בלאט 7 פון 10
נשלח: זונטאג אפריל 06, 2014 12:57 pm
דורך דריידל
איך האב פאריגע וואך געגעבן א היטש פאר א חבר מיינער און אים געהייסן פארמאכן די סיט בעלט, זאגט ער מיר אז אויב די פעסענזשער האט דרייווערס לייסענס באקומט ער די טיקעט פאר נישט זיין בעלטעט און נישט די דרייווער.
קען דאס איינער באשטעטיגן?
נשלח: זונטאג אפריל 06, 2014 1:04 pm
דורך sefish
ער מוז נישט האבן קיין לייסענס צו באקומען א טיקעט
נשלח: זונטאג אפריל 06, 2014 1:30 pm
דורך נולד מאוחר
דריידל האט געשריבן:איך האב פאריגע וואך געגעבן א היטש פאר א חבר מיינער און אים געהייסן פארמאכן די סיט בעלט, זאגט ער מיר אז אויב די פעסענזשער האט דרייווערס לייסענס באקומט ער די טיקעט פאר נישט זיין בעלטעט און נישט די דרייווער.
קען דאס איינער באשטעטיגן?
בדידי הוה עובדא און דער פעסענשער האט באקומען די טיקעט.
נשלח: זונטאג אפריל 06, 2014 6:37 pm
דורך ארבעס
דריידל האט געשריבן:איך האב פאריגע וואך געגעבן א היטש פאר א חבר מיינער און אים געהייסן פארמאכן די סיט בעלט, זאגט ער מיר אז אויב די פעסענזשער האט דרייווערס לייסענס באקומט ער די טיקעט פאר נישט זיין בעלטעט און נישט די דרייווער.
קען דאס איינער באשטעטיגן?
איך וואלט עם נישט געגעבן א היטש.
אז איך נעם דיר אין מיין קאר זיי מוחל אין לכל הפחות פאלג מיך בנוגע א סיט בעלט
נשלח: פרייטאג אפריל 18, 2014 2:05 pm
דורך נולד מאוחר
א סיעט בעלט טיקעט לוינט זיך צי פליעדן גילטי וויבאלד סאיז נאר געלט נישט קיין פוינטס?
כהאב גערעט צי א לויער זאגט ער אז אפי' סאיז נישט קיין פוינטס גייט עס זיין אויף מיין רעקארד.
האט דאס עפעס אן עפעקט אויף מיין אינשארנס?
נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 5:52 pm
דורך hotel
I got a ticket for making a turn without signaling does anyone have experiance on that
נשלח: מאנטאג מאי 19, 2014 10:59 am
דורך רויטע וואנצעס
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=bzE-IMaegzQ[/youtube]
נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 1:25 am
דורך הרב_שלום
את חטאי אני מזכיר איך האב געמאכט א יו טארן אויף Delacny בין ארויף אויפן וועבזייט צו פליען נאט גילטי זאגט די וועבזייט אז זיי זעהן נישט די טיקעט נומער אין די סיסטעם
מארגען וועט שוין 15 טעג פון ווען איך האב באקומען די טיקעט און איך וויל נישט אז מיין לייסענס זאל ווערן סוספענדעד
היטע מיר העלפן
נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 1:32 am
דורך ישמעאל הכהן
ס'נעמט מער צייט ביז ס'גייט ארויף אויפן סיסטעם. דיין לייסענס וועט נישט ווערן סוספנדעט האב נישט מורא.
אבער וואס נוגע בינך לבין קוניך, קענט איר שוין אנהייבן תשובה טון פאר'ן מורא'דיגן חטא פון מאכן א יו טוירן אויף דילענסי. דיין מודה ועוזב זיין איז א גוטער אנהייב אז ס'זאל נתקבל ווערן פאר'ן בוחן כליות ולב, און דער חטא זאל אינגאנצן פארווישט ווערן. ס'זאל זיין יתמו חטאים ולא חוטאים
נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 2:09 am
דורך אויסלייזער
באקומען א alternative side טיקעט, אויף מיין שוואגערס קאר בשעת ער איז געווען ל"ג בעומר אין ארץ ישראל. איז שייך אז מיין שוואגער זאל טענהנען אז ס'איז נישט זיין שולד?
נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 2:19 am
דורך elter-zeide
דריידל האט געשריבן:איך האב פאריגע וואך געגעבן א היטש פאר א חבר מיינער און אים געהייסן פארמאכן די סיט בעלט, זאגט ער מיר אז אויב די פעסענזשער האט דרייווערס לייסענס באקומט ער די טיקעט פאר נישט זיין בעלטעט און נישט די דרייווער.
קען דאס איינער באשטעטיגן?
אויב דער פעסענזער איז אינטער אכצען יאר אלט גייט עס פארן דרייווער, אויב העכער אכצען גייט עס פארן פעסענזער אפילו ער האט נישט קיין לייסענס,
נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 2:23 am
דורך ישמעאל הכהן
אונטער 16 גייט עס פאר'ן דרייווער
העכער 16 גייט דער טיקעט פאר'ן פאסאזשיר
נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 12:39 pm
דורך הרב_שלום
את חטאי אני מזכיר איך האב געמאכט א יו טארן אויף דילענסי בין ארויף אויפן וועבזייט צו פליען נאט גילטי זאגט
די וועבזייט אז זיי זעהן נישט די טיקעט נומער אין די
סיסטעם
מארגען וועט שוין 15 טעג פון ווען איך האב באקומען די
טיקעט און איך וויל נישט אז מיין לייסענס זאל ווערן
סוספענדעד
ביטע מיר העלפן
נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 2:45 pm
דורך נולד מאוחר
סגייט נישט אזוי שנעל אריין אין סיסטעם.
איך האב שוין געהאט אז די טיקעט איז נישט געווען גוט געשריבן און סאיז קיינמאל נישט אריין אין סיסטעם.
נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 6:14 pm
דורך outspoken
[youtube]http://www.youtube.com/watch?vf-dJgFdfl3I&feature=player_detailpage[/youtube]
נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 10:44 pm
דורך בן בג בג
וויפל מאל קען מען אפשטיפן די קארט דעיט, גיי איך באקומען א שפעטערע דעיט טאמער איך שטיפ עס אפ נענטער צו מיין ערשטע קארט דעיט, און דארף איך האלטן די קאפי פונעם טיקעט צו ברענגען אין קארט?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 1:04 pm
דורך גאלד
בן בג בג האט געשריבן:וויפל מאל קען מען אפשטיפן די קארט דעיט, גיי איך באקומען א שפעטערע דעיט טאמער איך שטיפ עס אפ נענטער צו מיין ערשטע קארט דעיט, און דארף איך האלטן די קאפי פונעם טיקעט צו ברענגען אין קארט?
נאכן סקעדשולן די ערשטע דעיט, קענסטו נאך איינמאל אפשטיפן אנ-ליין, נאכדעם קענסטו אראפגיין אין קארט אין בעטן זאלן נאכאמאל אפשטופן זיי לאזן געווענליך נאך איינמאל, אסאך מאל בעטן זיי $40 וואס העט גייט אויפן חשבון פונעם ענדגילטיגן טיקעט, (אויב געווינסטו די טיקעט, געבן זיי דיר צוריק די $40)
ס'לוינט אלס צו ווארטן ביז ממש די לעצטע טאג צו אפשטיפן ווייל ס'מאכט זיך זייער אפט אז די פאליסמאן אליין שטיפט עס אפ מחמת סיבות, אזוי האסטו נאך דיין טשענס צו נאכמאל אליינס אפשטיפן,
מ'דארף נישט האבן די ארגינעלע טיקעט, חוץ אויב באמערקסטו אז די ארגינעלע טיקעט האט א גרויסע טעות, למשל א דאטום צו א אדרעס, צו א ווייעלעשן קאוד, דעמאלטס אוואדי דארפסטו עס האבן פאר עווידענס, אבער מצד די קאורט ברויכסטו עס נישט האבן,
שטייצעך כל הנ"ל רעד איך פון א ניו יארק סיטי טרעפיק טיקעט
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 11:40 pm
דורך פארוואס?
ידען האט געשריבן:Plea not guilty , און בעט די שנעלסטע קארט דעיט , אפשר וועסטע נאך קענען מאכן א דיעל אינמיטן זומער.
ווי לאנג בערך דארף נעמען פון ווען מ׳מעילט עס אריין ביז מ׳באקומט א דעיט?
איך האב אריין געשיקט פאר א חודש צוריק, און כ׳האב נאך גארנישט געהערט פון זיי.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 9:32 am
דורך מאטי
גאלד האט געשריבן:בן בג בג האט געשריבן:וויפל מאל קען מען אפשטיפן די קארט דעיט, גיי איך באקומען א שפעטערע דעיט טאמער איך שטיפ עס אפ נענטער צו מיין ערשטע קארט דעיט, און דארף איך האלטן די קאפי פונעם טיקעט צו ברענגען אין קארט?
נאכן סקעדשולן די ערשטע דעיט, קענסטו נאך איינמאל אפשטיפן אנ-ליין, נאכדעם קענסטו אראפגיין אין קארט אין בעטן זאלן נאכאמאל אפשטופן זיי לאזן געווענליך נאך איינמאל, אסאך מאל בעטן זיי $40
דארף מען אליינס אראפגיין, אדער מ'קען שיקן א שליח.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 12:06 pm
דורך elter-zeide
דעם עש"ק פ' לך א האלבע שעה פאר לעכט בענטשן אויפן וועג צי מיין אחסניא נאך זיך דרייען אין א געפערלעכן טרעפיק בין איך געפארען אויפן בייק לעין, האט מיך אפגעשטעלט א פאליס אין געבעטן די לייסענס אין רעגיסטרעשן אין פרעגט מיך אויב איך ווייס פארוואס ער האט מיך אפגעשטעלט? איך האב געאנטווארט אז "יא איך ווייס", ער גייט צי זיין קאר אין ווארט צוויי מיניט אין זיין שותף קימט צריק מיט מיינע פעפורין אין האט זיי מיר צריק געגעבען, אין נישט געגעבען קיין טיקעט, אין געלאסט פארען ווייטער, ווייסט איינער פשט? פאר וואס איך האב נישט באקימען קיין טיקעט?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 12:08 pm
דורך בשבילי!
דארפסט עפענען א נייע אשכול ''איך האב נישט באקומען א טיקעט

''.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 7:27 pm
דורך רויטע וואנצעס
אויב די פאליציי קומט נישט אן צו א מאווינג וויילעישען הירינג, ווערט עס ארויסגעווארפן. וואס פאסירט אויב סיי די פאליציי און סיי איך/מיין לויער קומען נישט אן צום הירינג?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 10:10 pm
דורך יואב
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אויב די פאליציי קומט נישט אן צו א מאווינג וויילעישען הירינג, ווערט עס ארויסגעווארפן. וואס פאסירט אויב סיי די פאליציי און סיי איך/מיין לויער קומען נישט אן צום הירינג?
דיין לייסענס קען ווערן סוספענדעד. קענסט אבער אפשטופן דעם קארט דעיט.