בלאט 8 פון 14

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:26 am
דורך שמעקעדיג
זר זהב האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:דו קומסט ארויס פון מקוה און דיין חבר פרעגט:
כ'האף האסט נישט אויסגעטרונקען דאס גאנצע וואסער, האסט מיך נאך עפעס איבערגעלאזט..

יואב האטאך ממש דאס אויסגערעכענט אין זיין פתיחה תגובה

יואב האטאך ממש דאס מרמז געווען אינעם נאמען פונעם אשכול, עס דארף זיין אויסגעדראשן און מ'זאל עס נישט אויסוואקסן, טא קענסטו עס איבערזאגן וויפיל מאל דו ווילסט, אלס מער דו זאגסט עס איז עס מער אויסגעדראשן און מער פאסיג פאר דעם אשכול.

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:32 am
דורך אביגדור
מזל טוב!

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 9:17 am
דורך ברעט מענינג
א בחור גייט צי צים שפילער,
וועלעכע פראוגרעמס האסטו?!

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 12:00 am
דורך יואב
ריזוואלקע איד איינגעהילט אין א ווייסן שאהל נאך א זעלטן צופלאמטער קבלת שבת: גוט שאמבעס! שלום עליכם, איר האט וואו צו עסן?

גאסט שעמעדיג: עפעס איינער פרידמאן האט מיר גערופן, כ'וועל גיין צו אים.

חזקי שטיי לעבן מיר האב איך געהייסן (ציפ): פשששיאה! דער פרידמאן מיטן לאנגע בארד?

גאסט יאגעדיג: כ'מיין ס'איז ער.

האפשוי, האפשוי, יענקי ברענג מיר א טישאו אבער שנעל:
אזוי, זעהר שיין. כ'וואלט אייך גערן גערופן, נאר כ'האב פשוט - גרויסע מיידלעך/כ'עס די וואך נישט אינדערהיים/פונקט מיין שלומי מיט זיין ווייב דא די וואך/מיין רעביצין פילט זיך נישט גוט/ כ'האב אסאך געסט/ עמערצאשעם ווען מיר מופן/ ס'פשוט נישט דא קיין פלאץ/ זאגסט מיר ווען פארדעם/ווייסטאך ס'שווער .....................

גאסט נערוועז:
יא יא, עניוועי איך דארף גיין. דער פרידמאן איז שוין אהיים גלייך נאכן דאווענען.

"טראך"! חזקי שטיי דא האב איך געהייסן אז נישט כאפסטו נאך איינס: איר קענט די וועג יא ?

גאסט צוריקטרעטענדיג:
מער ווייניגער. אראפ די בארג ניין?

אבראמי זיך אויף ברוך זאג כ'האב געהייסן ער זאל זאפארט אהערקומען: יא יא, איך גיי יענע וועג. שוין, עלען מיר גיין מינהאזאם.
(ווייסטאך ס'איז קיינמאל נישט געשמאק צו גיין אליינס באדערנאכט).

גאסט באזארגט: איר גייט יעצט ? פשוט איך..........

קינדער גייטס טוהט'ס ענק אן די קאוטס: יא יא, כ'קום. איין מינוט נאר.

גאסט איז עובר אויף דעם פוסעים בו פסיעה קטנה:
כ'האב מורא דער פרידמאן האלט שוין ביי די פיש.

טיראראראם אויוויי יאבאבאויבויבאם: האסטעך נישט וואס צו יאגן, כ'זאג דיר צו וועסט נישט בלייבן הונגעריג. ווייסטאך וויאזוי די מעשות גייען.
ווילאנג מ'קומט, מ'גייט נעמט צייט. ווייסט דעם מעשה מיט יענעם. א איד איז אמאל...............

פון דא און ווייטער: וויאזוי הייסטו? וועלעכע ווייס? אה די רדאמסקע ווייס? חנינא האט עפעס מיט דיר? אזוי גאר? זאגסט מיר? נעוואדאי געדענק איך אים!
א זיס איד געוועזן! ביי וועמען ביזטו אן איידעם? ביסט נאך אין כולל? ער צאלט שיין? ס'דא א בית מדרש דארטן? אזוי? יא, ווייסטאך, קיינער לעקט נישט קיין האניג אויף די וועלט; יענעמס גראז איז אלץ גרינער.

פיין. גוט שאמבעס! גוט שאמבעס! יא יא דארטן ארויף, די צווייטע טיר. ניין די אנדערע. אט אזוי. גוט שאמבעס!

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 8:42 am
דורך kliger
וואס איז נייעס?
זאג דו!
............
שאלה: וויאזוי הייסטו?
תשובה: גרינפעלד
דאס ווייס איך! איך פרעג וואס איז דיין ערשטע נאמען!

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 9:41 am
דורך קאווע טרינקער
איך וואלט געקענט זיין דיין זיידע... חחח

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 10:04 am
דורך איך אויך
וועמענס?

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 11:02 am
דורך קאווע טרינקער
" אים האסטו געפרעגט? ער איז דיין דיין?! הע, כ'דאך געלערנט מיט אים אין ישיבה..."

(סאו וואט? - ער האט געלערנט פלייסיג און דו נישט. יא, דאס געדענקסטו פון ישיבה. i feel your pain)

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 11:21 am
דורך מאטי
א "בל" דרשן נאכדעם וואס ער'ט באוואשן די צוהערער מיט שארפע תוכחה און טוט אויס דעם עולם נאקעט זאגט: איך מיין נישט קיינעם ח"ו, איך מיין מיר אליינס! איך רעד צו מיר אליינס.

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 1:01 pm
דורך אביגדור
צוויי זקינים -

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 1:03 pm
דורך שמעקעדיג
דאס באלאנגט אין דעם אשכול?
דער אשכול איז פאר זאצן וואס מען וואקסט נישט אויס, נישט וואס מען וואקסט אריין...

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 1:11 pm
דורך אביגדור
אפשר נישט?

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 3:22 pm
דורך ברעט מענינג
א מענטש גיסט זיך אפ די הענט,
אין ברימט זיך אינטער, יודישע צרות!

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 2:31 pm
דורך שמעקעדיג
טאטי, ווי אלט ביסטו?
דו מחוצפ'ל, מען טאר נישט פרעגן און נישט וויסן, עס איז פון די סודות הבריאה.

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 3:16 pm
דורך קאווע טרינקער
א אינגערמאן, א טאג נאכן חתונה, ערשטע מאל ער דאווענט אין דעם בית המדרש, א דינסטאג צופרי.
חכם הרזים: חתן?! וואו ביסטו געווען נעכטען מאנטאג ביי והוא רחום... חחחח

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 4:58 pm
דורך אביגדור
.

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 5:52 pm
דורך newkave
איך גיי נאך געלט פאר...

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 6:28 pm
דורך מאטי
די דאווענען שפאצירער (וגם אני בתוכם) יש וואס גייען שנעלע טריט מיט א גראדע ליניע, און ביים סוף אזא פלוצימע אומאויסרעכנבארע דריי צוריק וחוזר הגלגל. ווידער איז דא די וואס גייען געלאסענע עטוואס אויסגעשפרייטע טריט זייער עיגול אויף צירוק איז יא מער אויסרעכנבאר.

די נפק״מ כאפט אזוי, ביים ערשטע טיפ שפאצירער אויב האט זיך געמאכט אז ער שפאצירט ממזרח למעריב און זיין בן גיל מדרום לצפון דאן איז בחסד אבער אויב ביידע גייען בסגנון אחד דאן איז דא ערענסטע חשש פאר א ערענסטע צוזאמשטויס!!! משא״כ ביים צווייטען טיפ קענען ביידע אויסקלייבן אייניגע ראוטס.

איך מיין ס׳איז צייט אריינצוברענגען די טונקעלע עבריהעם ליקאלנ׳ס קאלאטעריל דעמעידש באפרייטע. און געהעריג קאנטראלירן דעם טראפיק,מאכן ליניעס מיט סקענינג מאשינדלעך.

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 6:52 pm
דורך שמעקעדיג

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 9:28 pm
דורך שמעקעדיג
לאמיך דיר פארציילן א מעשה, אין קורצן, כעל נישט מאריך זיין,

כ'בין נעכטן געווען ביי א איד באזוכן, בקיצור, זאגט ער מיר אז ער איז יעצט פארנומען, אפשר קען איך קומען מארגן. בקיצור הדברים, כ'האב אים געזאגט אז ס'איז נישט שייך, איך דארף פון אים נישט מער ווי 15 מינוט. בקיצור, זאגט ער מיר, קום אריין אבער מאך עס שנעל. כעל שטייצעך יעצט נישט מאריך זיין מיט די גאנצע השתלשלות הדברים וואס כאבעם געזאגט, ווייל איך וויל עס מאכן בקיצור נמרץ, סיז נישט די צייט מאריך צו זיין, בציקער, נאכן אויסהערן 6 מינוט זאגט מיר יענער, גענוג, כ'זעה שוין וואס גייט פאר, נעקסטע וואך העלעך קעהר נעמען דערפון ווייל די וואך בינעך גאר שטארק ביזי...

בקיצור בציקער בשיכור נמרץ, הער שוין אויף! פארוואס דארפסטו יעדע זאץ אנהויבן מיטן צויבער-ווארט "בקיצור", בשעת דו ביסט מאריך מער און מער!

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 10:13 pm
דורך אביגדור
-__

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 10:13 am
דורך יואב
זאג צעהן מאהל דשאפעל.
מיט וואס עסט מען זופ?
ניין, מיט א לעפעל.
חחחחחחחחחחחחחחחחח.
----
זאג צעהן מאהל זרת.
וויאזוי האט געהייסן אחשוורוש'ס ווייב?
ניין, וושתי.
חחחחחחחחחחח כפולה.

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 10:15 am
דורך יואב
Q: וויאזוי גייט דאס?
A: ווער זאגט ס'גייט.