשך אחריהן הנה הוא מתרחק והולך מן הטוב האמיתי, ונמצא שהוא מושם באמת בתוך המלחמה החזקה, כי כל עניני העולם בין לטוב בין למוטב הנה הם נסיונות לאדם.

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 4:56 pm
דורך סאשי פיש
סא עס איז יא גוט צו זיין א יוד
דאס נעם איך ארויס

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 4:58 pm
דורך מאיר_וואלף
קאווע טרינקער האט געשריבן:
מאיר_וואלף האט געשריבן:מיר זענען אידען נישט ווייל עס איז געשמאק

ויש גורסים:
מיר זענען נישט - אידן, ווייל ס'איז געשמאק.

אמאל שרייט מען מצות לאו ליהנות ניתנו, און אמאל שרייט מען אוי ווי גוט איז צו זיין א איד.. (וואסי די "אוי"?)

אבער, הכל מודים אז דו ביסט געשמאק

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 4:59 pm
דורך יואב
הרב מאיר וואלף, דאס איז נישט טוויטער, איר קענט שרייבן מער ווי 140 כאראקטארן.
איר מוזט נישט יעצט שרייבן אזוי לאנג ווי טערעמס ענד קאנדישאנס פון פירמעס, אבער ברענג אייך זיי אזוי גוט ארויס קלאר.
איך ווייס נישט צו איר זענט אין א פארזוך צו העכערן אייערע צאל תגובות, אויב יא, ביטע נישט אויף מיין תגובה'לע. בבקשה.

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 5:00 pm
דורך מאיר_וואלף
סאשי פיש האט געשריבן:סא עס איז יא גוט צו זיין א יוד
דאס נעם איך ארויס

זיכער איז גוט צו זיין א איד

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 5:02 pm
דורך סאשי פיש
יואב האט געשריבן:הרב מאיר וואלף, דאס איז נישט טוויטער, איר קענט שרייבן מער ווי 140 כאראקטארן.
איר מוזט נישט יעצט שרייבן אזוי לאנג ווי טערעמס ענד קאנדישאנס פון פירמעס, אבער ברענג אייך זיי אזוי גוט ארויס קלאר.
איך ווייס נישט צו איר זענט אין א פארזוך צו העכערן אייערע צאל תגובות, אויב יא, ביטע נישט אויף מיין תגובה'לע. בבקשה.

גם אני מצטרף לחברי יואב ענטפערען על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון איז א סימן פון א חכם און פארקערט דארף איך דיר נישט זאגען

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 5:05 pm
דורך מאיר_וואלף
די תורה גובט נישט די אפשען פון זיין נאטראל

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 5:26 pm
דורך יואב
במחילת כבודך. איך האב קיין אהנונג וואס דער גיהנם דו ווילסט דא. איך ווייס נישט וואו אידן, גוים,נייטראל, קומען דא אריין אינעם בילד. איך האב געפרעגט א פשוטע קשיא; נעמליך, וואס איז דער פראבלעם פאר א רבישן קינד צו טראכטן אנדערש ווי זיין פאטער.
מ'רעדט נישט דא פון א קינד וואס האט זיך דערקלערט אלס כופר, (וואס אפילו זאל דאס זיין די קעיס ווייס איך נאך אלץ נישט וואו דער טאטעניו פלאצירט זיך אינעם בילד). מ'רעדט סך הכל פון א צוגאנג אין עבודת השם.

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 5:57 pm
דורך יואב
קאווע טרינקער האט געשריבן:
מאיר_וואלף האט געשריבן:מיר זענען אידען נישט ווייל עס איז געשמאק

ויש גורסים:
מיר זענען נישט - אידן, ווייל ס'איז געשמאק.

אמאל שרייט מען מצות לאו ליהנות ניתנו, און אמאל שרייט מען אוי ווי גוט איז צו זיין א איד.. (וואסי די "אוי"?)

ולא קשיא. לאו ליהנות ניתנו איז טאקע דווקא ביי מצוות. פארהאן אבער פילע געשמאקייטן ביים היימישן ציבור (לאו דווקא אידן אין אלגעמיין) וואס אויב גוים זאלן זיך דערוויסן דערפון, כאפן זיי א זעג, און פארקלענערן זיך דעם בעל פעור שליסל, מיטן אייפער די שטאט-לייט פון שכם האבן זיך מוסר נפש געוועזן פאר דינה. ועיין באריכות כאן.

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 6:07 pm
דורך מאיר_וואלף
דיין קשיא איז זייער אום קלאר,
דו רעדטס פון צוויי וועגען אין עבודת ד'
אדער רעדסטו פון ואל תטוש תורת אמך
ווי פארשטייסטו אז מען קען זיך קלויבען א אייגענע מהלך

א איד איז איד ווייל זיין טאטע איז א איד און זיין טאטעס טאטע איז א איד