שבת אחים האט געשריבן:
אלע צוזאמען האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:ליב צו וויסן האט געשריבן:א גוטע נקודה, אבער לאז ארויס טראמפ און זיינע שטיצער...
ארום 75 מיליאן בירגער האבן געשטימט פאר טראמפ, האלאקאוסט לייקענער פארמאגן נישט מיט זיך אפילו א פערטל דערפון.
וואס איז נייעס??!! האמיר נאך איינער וואס איז אנגעפיקעוועט מיט די לינקע מידיע'ס שטותים, ווען פונקטליך האט 'פרעזידענט טראמפ' 'געהויבן די רעכטע נאציס', ווען פונקטליך איז דאס געווען? ווייל לויט ווי איך בין באקאנט האט די ניא-נאצי 'ריטשערד ספענסער' אינדארסירט 'דזשאו ביידען' פאר פרעזידענט און 2020, און וועגן די אזויגערופענע פירער פון די נאצי באוועגונג און אמעריקע, 'דעוויד דיוק' איז דא קליפס וויאזוי 'פרעזידענט טראמפ' פארדאמט אים און די 80 שוין'.
און אזוי אגב 'נאצי' איז א פארקירצונג פון 'נאציאנאלע סאציאליסטן', סא ווען זענען די נאציס געווארן רעכטע? איך האב נאך קיינמאל נישט באגעגנט א רעכטער סאציאליסט! דער פירער ימ''ש איז געווען א סאציאליסט און פולן זין פון ווארט, גיי לערן אביסל היסטאריע.
און נאך איין זאך, וואס פונקטליך איז 'controversial' צו ווייזן ווי פארנאכלעסיגט אונזער דרום גרעניץ איז? ''שבת אחים'' זאג, ביי דיר אינדערהיים לאזטו אויך אריין יעדע שמויגער וואס קומט צי דיין טיר? איין מינוט, פארוואס האט דיין טיר א שלאָס?! 'פרעזידענט טראמפ' האט קיינמאל נישט גערעדט קעגן אימיגראנטן, זיין ווייב איז אן אימיגראנט, ער האט גערעדט קעגן 'אומלעגאלע'!
און ביי דעי וועי ווער איז געווען פרעזידענט פון 'אמעריקע' בשעת'ן 2'טן וועל מלחמה? 'רוזעוועלט' א דעמאקראט.
אזוי סאך שטותים צורעדן...
איך גיי דיר ענטפערן א צווייטע מאל, אפשר שפעטער.
אבער קודם.
1)איך רעדט מיט די אלע רעכטע ווייסע סופרעמיסיסטן טאג און נאכט. איך האב א רעקארד יעדע ווארט וואס איך רעדט מיט זיי אויף די אינטערנעט אלע פון זיי זענען רעפובליקאנער- הייסע טראמפ שטיצער!!! איינגערעדטע Q משוגעים... אלע!!!
קיין איין ביידען אדער סענדערס שטיצער אויף די רעכטע סייטס! אף אחד!
ביטע טרעף מיר א וועבסייט ווי איך קען טרעפן די לינקע נאציס.
2)טראמפ האט פארדאמט די נאציס אין די 80׳s זייער שיין! מסתם דעמאלטס איז אים עס אויסגעקומען בעסער אין ביזנעס די וועג, צוזיין גוט מיט די אידן. ווייל ווען ער איז געלויפן 20 יאהר שפעטער פאר פרעזידענט האבן די ווייסע נאציס אפען קאמפיינט פאר אים און ער האט קיין ווארט נישט געזאגט. און ווען זיי האבן מארשירט אין די טויזנטער אין שארלאטסוויל און געשריגן “
“The Jews will not replace us”און געהארגעט א אומשולדיגע יונגע פרוי האט דער רודף טראמפ געשריגן חי וקים “fine people on both sides
אלע אידישע גרופעס האבן אים דעמאלטס פארדאמט.
3)פרעזידענט טראמפ האט קיינמאל נישט גערעדט קעגן קיין אימיגראנטן????
נאר אפען קאמפיינט קעגן מעקסיקאנער!!! שטעל דיך פאר ווען ער טוט דאס צו אידן? זיי גערופן רעפיסט וכו׳ פונקט וואס היטלער האט געטוהן!
האהא!!!! קיינמאל נישט! ער האט אריינגעשטעלט דארט די ערגסטע פאליסיס און א “זעראו טאלאראנץ” צו אימגראנטן. יעדער מענטשען-רעכטן גרופע אויף די ווועלט האט אים פארדאמט....
4)איך זאל לערנען היסטאריע?
לאמיר לערנען צוזאמען....
די דייטשען האבן זיך גערופן סאציאליסטן? האהא!!
די טענהסט אז “די נאציס האבן בפירוש געטענהט אז זיי זענען פיינע מענטשען” סאציאליסטן! וואס זארגן זיך פאר א אנדערע מענשטען!!! זיי אליינס האבן בפירוש אזוי געזאגט!!! ממילא איז געדרינגן אז יעדער וואס רופט זיך היינט א סאציאליסט איז א נאצי...
זינט ווען איז א מענטש געוואנדען לויט ווי ער רופט זיך? א מענטש איז געוואנדען לויט ווי ער פירט זיך אויף!!!
די היינטיגע רעכטע ווייסע האבן ליידער די זעלבע פאלטיקס ווי די אמאליגע נאציס...
“פייניגן די שווארצע, די אידן, און אימגראנטן” ווייל אויב נישט גייען זיי איבערנעמען.
איך רעדט מיט זיי טאג און נאכט. דאס איז וואס איך הער איבער און איבער פון זיי....
5)רוזעוועלט איז געוועהן א דעמאקראט. איינע פון די בעסטע פרעזידענטס אין היסטאריע. א חכם. ער האט געהאלפן געוואונען די מלחמה פאר אמעריקע. אין יענע צייטן הייסט ער נישט בכלל קיין אנטיסמיט. זיינע נענטסטע יונגט פריינד זענען געוועהן אידן ווי דזשאן מארגענטאו וכו׳
דו דארפסט פארשטיין וויאזוי יענע צייטן האבן אויסגעקוקט אין די רעפובליקאנער שטעט אין די סאוט האט דעמאלטס געהאנגן שילדן “No Jews or
“blacks allowed
די לינקע האבן אין זייערע שטעט יא אריינגעלאזט אידן. אין ניו יארק סיטי האט אין יענע יאהרן יעדע דריטע מענטש גערערט אידיש!
מיינט נישט אז אלע דעמאקראטן און לינקע זענען דעמאלטס אדער אפילו היינט קיין צדיקים.
זיין ווייס פרעזידענט טרומאן איז געוועהן א גרויסע אוהב ישראל און געפענט אלע טירן פאר די אידן נאכן קריג און זיי אלע אריינגעלאזט.
ווי אויך קוק אויף די מעשה מיט רות גרובער א אידישע פרוי פון ברוקלין וואס האט געארבעט פאר די סטעיט דעפארטמענט און פאר די רוזוועלט אדמינסטראציע און קוק אויף די מעשה ווי זיי האבן אריינגעברענגט א א אמעריקאנער שיף פון בערך טויזנט אידישע פלטים פון אייראפע זיי געגעבן צו עסען און צו שלאפן פאר אפאר יאהר פאר אומזיסט און נאך מלחמה האט געהייסן מ׳גייט זיי צוריק שיקן פון וואו זיי זענען געקומען אבער די טרומאן אדמינסטראציע האט זיי געשענקט בירגערשאפט אפילו קיינער פון זיי האט נישט געקענט די שפראך און מהאט נישט געוואסט וויאזוי זיי גייען האבן פרנסה...
יא יא ממש ווי די טראמפ אדמינסטראציע האט זיך אויפגעפירט צו די שפאנישער אימגראנטן.
לאמיר אנהייבן מיט דיינע ווערטער ''אזוי סאך שטותים צו רעדן''
1) איך רעד מיט זיי= קודם א קשיא אויף דיר, צו וואס רעדן מיט זיי? מיט אנטיסעמיטן איז קיינמאל נישט גוט צו רעדן נישט קיין חילוק צו וועלכע פארטיי מ'געהערט.
ווייסע סופרעמיסיסטן-טראמפ שטיצער= לאמיר זאגן אז די ביסט גערעכט, זיי זענען טראמפ שטיצער, דאס מאכט נאך נישט 'פרעזידענט טראמפ' א ראסיסט, ווייל 'היטלער ימ''ש האט ליב געהאט באלל געימס מיינט נישט אז באלל געימס זענען שלעכט.
דער איינציגסטער דזשורנאליסט וואס האט אפגעהאלטן אן אינטערוויו מיט דעם ניא-נאצי 'ריטשערד ספענסער' דער גרויסער היץ קאפ, און אנדרייער פון 'שארלעטסוויל', איז געווען דער פילם פראדוצירער 'דינעש דיסאזע', און אינעם אינטערוויו שטעלט זיך ארויס אז ער איז גאר א לינקער, ער האלט פון געבן געלט/פראגראמען פאר די ארימע, שטייערן אויף די רייכע, גרינע ענערגיע, קלימאטן טויש און אלע אנדערע BS וואס קומען מיט, און דארט זאגט ער-'ספענסער'- זייער קלאר אז די איינציגסטע סיבה פארוואס ער האט געשטיצט 'טראמפ', איז געווען ווייל ער האט פיינט געהאט די אומלעגאלע, און אזוי ווי כ'האב שוין געשריבן און די פריערדיגע תגובה, האט 'ספענסער' אין 20' אינדארסירט דעם דעמאקראט 'ביידען', סאו ניין, אסאך פון זיי זענען ניטאמאל קיין 'טראמפ' שטיצער.
ס'דא א יו-טובער Rudy Rochman וואס גייט ארום אפהאלטן דעבאטע'ס מיט ווער ס'וויל, בעיקר לגבי ציוניזם,(מיין פילטער לאזט נישט איך זאל ארויפלייגן לינקס צו זיין טשענעל)ער ווייזט איין מאל אין נאך אמאל ווי די לינקע זענען די גרעסטע אנטיסעמיטן און פאשיסטן.
.
ביי די 'בל''מ' ראיאטן זענען עטליכע היימישע בחורים אנגעשלאגן געווארן, דאס איז קיין איין מאל נישט געשען ביי א 'טראמפ' ראלי, און צענדליגע חרדישע אידן האבן זיך באטייליגט ביי זיינע ראליס.
פארוואס די זעהסט נאר די רעכטע וועבזייטלעך= איז ווייל ביי די רעכטע זייט איז פרייהייט פון ווארט דאס וויכטיגסטע, און טאקע וועגן דעם איז עס די ערשטע אמענדמענט אינעם קאנסטיטוציע, און דעריבער מעקט מען נישט אזוי שנעל, מה שאין כן ביי די לינקע, ווי 'טוויטער', 'פעיסבוק' 'גוגל', 'אינסטעגרעם' ועוד, זאלסט נאר ארויס לייגן א קליפ ווי א CNN דירעקטאָר איז מודה אז זיי זענען הוילע פראפעגאנדע, גלייַך גייסטו ווערן אויסגעשפארט פון דיין קאנטע,עין ערך James O'Keeffe.
(2 ''דעמאלט איז אים עס אויסגעקומען בעסער''= צדיק, זיין טאכטער איז א איד, זיין זון איז חתונה געהאט צו א איד, זיין הויפט לויער איז אן ארטאדאקסישע איד (ניין איך רעד נישט פון די הונט 'מייקל קאהען' וואס איז נאר צירוק געווארן א איד אין תפיסה), די חב''ד רב פון 'די.סי.' הרב 'לוי שם-טוב' האט געזאגט אז די פרעזידענט מיט וועם ער האט פארמאגט די בעסטע באציאונגען איז געווען 'טראמפ', און פארקערט די ערגסטע' באציאונגען, 'אבאמא', 'דער דאנעלד' איז נאך אזא אוהב ישראל ווי 'ביל קלינטאן'.
און די ''פיינע מענטשן אויף ביידע זייטן'' ליגענט, איז שוין אפגעשלאגן געווארן צענלדיגע מאל, הער אויף צו פארדרייען ווערטער, הער אויס די גאנצע דרשה.
אלע אידישע גרופעס האבן אים דעמאלט פארדאמט= די רעדסט פון די ADL מאכסט מיך לאכן, אפאר לינקע self hating Jews, וואס זענען נישט צום האבן ווען חסידשע אידן ווערן אטאקירט אין 'וויליאמסבורג' 'בארא פארק' וכו', אדער ווען די לינקע אנטיסעמיט'קע 'אילאן אמאר' פאררעדט זיך קעגן די אידן, טרעף בעסערע חברותות.
)3 מעקסיקאנער= רעפיסטס זערא טאלעראנץ, יא, האסט אבער פארגעסן איין ווארט, 'אומלעגאלע', וואס זוכן זיי דא? זיי זענען פארברעכער וועלכע האבן געבראכן דאס אמעריקאנע געזעץ, זיי ווילן אהער קומען זאלן זיי שטיין אין די ליניע, אזוי ווי מיין טאטע זז'ג און מיליאנען אנדערע מענטשן האבן געטון, 'אמעריקע' נעמט אריין א מיליאן לעגאַלע אימיגראנטן א יאר! דאס איז די מערסטע פון די גאנצע וועלט, דאס רוב פון זיי אנטלויפן נישט פון זייערע לענדער וועגן מ'מארדעוועט זיי, נאר ווייל זיי דארפן געלט, בעסערע פרנסה, געלט דארפסטו דאן שטיי אין די ליין.
נ.ב. האסט שוין אראפגענומען די שלאָס פון דיין טיר?
(4די דייטשן האבן זיך גערופן סאציאליסטן= די ווארט סאציאליסט איז ביז עטליכע יאר צירוק,נישט געווען קיין גוט גייענדע ווארט אזוי ווייט אז דער הויפט סאציאליסט אין 'אמעריקע בערני סענדערס' האט געפילט פאר וויכטיג צו צולייגן 'דעמאקראטישע סאציאליסט' אוועק צונעמען די חרון אפ, סאו ס'איז נישט ווי דיין משל פון ''פיינע מענטשן'', און יא איך קוק וואס זיי האבן געטון 'היטלער ימ''ש האט גערעדט פון די זעלבע שטותים וואס די היינטיגע 'דעמאקראטן' רעדן, ארבייטער קלאס, אנטי רעליגיע, ער האט סאציאלעזירט די עקענאמיע ווי ווייט מעגליך, די טרויעריג בארימטע 'נירענבערג געזעצן' זענען copy-paste פון די דעמאלטסדיגע דעמאקראטישע פלאטפארמע, נאר געטוישט די ווארט ניגער (שווארצע)מיט אידן.
)5 רוזעוועלט= אזוי ליב געהאט אידן האט ער, אז ער האט נישט געטראפן קיין צייט זיך צו טרעפן מיט 400 רבנים בראש פון 'רבי אליעזר סילבער זצ''ל' וואס זענען געקומען קיין 'די.סי' אין 43' זיך בעטן ביי אים ער זאל ארייננעמען מער אידן.
פון די 'סט לואיס' שיף האסטו שוין געהערט? 900 אידן זענען געווען ביי די ברעגעס פון 'אמעריקע' און 1939 ,זיי זענען צירוקגעשיקט געווארן קיין 'נאצי דייטשלאנד' ווי אלע זענען אומגעקומען על קידוש השם, ווער האט זיי צירוקגעשיקט? דער עוכר ישראל 'רוזעוועלט'.
זיין יוגנט פריינט= איך ווייס נישט ווער דאס איז (און איך האב גארנישט געטראפן אויפן אינטערנעט וועגן אים) אבער 'רוזעוועלט' איז געקומען פון א רעפובליקאנע משפּחה זיין פעטער איז געווען דער 16'טע אמעריקאנע פרעזידענט 'טעדי רוזעוועלט', קען גאר זיין אז די יוגנט פריינט איז נאך געווען א רעפובליקאנער.
אבער איין מינוט 'רוזעוועלט' איז אן אוהב ישראל ווייל ער האט איין יוגנט פריינט אידיש, אבער 'טראמפ' וואס זיין משפחה, חברים, און סתם באקאנטע זענען היימישע חרדישע אידן, נעע ער איז א נאצי אנטיסעמיט מיט ווייסיך וואס נאך, I got it I got it.
זיין ווייס פרעזידענט האט געפענט אלע טירן= נאכן קריג! גרויסע גדולה! נאך 6 מיליאן+ טויטע, נאך די שטורעם וואס דער ''רעפובליקאנע'' הויפט גענעראל 'אייזענהאוער' האט אנגעדרייט ביים זעהן אלעס ערשט האנטיג אין די לאגערן, נאר דאן האט 'טרומאן' געפענט די טירן, וואוו, גרויסער אוהב ישראל, מעדאַל קומט זיך אים.