בלאט 2 פון 8
נשלח: זונטאג יוני 18, 2017 9:33 pm
דורך [NAMELESS]
קאווע טרינקער האט געשריבן:אפשר גייען מיר א טריט ווייטער?
דורכברוך: חתן כלה וואוינען ביים שווער, להחזיר עטרה ליושנה.
א יונג פארל זאל דארפן צאלן משוגענע סכומים פאר חודש'ליכע רענט, ווען די מחותן האט א איבריגע שטוב??
ווער האט דען א איבעריג שטוב?
כאילו עס איז די זעלבע זאך...
אן א חתונה נאכט פון 15 אלפים קען נישט זיין שלום בית??
נשלח: זונטאג יוני 18, 2017 9:44 pm
דורך [NAMELESS]
שמערל האט געשריבן:עס איז גענוג א ווייטאג אז מען פארט צוזאם צוויי מינדעריעריגע קינדער, און מען שפילט חתונה.
אז דאס ווערט נאך באגריסט דורך נארמאלע מענטשן אלס א פארשריט, איז נאך א פיל גרעסערע ווייטאג...
וואס עפעס מינדעריעריג?? זיי ווייסען בעסער וואס מיינט חתונה האבן ווי דו האסט געוויסט 2 יאר נאך דיין חתונה.
נשלח: זונטאג יוני 18, 2017 9:49 pm
דורך קאווע טרינקער
אן 150 קאפעלס, מוזיקה, בדחן, נייע בעקיטשעס, קען נישט זיין שלום בית?
דו ווילסט טוהן נאר וואס מ'מוז? גיי מיט א אונטערהויזן אויפן גאס און שפאר דיך איין תהומות געלטער פאר קליידונג.
נשלח: זונטאג יוני 18, 2017 9:55 pm
דורך [NAMELESS]
קאווע טרינקער האט געשריבן:אן 150 קאפעלס, מוזיקה, בדחן, נייע בעקיטשעס, קען נישט זיין שלום בית?
דו ווילסט טוהן נאר וואס מ'מוז? גיי מיט א אונטערהויזן אויפן גאס און שפאר דיך איין תהומות געלטער פאר קליידונג.
נא ביי אונז אין קהילה איז טאקע נישטא די זאכן. יא אפי' בעקיטשעס קויפט מען נאר וואס מען דארף. מען קויפט נישט קיין חתן פעקיטש...
נשלח: זונטאג יוני 18, 2017 10:00 pm
דורך שמערל
עמעזאן האט געשריבן:שמערל האט געשריבן:עס איז גענוג א ווייטאג אז מען פארט צוזאם צוויי מינדעריעריגע קינדער, און מען שפילט חתונה.
אז דאס ווערט נאך באגריסט דורך נארמאלע מענטשן אלס א פארשריט, איז נאך א פיל גרעסערע ווייטאג...
וואס עפעס מינדעריעריג?? זיי ווייסען בעסער וואס מיינט חתונה האבן ווי דו האסט געוויסט 2 יאר נאך דיין חתונה.
פערצופאל בין איך אן אלטער בחור וואס מיינט אז קינדער קומען פון רבינ'ס ברכות...
אנשטאט מיר צו פערזענליך אטאקירן, זיי ענדערש מסביר פארוואס דו האלטסט אז חתונה האבן ביי די זעכצן איז א מעלה, אפשר ביסטו נישט באקאנט, אבער אין אונזער סאסייעטי איז חתונה מאכן א מיידל ביי אזא עיזש באטראכט ווי א צוריקגעשטאנענע זאך. דו זאגסט אז די פארפאלק איז מורא'דיג עדיוקעיטעד, אפשר ביסטו א ביסעלע מער מרחיב פון ווי זיי האבן באקומען זייער הויעכע שטודירונג? און אויף וואס איז באזירט דיין הנחה אז הויעך שטודירטע קענען יא חתונה האבן אינג?
זייענדיג נעבעך א פראדוקט פון די סאסייעטי וואס מיינען נעבעך אז מען קען נאר חתונה האבן אין א זאל, איז מיר א ביסעלע שווער מיטצוהאלטן דיין דורכברוכענדיגע מהלך המחשבה.
נשלח: זונטאג יוני 18, 2017 10:00 pm
דורך איך אויך
שמערל האט געשריבן:עמעזאן האט געשריבן:איך אויך האט געשריבן:ווי אלט זענען די חתן וכלה?
17
די כלה איז נאך זעכצן ר"ל.
אה כ'האב פארשטאנען אז עס קען נישט זיין אזוי קאוזי און ראוזי ווי מען וויל עס מאכן סאונדן.
סאו ר יואלי הער דיך גוט צו! כפארשטיי ביסט א הייסע חסיד פוןר׳ אליעזר שיק. אבער געדענק אז דא איז נישט מדינת ישראל. דא אז דו ווועסט אינקארעדזשן טשיילד רעיפ און חתונה מאכן בעיבי מיידלעך ביי די 16! וועט די עפ. בי. איי. גאר שנעל קומען קלאפן אויף דיין טיר, ויפה שעה אחת קודם.
שומו שמים ותזדעזי ארץ ארבע מאות פרסאות ווי פאר אביסל 'קיהלשאפט' טוהען נארמאלע ניקס פארשווייגן עכטע טשיילד רעיפ.
נשלח: זונטאג יוני 18, 2017 10:04 pm
דורך שמערל
ליידער לעבן מיר אושנטער א פארפוילטע מלכות של חסד, ווי יעדע רשעות וואס קומט באגלייט אונטער די מאנטעל פון פרידעם אוו רעליגיע, ווערט געשטיצט דורך די ערוויילטע באאמטע וואס קוקן אזוי ארויף אויף אונזער בלאק וואוט.
די ניו זשערזי אסעמבלי האט לעצטנס געוועלט צו מאכן אומלעגאל דאס חתונה האבן אנדערעיזש, נאר צו ווערן געוויטאויד דורך דעם גראבן קריסטן.
נשלח: זונטאג יוני 18, 2017 10:13 pm
דורך כפתור
שמערל האט געשריבן:עס איז גענוג א ווייטאג אז מען פארט צוזאם צוויי מינדעריעריגע קינדער
17 איז נישט מינדעריעריגע קינדער
נשלח: זונטאג יוני 18, 2017 10:17 pm
דורך כפתור
[/quote]
קריינא.. עפן אויף דער עולם וועט גיסן געלט.[/quote]
כ'בין ( נאך) נישט באקאנט וויזוי דאס ארבעט, אפשר איז דא ציווישן אונז איינער וואס איז באקאנט דעמיט
Re: דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה
נשלח: זונטאג יוני 18, 2017 11:13 pm
דורך החוקר
שמערל האט געשריבן:ליידער לעבן מיר אינטער א פארפוילטע מלכות של חסד, ווי יעדע רשעות וואס קומט באגלייט אונטער די מאנטעל פון פרידעם אוו רעליגיע, ווערט געשטיצט דורך די ערוויילטע באאמטע וואס קוקן אזוי ארויף אויף אונזער בלאק וואלט.
די ניו זשערזי אסעמבלי האט לעצטנס געוועלט צו מאכן אומלעגאל דאס חתונה האבן אנדערעיזש, נאר צו ווערן געוויטאויד דורך דעם גראבן קריסטן.
איז לאמיר פארשטיין, דו ווילסט ענדערש געבן די רעכטן פאר די "מלכות של חסד" אפצומאכן ווען צו גרענטן פרידאם אוו רעליגיע און ווען נישט, אבי עפעס א ברסלב'ער זאל נישט קענען חתונה האבן ביי די זעכצן.
דו פארשטייסט אז מארגן קען ער אפמאכן אז עס איז נישט איסגעהאלטן אויפצוציען קינדער אלס רעליגיעז, נאר מען דארף לאזן קינדער אליינס אויסקלויבן ביי די 21 וואסערע רעליגיע אים שמעקט.
נשלח: זונטאג יוני 18, 2017 11:47 pm
דורך [NAMELESS]
שמערל האט געשריבן:עמעזאן האט געשריבן:שמערל האט געשריבן:עס איז גענוג א ווייטאג אז מען פארט צוזאם צוויי מינדעריעריגע קינדער, און מען שפילט חתונה.
אז דאס ווערט נאך באגריסט דורך נארמאלע מענטשן אלס א פארשריט, איז נאך א פיל גרעסערע ווייטאג...
וואס עפעס מינדעריעריג?? זיי ווייסען בעסער וואס מיינט חתונה האבן ווי דו האסט געוויסט 2 יאר נאך דיין חתונה.
פערצופאל בין איך אן אלטער בחור וואס מיינט אז קינדער קומען פון רבינ'ס ברכות...
אנשטאט מיר צו פערזענליך אטאקירן, זיי ענדערש מסביר פארוואס דו האלטסט אז חתונה האבן ביי די זעכצן איז א מעלה, אפשר ביסטו נישט באקאנט, אבער אין אונזער סאסייעטי איז חתונה מאכן א מיידל ביי אזא עיזש באטראכט ווי א צוריקגעשטאנענע זאך. דו זאגסט אז די פארפאלק איז מורא'דיג עדיוקעיטעד, אפשר ביסטו א ביסעלע מער מרחיב פון ווי זיי האבן באקומען זייער הויעכע שטודירונג? און אויף וואס איז באזירט דיין הנחה אז הויעך שטודירטע קענען יא חתונה האבן אינג?
זייענדיג נעבעך א פראדוקט פון די סאסייעטי וואס מיינען נעבעך אז מען קען נאר חתונה האבן אין א זאל, איז מיר א ביסעלע שווער מיטצוהאלטן דיין דורכברוכענדיגע מהלך המחשבה.
בכלל נישט געמיינט דיר צו אטאקירן, איך האב געמיינט צוזאגן די אלגעמיינע ציבור ביי אונז.
עדיוקעט האב איך נישט געמיינט שטודירונג, ווי קומט עס בכלל אריין ווען מען רעדט פון חתונה האבן?
איך האב זיך באצויגען אז זיי זענען עדיוקעטעד מיט זייערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] געברויכן והמסתייעף און יעדער דארט וויל חתונה האבן צו האבן א אינדזויבל לעבן צוזאמען מיט די ווייב/מאן.
אפשר זאגסטו מיר די נארמאלקייט פון נעמען אומוויסענדע 18-19 יעריגע בחורים און מיידליך און זיי חתונה מאכן, די מערסטע וואס זיי ווייסען איז אז ס'איז א שיינע פעמילי און עס איז א קאנטינענטל חתונה... דאס איז אביוז.
ביי אונז ווייסט יעדע בחור און יעדע מיידל וואס חתונה האבן איז און זיי ווילן באמת חתונה האבן.
נשלח: זונטאג יוני 18, 2017 11:53 pm
דורך דער דאס
די נייעס געמאלדן אין גליון היכל הקודש
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 12:26 am
דורך שמעקעדיג
קאווע טרינקער האט געשריבן:אן 150 קאפעלס, מוזיקה, בדחן, נייע בעקיטשעס, קען נישט זיין שלום בית?
דו ווילסט טוהן נאר וואס מ'מוז? גיי מיט א אונטערהויזן אויפן גאס און שפאר דיך איין תהומות געלטער פאר קליידונג.
איך וואלט עס גערן געטון נאר איך האב מורא אז [tag]שבת אחים[/tag] וועט דיסקוסירן דא ברבים וועלכע סטייל/קאליר אונטערהויזן איך טראג..
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 12:27 am
דורך שמעון וואלף
אביסעל שכל האט געשריבן:פארוואס עפעס סוף חודש?
קען זיין אלע אנדערע טעג זענען שוין געווען בוקט.
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 12:41 am
דורך shem-tov
זייער א גוטע פובליסיטי סטאנט פאר רבי יואל אבער טעקניקלי זעה איך נישט קיין שום געלט געשפארעכץ ממש גארניש נאר בלויז קאפ ווייטאג און בטול תורה פאר אזא מקום קדוש..
די איינציגסטע זאך וואס ער שפארט זעך אפשר איז די זאל אויב זענען די מחותנים בלוטיגע ארימעלייט און באצאלן אים נישט אבער די סעודה, די וועיטערער, די שפילער, פאטאגרעפער, די קליידונג, די גראמער, די העיר דרעסערס אא"וו מוזן זיי דאך ווייטער צאלן נו וואס האט ער דא אויפגעטאן? אז סגייט זיין לעבעדיג איין נאכט אין זיין ישיבה אדרבה לאמיר פארשטיין.
אבער בכלליות וויל איך וואונטשן דעם ראש ישיבה רבי יואל שליט"א פיל הצלחה און נחת אשריך שזכית לכך אריינצולייגן אזויפיל אמונה טהורה אין יודישע קינדער
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 12:56 am
דורך [NAMELESS]
איך זעה אז די עולם מיינט אז נאר די חתונה זאל שפארט מען, דאס זעהט די עולם ווייל מען זאגט דאך ווי די חתונה איז.
די אמת איז אז די ראש ישיבה ארבייט אז עס זאל בכלל קאסטן דאס ווייניגסטע מתנות קויפט מען נישט די טשולערי גיט מען עכט פאלש די ביכער איז זילבער-פיעלט די שטריימאל גאס ביליגסטע בגדים קויפט מען נאר וואס מען דארף אויף די סיזען וכו'
אס איז דא ריקארדירטע שיעורים ווי די ראש ישיבה צולייגט עס גוט ווער קען עס ארויפשטעלן דא?
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 1:12 am
דורך קורקלענד
איז אמת אז דער עולם העלפט ארויס מיטן קאכן די עסן פאר די חתונה?
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 1:13 am
דורך [NAMELESS]
איך אויך האט געשריבן:אה כ'האב פארשטאנען אז עס קען נישט זיין אזוי קאוזי און ראוזי ווי מען וויל עס מאכן סאונדן.
סאו ר יואלי הער דיך גוט צו! כפארשטיי ביסט א הייסע חסיד פון ר' אליעזר שיק. אבער געדענק אז דא איז נישט מדינת ישראל. דא אז דו ווועסט אינקארעדזשן טשיילד רעיפ און חתונה מאכן בעיבי מיידלעך ביי די 16! וועט די עפ. בי. איי. גאר שנעל קומען קלאפן אויף דיין טיר, ויפה שעה אחת קודם.
שומו שמים ותזדעזי ארץ ארבע מאות פרסאות ווי פאר אביסל 'קיהלשאפט' טוהען נארמאלע ניקס פארשווייגן עכטע טשיילד רעיפ.
@איך אויך א רבי קען מען אביסל אפשאצן דורך א תלמיד וואס שפיגלט אפ די רבי...
לאמיר נעמען די בעלזא חסיד לעומת מוהרא''ש חסיד.
פון איין זייט האבן מיר א חסיד בעלז א (אומ)באליבטע @איך אויך וואס האט זיך שוין באקאנט געמאכט פיל מאל מיט זיין אויסגעווענליכע איידלקייט און געשמאק צו גאט און צו לייט.....
לעומת זה א חסיד מוהרא''ש אונזער אומפארגעסליכע ניק החכם @ברסלבער
איך דארף נאך עפעס מוסיף זיין???
יעצט זאג מיר ווער עס איז ......... לבטלה......
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 2:12 am
דורך ידען
מע רעד וועגען די גיל פון די קינדער.
אויב זיי האבען חתונה ביי די זעלבע גיל אין ויואל משה איז גוט..
זיי האבען חתונה יונג, זיי לעבען זייער גוט.
אויב זיי חתונה ביי די 18 זענען זיי שוין זייער קליג...
טראכט נישט יעצט וויפיל יארען זיי זענען.
איז גוט אז זיי גייען נישט חתונה האבען אין א זאל??
Re: דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 6:25 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אין געיטסהעד ענגלאנד קאכען די ווייבער די חתונה, די קהלה האט א זאל מער ווייניגער אומזיסט פאר׳ן ציבור (דער eu האט עס געבויט פאר דער ׳קאמיוניטי׳ מיט עפעס א האלאקאוסט שטיק. אפיציעל איז עס א gym און ממילא איז עס נישט אזוי פענסי ווי ניו יארקער זאלען, אבער געיטסהעד איז נישט קיין פענסי שטאט)
בלומען האט מען א גמ"ח און פאטאגראפיער מיט מוזיק זענען זייער ביליג (אבער נישט צו פראפעשאנעל). חתונות קאסטען זייער ווייניג דארט טאקע, און דער וואס וויל מער, קען ברענגען א קעיטערער פון לאנדאן (און צאלען א שחוטי חוץ שטייער צום קהל, יא מ׳טוט נאך אזוי דארט) און דינגען א גויישע זאל. אבער קיינער מוז נישט, און רוב עולם טוט עס נישט. דער רב ז"ל האט אזוי חתונה געמאכט, און ס׳איז בכלל נישט קיין בזיון.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 9:07 am
דורך שושן פורים
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:. דער רב ז"ל האט אזוי חתונה געמאכט, און ס׳איז בכלל נישט קיין בזיון.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
וועלכע רב?
Re: דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 9:14 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער שטאטישע רב פון געיטסהעד.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 9:16 am
דורך איך אויך
דאס עצם חתונה מאכן אין שוהל איז אוודאי נישט קיין בזיון, הלואי זאל עס יעדער טוהן.