בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2019 8:07 am
דורך זאפטיג
טמיר האט געשריבן:פון חובות הלבבות קומט אויס אז עס איז נישטא אזא זאך ווי רשות.
אין ספר החינוך ביי די מצוה פון ולא תתרו קומט אויך אויס אז מען טאר גארנישט טון סתם להנאה, אזוי ליגט מיר אין זכרון


נישט פאדרייען ביטע!
דער חובת הלבבות זאגט אז יעדער זאך איז אדער א מצווה אדער פארקערט
אז איך וויל יעצט ענדזויען כדי אזוי ארום מיינע נערווען בארויגען אז איך זאל קענען בעסער זיין צים דינסט פון מיין באשעפער דאן איז דאס א מצוה. אז איך זעץ מיך ארפא שרייבן אויף קאווע שטיבל ווייל דאס געט מיך א ברעיק אינמיטען העוויי סטרעספאל ארבעט דאן איז דאס א מצווה.
לשם יחוד... הנני מוכן ומזומן... ויהי נועם ה' וגו'

Re: טאר א איד נהנה זיין פון דער וועלט?

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2019 8:25 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
שיין, אבער די אנדערע צד איז אז די הנאה זעלבסט איז די תכלית, נישט דאס בארואיגן די נערווען.

דער ראיה פון די בריאה איז זייער שוואך. דער וועלט מוז קומען מיט נסיונות פונקט ווי מיט תועלת׳ן. דער זיך מתגבר זיין אויף נסיונות איז א שלימות אין די מענטשהייט און אן עבודת הבורא.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2019 8:31 am
דורך זאפטיג
עס איז געוען אידן וואס האבן געהאט אן ענין נישט נהנה זיין פון די וועלט. געשלונגען עסן אנע קייען וכדו'
אין דער גמרא טרעפט מען אויך רבי מיט די צעהן פינגער

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2019 10:21 am
דורך וואלווי
נולד מאוחר האט געשריבן:שטעלט אייך פאר איר הערט א סאיז דא ריליגע וואס פארציילט , אז זייע גלייבן אין א באשעפער וואס האט אזוי אויסגעשטעלט די וועלט.
ער האט געמאכט דו צינג זאל קענען שפיערן א גוטע טעם, און געמאכט אז דו עסן וואס א מענשט עסט זאל טעסטען זייער גוט.
דערנאך האט ער באשאפן א אז דו איינציגסעט אופן וויאזוי מקען ממשיך זיין דו מין איז מיט געפערליכע הנאה.
גוטע ריחות בשמים וכדו' פאר דו נאז, שיינע מוזיק וואס איז הנאה פארן אויער.
אזוי וויטער האט ער באשאפן ביימער, וואסערן, און בערג וואס איז הנאה פאר דו אויגן.
דאס אלעס האט ער געמאכט כדי דער מענשט זאל נישט הנאה האבן. יא אזויווי איר הערט, נישט הנאה האבן.
יעדער נארמאלער מענשט וואלט געזאגט, אזא מין גלויבען דארף מען זיי מיט זייער גאט טראגן צים דאקטער.
אויב עפעס, שרייט גאט דורך דו בריאה דאס העכסטע וואס איז נאר שייך קומט און האט הנאה. סאיז כמעט אזא התגלת ווי דו קולות וברקים ביי מימד הר סיני, יעדע שפחה זעט דו קולות.


כמדומה, אז בארדיטשובער רב שרייבט ערגעץ פשט אין זכרנו לחיים מלך חפץ בחיים, אז דער אייבערשטער "וויל" פאר אונז א זיס און גוט לעבן, פשוטערהייט בגשמיות.

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2019 8:54 pm
דורך קומזיץ
אז מ'רעדט פון "קומזיץ" קען איך נישט זיצן אזוי אינדרויסן :D ,
מיימון זייער שיין באשריבען, אבער דאס וואס די שרייבסט אז די מאטיווען פון די רבנים קומען אלץ מוחאה צו די איבריגע הנאת עוה"ז וואס אזא קומזיץ טוט רעפלעקטירען זעהט נישט אויס צו זיין ריכטיג,
וויליאמסבורג איז א דוגמא ווי א ערליכע בעה"ב האט נישט קיין פראבלעם צו הנאה האבן פון עוה"ז , צי מיט'ן שיינעם שטריימעל, אויפגעריסענע חתונות און אנדערע מסיבות,באקוועמע קאר, הויז און קאנטרי, א גיט שטיקל פלייש פון איינע פון די באקאנטע רעסטאראנטען , א וואקאציע און פלארידא און נאך...., וואס עפעס דא האבן זיי זיך דערמאנט?
און זייט ווען איז אזא קומזיץ א פשוט'ן תאוה , אז א מענטש האט הנאה פון עפעס מאכט עס נישט קיין הנאת עוה"ז , אז א מענטש שפירט אז עס נעמט עם ארויס פון זיין געווענטליכע לעבנסשטייגער און מאכט עם פארגעסן אביסל פון די מיטשענישען און דאגות און העלפט עם אביסל זיך קאנצעטרירען אויף רוחניות און ווארימקייט צו עבודת השם ווערט נישט אנגעריפען סתם תאוות עוה"ז , און בפרט ווען ס'קומט נאך מיט א שיעור חיזוק ,
זייער פראבלעם איז, אז ביי זיי ווי מער נעגעטיוו מען איז אלץ מער ערליך איז מען און נעגעטיוויטי שפיגלט אפ ביי זיי א ערליכע יוד ,
איז כל זמן מען ווייקט זיך אין הנאות און איבריגע באקוועמליכקייטן בלויז לשם הנאה איז נישט קיין פראבלעם ,
אבער ווען מען ברעגט אריין רוחניות , יודישקייט און א פאזיטיווע אטמאספערע כאפט זיי די קדחת ווייל זיי האבן מער גארנישט וואס צו פארקויפען פארן עולם ווייל קיינער דארף מער נישט זייעער זויער פנים מיט פארקנייטשטע שטערן.

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2019 8:23 am
דורך זאפטיג
איך האלט אז ווען מען זעצט זיך ווען אראפ מיט זיי פארדעם און מען געט זיי דער כבוד צי מכלומרשט שטיין אינטער דעם און בהשגחת ובהמלצת וכו' הרב דומ''ץ וכו' און זיי וואלטן געשפירט זיי פארלירן נישט קאנטראל פוון די מענטשן וואס דערוואגן זיך צי טוהן זאכן אליינס, דאן וואלט אלעס געווען בסדר.
איך זאג עס פון ערפארונג
געב דעם רב צי פילן אז ער איז אין קאנטראל און ככל אשר תחפוץ תעשה.
קום אים פרעגן ווי אזוי, ווען , וואס און גיי טוה וואס די ווילסט עס וועט אים בכלל נישט שטערן

Re: טאר א איד נהנה זיין פון דער וועלט?

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2019 7:35 pm
דורך מי אני
adceb5f6-8506-4906-8a18-a2f2f51ebbf0.jpg



Sent from my iPhone using Tapatalk