ווייב פון א חסידישן אינטעלעקטואל (וועקער 19)
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 503
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
- האט שוין געלייקט: 501 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל
די פרוי וואס האט דאס געשריבן דעזערווט א שטול אין גן עדן. חוץ די גן עדן וואס זי דארף בעאקומען פאר'ן שרייבן אזא שיינע ארטיקל, רעד איך פון די גן עדן פון וואוינען מיט אזא מאן און טאלערירן אלע זיינע שטותים. נא באלסא לאקא!! שלומי וועט גיין אין די ספעשעל גן עדן פאר'ן סעיווען עפעס א פאני מין פיש פון די אושען, און זיין ווייב וועט גיין נהנה זיין מזיו השכינה.
- בת קול
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1421
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
- געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
- האט שוין געלייקט: 1427 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל
מיין מיינונג איז אז שלומי איז אביוסיוו.
איך האלט עס איז א שאנדע אז ער ווערט אראפגעלייגט ווי א ביישפיל פון א חסידישן אינעלעקטואל.
ער איז גארנישט אנדערש ווי די פלאטשיגע וואס צווינגען ארויף זייערע חומרות אויף זייערע ווייבער און קינדער.
נישט לאזן זיין ווייב האבן נאך א קינד פאר 9 יאר איז אביוס.
איבערניצן די וואסער פון באד פאר אנדערע קינדער ווען עס איז שוין שמוציג און קאלט, איז אביוס.
חוזק מאכן פון זיין ווייב'ס געפילישע אויסדריקן איז אביוס.
נישט קיין חילוק אויב מען איז אן אינעלעקטואל אדער א פלאטשיגער, פארשטייט יעדע פארפאלק אז זיין חתונה געהאט קומט מיט negotiation און נאכגעבן אביסל.
עס הערט זיך ווי עס איז my way or the highway.
די איינציגסטע דן לכף זכות איז אויב ער איז אפשר אוטיסטיש.
שלומי איז נישט א ביישפיל פון א חסידישן אינעלעקטואל. עס זענען ב"ה דא נאכגעביגע, גוטהארציגע, און פארשטענדליכע, אינטעלעקטואלן אין אונזער קרייזן, וואס פירן זיך צו זייערע ווייבער מענטשליך, און נישט ווי קאנטראל פריקס.

.I got voices in my head.
- בת קול
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1421
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
- געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
- האט שוין געלייקט: 1427 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל
מצפצף האט געשריבן:נישט לאזן די ווייב האבן נאך א קינד איז נישט אביוז.
די אנדערע ביישפילן ביסטו גערעכט
אויב נאר איינע פון זיי לאזט נישט האבן קינדער, אדער לאזט נישט אויפהערן האבן קינדער, און לאזט נישט דעם אנדערן האבן א ווארט בכלל - איז דאס אביוס. Marriage איז א שותפות און negotiation איז א must. נישט דא אזא מהלך אז זיין ווארט איז די איינציגסטע וואס האט האפט.
.I got voices in my head.
- בת קול
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1421
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
- געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
- האט שוין געלייקט: 1427 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל
דער וועקער האט געשריבן:די שרייבערין פונעם ארטיקל האט געזען די קאמענטארן דא, און האט אריינגעשיקט א קלארשטעלונג.
זייענדיג אינעם זעלבן מצב, האלט איך נאך אלץ אז דאס איז נישט ריכטיג.
פון צווישן די שורות זעהט זיך אן dysfunction וואס איינער וואס לעבט מיט דעם, קען עס אפט פארזעהן.
מען קען האבן אן אינטעלעקטואל פאר א מאן וואס מאכט נישט אוועק די ווייב'ס רצונות, שאיפות און opinions.
האבן א גוטע s*x life, אדער קענען זיין vulnerable, האט גארנישט מיט אן אומבויגזאמע נאטור פון א מענטש וואס מאכט אוועק א צווייטנס דעה.
די עקשנות האט גארנישט צו טוהן מיט זיין אן אינטעלעקטואל.
.I got voices in my head.
- בת קול
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1421
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
- געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
- האט שוין געלייקט: 1427 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל
איך וויל צולייגן אז איך מיין בכלל נישט אראפ צו רייסן מרים לאה, אדער איר מאכן פילן שלעכט.
איך שעץ איר זייער פאר ארויסקומען מיט איר מעשה און מיטטיילן איר עקספעריענס.
האבן אן אינטעלעקטואל פאר א מאן קען צומאל זיין challenging און אויך זייער rewarding.
איך בין נאר מחולק איבער געוויסע פרטים אויב דאס איז צוליב זיין אן אינטעלעקטואל.

- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
כ׳בין נאכנישט אנגעקומען צו ליינען דעם ארטיקל, כ׳וויל נאר אנמערקן איין נקודה. ס׳איז אמת אז געווענליך זענען פאנאטישע מענטשן מער געפיליש און דערפאר קענען זיי זיך בעסער אויסקומען מיט אנדערע מענטשן (און מיט זיך אליינס), ווידער אזויגערופענע אינטעלעקטואלן, aka nerds, קענען צומאל זיין סטאק אין זייער skull און גיי רעד צום לאמפ, די שפאלט אבער וואס מ׳מאכט דא כאילו ס׳איז פאנאטיש קעגן אינטעלעקטואל איז א false dichotomy. מ׳קען זיין סיי פאנאטיש און סיי אן אינטעלעקטואל ביינאזאם, ווי אויך קען מען זיין סיי אויפגעקלערט און סיי געפיליש אינאיינעם, ס׳איז אינגאנצן נישט קיין סתירה. יעדער פון אונז קען צופיל פאנאטישע אינטעלעקטואלן וואס מיט זייער בית שמאי׳דיגע יקוב הדין את ההר קענען זיי דערגיין די יארן פון זייערע ארומיגע מיט ענדלאזע הלכות, חומרות, מנהגים, און ספיקא דאורייתא׳ס מיט וואס זייער גאונ׳ישע אינטעלעקט קומט אויף ווייל ס׳האט צופיל ליידיגע צייט, זיי קענען פליען אין עולם הפאנטאזיעס און פארנאכלעסיגן די עמאציאנאלע באדערפענישן פון זייער ווייב און קינדער, א.א.וו. דער אויפגעקלערטער אינטעלעקטואל לאזט נישט זיין ווייב האבן א קינד און דער פאנאטישער אינטעלעקטואל צווינגט זיין ווייב צו האבן א קינד מיט הלכה׳דיגע און השקפה׳דיגע ברעינוואשונג, שוטפים את מוחה עד שאומרת רוצה אני, איך זעה נישט די גרויסע חילוק צווישן די צוויי, זיי זענען זיך ביידע ווערד זייער גיהנם. דער פאנאטיק נוצט זיין אינטעלעקט זיך טיפער אריינצוגראבן אין די כריין וואו ער איז געבוירן, דער אויפגעקלערטער נוצט זיין אינטעלעקט זיך אריינצוגראבן אין כריין וואס ער האט אליינס איינגעפלאנצט, ווער האט א בעסערע לעבן? סוף כל סוף עסן ביידע כריין נאר מיט אן אנדערען פלעיוואר.
ענדיוועיס, מ׳איז אביסל פארקראכן פונעם נקודה דא איז לאמיר שוין נאכמער פארקריכן, די מכה שלא כתובה בתורה וואס רופט זיך אינטעלעקטואלן הייבט זיך נישט אן ביי אויפגעקלערטקייט, נאר מיר זענען שוין אזוי צוגעוואוינט צו לאזן געפירט ווערן ביי די נאז דורך פאנאטישע אינטעלעקטואלן און מיר ווייסן ניטאמאל פון בעסערס און מ׳מיינט אז אזוי קומט עס, פאנאטישע אינטעלעקטואלן דרייען זיך ארום ביי אונז פראנק און פריי, מאכן אסיפות און געבן ארויס קול קורא׳ס חדשים לקברים, טיילן אונז איין וואסערע פאון מיר מעגן נוצן און שטעקן אריין די נעזער ביז׳ן שלאפציממער אריין, ברעינוואשן אונז און מאכן חרוב לעבנס, ארץ נתנה ביד רשע ואין פוצה פה ומצפצף. נאר ווען דער אינטעלעקטואל פארקויפט אויפגעקלערטקייט און הייבט אן קאמאנדעווען אינדרויסן פון אונזער comfort zone (שוין ווייטער...) נאר דעמאלטס פאנגט מען אן כאפן אז עפעס איז wrong, עפעס שטימט נישט, ווער איז דער אינטעלעקטואל/nerd וואס האט א pump אנשטאט א הארץ אונז צו פירן ביים נאז? זאל ער זיך גיין פון דאנעט! יא יא, שיק איהם טאקע לופטערן, אבער צוזאמען מיט איהם זאלסטו אויך שיקן די פאנאטישע אינטעלעקטואלן לופטערן ווייל אז נישט האסטו גארנישט אויפגעטוהן.

Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 473
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
- האט שוין געלייקט: 244 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל
בת קול האט געשריבן:מיין מיינונג איז אז שלומי איז אביוסיוו.
איך האלט עס איז א שאנדע אז ער ווערט אראפגעלייגט ווי א ביישפיל פון א חסידישן אינעלעקטואל.
ער איז גארנישט אנדערש ווי די פלאטשיגע וואס צווינגען ארויף זייערע חומרות אויף זייערע ווייבער און קינדער.
נישט לאזן זיין ווייב האבן נאך א קינד פאר 9 יאר איז אביוס.
איך מיין אייער אנגריף איז שלא בצדק. וואס הייסט "נישט לאזן זיין ווייב האבן קינדער"? פונקט ווי א פרוי איז נישט קיין בעיבי מאשין איז א מאן נישט קיין אנפלאנץ מאשין און ביידע מוזן מסכים זיין. זי האט אים געזאגט ער איז סעלפיש פאר נישט וועלן האבן נאך א קינד און ער האט איר געענטפערט אז פראדוצירן אסאך קינדער איז אויך סעלפיש. איר מוזט מיט אים נישט מסכים זיין אבער וואו קומט אהער אריין אביוז?
לגבי דער באד וואסער, ער פערזענליך באדט זיך אין זיינע קינדער'ס וואסער, איז ווער ווערט דא אביוזד?
עס איז טאקע דא פיין און צער אינעם ארטיקל אבער אויך ליבשאפט און ארנטליכקייט. איר מוזט נישט מסכים זיין און אפשר פאר אייך וואלט זיך עס נישט געפארט, אבער דאס איז גאר ווייט פון אביוז.
- בת קול
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1421
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
- געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
- האט שוין געלייקט: 1427 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל
מיינע ווערטער זענען נישט געוואנדן צו מרים לאה.
אפשר האט דער ארטיקל נישט גוט מסביר געווען זייער relationship און אים אראפגעלייגט מער אומבויגזאם ווי ער איז באמת, אבער אויב עס איז ענדליך דא אן ארטיקל פון א פרוי'ס פערספעקטיוו אויף איר חסידישן מאן אן אינטעלעקטואל, איז דער ארטיקל נישט א גוטן ביישפיל.
נאך הונדערטער מענטשן ליינען דעם ארטיקל, און עס געבט א נעגעטיוון, נישט ריכטיגן בליק אויף וואס א חסידישן אינטעלעקטואל איז.
אפשר האט דער ארטיקל נישט גוט מסביר געווען זייער relationship און אים אראפגעלייגט מער אומבויגזאם ווי ער איז באמת, אבער אויב עס איז ענדליך דא אן ארטיקל פון א פרוי'ס פערספעקטיוו אויף איר חסידישן מאן אן אינטעלעקטואל, איז דער ארטיקל נישט א גוטן ביישפיל.
נאך הונדערטער מענטשן ליינען דעם ארטיקל, און עס געבט א נעגעטיוון, נישט ריכטיגן בליק אויף וואס א חסידישן אינטעלעקטואל איז.
.I got voices in my head.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
שוין, דעם שבת בין איך אנגעקומען צו דעם ארטיקל, ס׳זעהט מיר אויס ווי אין צוגאב צום זיין אן אינטעלעקטואל ליידט דער שלומי פון אביסל אראגאנץ. ס׳איז אבער זייער שווער צו פאראורטיילן לויט די באשרייבונג, ס׳זעהט מער אויס ווי א מענטש וואס שטעלט זיך פאר באזוכנדיג א טעראפיסט צום ערשטן מאל ווי א פולשטענדיגע ארטיקל. יעדנפאלס, דער ענטפער וואס ער זאגט פאר זיין ווייב צוגלייכענדיג אירע שוועסטער צו מאלפעס איז אינגאנצן נישט אין פלאץ, די ריכטיגע ענטפער וואלט געדארפט זיין איר צוריקצופרעגן צו זי האלט אויך ווי אירע שוועסטער אז ער איז אזוי געפערליך אז זיינע חסרונות וועגן איבער זיינע מעלות און צו זי האלט טאקע אז אירע שוועסטער ענדשויען זייערע מענער מער ווי זי ענדשויט איהם, לויט ווי ס׳זעהט אויס פון די באשרייבנונג איז דער ענטפער א גרויסע ניין, איז וואס גייט איר אן וואס אירע שוועסטער טראכטן, זי דארף זיין צופרידן מיט איר חלק זאלן זיך אירע שוועסטער ענדשויען זייער חלק, זאל זיי וואויל באקומען. בכלל זעהט מיר אויס ווי די עיקר חילוק אין כאראקטער פון וואס די קאנפליקטן קומען ארויס איז אז מרים לאה דינט זייער שטארק די עבודה זרה וואס רופט זיך נארמאל בעת שלומי ליידט פון אראגאנץ און ער וויל דווקא נישט זיין נארמאל. שלומי קען נישט מיטהאלטן זיינע שוואגערס׳ שמועסן ווייל ער האלט זיך העכער פון די נארישע נארמאלע מענטשן און זייער נארישע small talk, כאילו זיינע טיפע ״אבסטראקטע״ און ״טיפע״ פילאזאפישע חקירות זענען נישט נארישקייטן, וואס יא, ס׳איז נישט ״נארמאל״ איז עס בסדר. מרים לאה שטערט אז ער האלט נישט מיט ווייל ״פארוואס קענסטו נישט זיין נארמאל?״, כאילו אויב אירע שוועסטער וואלטן געגעבן זייער הסכמה אויף שלומי וואלט איר לעבנסקוואליטעט מיט איין האר בעסער געווארן.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
פארגעס פון זיין ווייב, אז נישט צו זיין נארמאל זאל ער עס מאכן פאר זיך, אז ער קען זיין צאמגענומען פארוואס זאל ער אויסוועלן דווקא צו זיין צושטרויבלט, עפעס שטערט איהם וואס לאזט איהם נישט מאכן די פאות ווי א געזונטער מענטש, ווי ס׳שיינט איז זיין אישו אז ער וויל זיך נישט אידענטיפיצירן מיט אלגעמיינע נארמאלע ״נארישע״ מענטשן וואס זעהען אויס צאמגענומען דערפאר גייט ער דווקא צושלאכעט. בכלל איז עס זייער מאדנע, נעקסטע זוממער גיי איך מיך ארומדרייען אין די היימישע געגנטער אויפזוכן דעם אינגערמאן מיט זונגלעזער און דריי(!) אפענע קנעפלעך מיט צושטרויבלטע פאות, איך קען עפעס נישט זעהן די דריי אינאיינעם ביי איין מענטש, ווי ס׳שיינט דרייט ער זיך נישט ממש ארום מיט צושטרויבלטע פאות נאר ס׳ליגט דערין מער א דקות׳דיגע נקודה (אפשר לייגט ער נישט קיין דיפידי דו?)
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
העניך האט געשריבן:[tag]בת קול[/tag], דו האסט אויפגעברענגט גוטע נקודות אין דיין אריגינעלער הודעה, אבער נאכדעם וואס מרים לאה האט געענטפערט בטוב טעם ודעת, זע איך אין דיין רעאקציע די זעלבע פלאטשיגקייט און אומבויגזאמקייט מיט וואס דו באשולדיגסט שלומי'ן.
ווען דו וואלטסט געווען א טעראפיסט וואס זיצט קעגן מרים לאה'ן, מילא. מ'מעג אריינדרונגען טיף און אויפברענגען סענסיטיווע טעאריעס און שפעקולאציעס. אבער דו זיצסט אין דער באקוועמליכקייט פון דיין היים, און ביסט דן א מענטש וואס דו קענסט נישט און דו ווייסט אז זי לייענט דיינע ווערטער, און וועסט ליבערשט דן זיין לכף חוב, אפילו נאכדעם וואס דו האסט א קלארער פתח צו זאגן אז אפשר האסטו נישט ארויס דעם גאנצן בילד. וואס דו טוסט איז ליטערעלי אויפהעצן א פרוי וואס דו קענסט נישט קעגן איר מאן וואס דו קענסט נישט. א גרויליגע זאך צו טון סתם אזוי, און אוודאי ווערט עס נישט כשר ווען ניקים פארשלייערן די אמת'ע פנימ'ער און דו קענסט דיך מאכן פארגעסן אז מ'רעדט דא פון אמת'ע מענטשן.
איך האב נישט קיין פראבלעם אז דו זאלסט געבן מרים לאה'ן אדווייס, אז זי זאל זיכער מאכן אז זי שטייט גוט, און אז איר מאן נוצט איר נישט אויס. אבער אז דו זאלסט דא קומען און געבן א שמיר ארויף א נאסן ליילעך קוקט אין מיינע אויגן אויס ווי די זעלבע אומבויגזאמקייט און קאפ-אין-וואנט מיט וואס דו באשולדיגסט (אומבארעכטיגט) שלומי'ן.
האסט מיר אויסגעכאפט די ווערטער אין מויל..
ממש דאס געטראכט נאכן ליינען בת קול'ס ערשטע הודעה ווס די שפעטערע.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
העניך האט געשריבן:[tag]בת קול[/tag], דו האסט אויפגעברענגט גוטע נקודות אין דיין אריגינעלער הודעה, אבער נאכדעם וואס מרים לאה האט געענטפערט בטוב טעם ודעת, זע איך אין דיין רעאקציע די זעלבע פלאטשיגקייט און אומבויגזאמקייט מיט וואס דו באשולדיגסט שלומי'ן.
ווען דו וואלטסט געווען א טעראפיסט וואס זיצט קעגן מרים לאה'ן, מילא. מ'מעג אריינדרונגען טיף און אויפברענגען סענסיטיווע טעאריעס און שפעקולאציעס. אבער דו זיצסט אין דער באקוועמליכקייט פון דיין היים, און ביסט דן א מענטש וואס דו קענסט נישט און דו ווייסט אז זי לייענט דיינע ווערטער,
דו ווייסט נישט אז מרים לאה משל היה?
און א יעדעם פאל וועט איר בת קול'ס פאבליק עדווייס נישט איר טוישן עיין ערך Stockholm syndrome
אין מיין אויגן איז דער "שלומי" א עקעלדיגער סעלפאיש חיה פאר נישט פארציילן פאר מרים לאה ווער ער איז באמת, ביים באשוי, וואו מעג מען דאס טון?!?
פאסט נישט פאר א אינטעלעקט!!!
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 235
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:21 am
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 374 מאל
שלא בקשר צו די אמת׳ע פאר פאלק,
היות אונז ווייסען נאר קליינע טיט-ביטס פון זייער פריוואטע לעבנס.
אבער מהאטיך עס געשריבען אזא מזאל דן זיין און די נושא, און לאו דווקא און דיע פאר פאלק.
וואס סזעעט מיר אויס בנוגע ״שלומי״ אז שלומי וויל זיך אריינלייגען און די אינטלעקט שיך לאו דווקא אלץ די אינטעלעקט שבו נאר אוכט אלץ קולטור שבה.
ער וויל לעבען די קולטור פון די אינטולעקט און לאו דווקא די לעבען פון די אינטעלעקט, ער האט א געברויך זיך ארויסצושטעלען זיין איידענטעטי אלץ א אינטעלעקט און נישט אלץ חסיד.
דאס הייסט אז און א געוויסע זין לעבט ער נאך אדוק ומקושר און די סיסטעם, און ער פרובירט צו פאראומען א געוויסע סארט איידענטעטי און אונזער קולטור, און ער האט א צורך דאס צו דעמענסטרעיטען פארענט פון זיין משפחה וכ״ו
און ער פרובירט אז זיין ווייב זאל אוכט פארשטיין אז זייער מקום און סוסייעטי איז מער ארויפגעקוקט וואו די כלומרטשע נעמען ער רופט אהן זיינע צוריקגעבליבענע שוועגערענס.
ווען איך בין וועין זייער מערידזש קאונסלעיר, וואלט איך מער געארבעט זיי ארויסצונעמען פון די קולטור קינדער שיך, און מער פרובירען אז שלומי זאל לעבען א לעבען וואס באפרידיגט עם פריוואט, און די זעלביגע מיט שרה לאה, און ווען ער און זי ווערען גענוג באפרידיגט מיט זייער אייגענע לעבן, פעלו שוין נישט אויס צו דעמאנסטרעיטין פאר די שוואגערס און שוועגערענס, וואו אנדערש מאיז.
און אנדערע ווערטער רוב קאנפליקטען זעעט בעיקר אויס אז עס קומט פון שלומיס אומזעכירקייט און אומשטארקייט און זיין פריוואטע לעבן, און אין זיין צורך זיך אהערצושטעלען אלץ אונטלעקטאול און נאכגיין די קולטור פון אינטעלעקטול,און פון שרה לאה׳ס געבינדענקייט צו איהר משפחה, אן ארבעטען אויף וואס זי וויל באמת.
סאיז א פראסעס און סדארט צייט ביז מוואקסט ארויס פון די צורך פון זיך אוועקשטעלען אויף א געוויסע אופן און די משפחה, סנעמט אפאר יאר אבער וסוף הכבוד לבוא, און סאיז צום האפען אז שלומי און שרה לאה זאלען טרעפן זייער אינערליכע גליקלעכקייט, אום לעבן זייער פריוואטע לעבן בשמחה ובטוב לבב.
די נקודה איז אנשטאט זיך צוטוישען אויזערליך פון א פאפא חסיד וואס איז מקפיד אויף יעדע פאפא חומרא, צו א אינטלעקטאול חסיד וואס איז מקפיד נישט איבערצוניצען די וואסער אלץ חומרא דgreen deal קען שלומי ווערען אויס חסיד אינגאנצען פון יעדעם איינעם, און אויספיגערען מיט שרה לאה וויאזוי צו לעבען א צופרידענע פרייליכע לעבן וואס וועט זיי ביידע מאכען פרייליך שלא בקשר וואס זייער לעבן וועט אויס מאכען פאר אנדערע.
סאיז גאר גאר א גרויסע טשעלענזש,
ווען א מענטש איז אויפגעוואקסען און א געוויסע קולטור וואו מלאזט נישט קיין אינדעפענדינס, און ווען ער קומט צווישען די דאזיגע מענשטען שפירט ער א צורך צוזיך אהערשטעלען אלץ איינער וואס איז אנדערש וואו די סיסטעם, אהן דעם שפירט ער נישט זיין אייגענקייט און זיין עצמיות וואס זאל עם געבען א רעכט צו זיין א אייגענע מענטש און טראכטען אינדעפענדינט.
און סשפירט זיך אסאך מאל אז ענדישער זאל איך ווערען עפעס אנדערש און דעמאנסטרעיטין אז איך בין דאס און יענץ, וואו זיך פשוט נעמען די חוצפה צו טוהן וואס מוויל אהן זיך אנקלעבען א נייע לעבעל.
בקיצור,
דאס עיקר וואס ליגט אונטער שלומיס רצון איז א שטארקע רצון צו זיין ״זעלבסשטענדיג״ צו צוריק באקומען זיין אייגענקייט וואס אונזער קולטור בארויבט פון אונז, און שלומיס רצון איז אז שרה לאה זאל אוכט מיט קומען מיט עם, און אויפגעבען איהרע משפחה, און אנפאנגען לעבען איהר אייגענע סארט לעבען און האבען איהרע אייגענע שאיפות און רצונות, און כפי הנראה זענען זיי אויפען וועג אהין, און איך וואונטש זיי א דרך צלחה און זייער אייגענארטיגע דרך החיים.

- יעקב מעקסוועל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 360
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
- האט שוין געלייקט: 930 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל
א גרויסן דאנק פאר די שרייבערין פון די ארטיקל, און פאר איר שטארקייט צו ארויסלייגן איר מעשה צו ליינען.
איך האב אויך באקומען די איינדרוק אז די מאן איז א פיינע מאניפילעיטער, ער נוצט אויס די פאקט אז ער ווייסט מער, צו קענען טון וואס ער וויל. אפילו ווען עס איז אמת אז איינער איז זייער קלוג, (פון די ארטיקל זעט אויס די מאן איז טאקע א חכם), מעג ער נישט וועגן דעם נוצן זיין חכמה צו טון וואס ער וויל. במציאות איז ער חתונה געהאט צו א היימישע פרוי, קען ער זיך נישט אויפפירן ווי א היפי, (היפפיס איז אויך געווען אן אינטעלעקטואל מאוומענט).
איך בין מסכים למשל אז ער איז נישט מחיוב צו האבן קיין קינדער, אבער ער דארף אויך פארשטיין אז ביי די חתונה איז געווען די פלאן צו אויפשטעלן א משפחה ווי עס איז איינגעפירט אין אונזער געזעלשאפט. יעצט אז ער וויל נישט האבן קיין קינדער, דארף ער איר מסביר זיין זיינע געפילן און פלענער אז זי זאל אים גוט פארשטיין. ער קען נישט פלעין זאגן איך וויל מער נישט קיין קינדער און געענדיגט. (עס איז מעגליך די מאן אין אונזער מעשה האט עס יא געטון אויף די ריכטיגע וועג, פון די ארטיקל האט זיך נישט געשפירט אזוי).
ווען עס קומט צו די באציאונגען צו איר משפחה, בין איך זיכער נישט מסכים מיט וואס ער טוט. א חלק פון די התחייבות פון א מאן איז, זיך צובאציען צו זיין ווייב'ס משפחה ווי עס פאסט אין יענע משפחה. פארשטייט זיך אמאל קען זיין אמת'ע פראבלעמען אין א משפחה, דעמאלטס דארף די קאפל צוזאמען אויסארבעטן וויאזוי זיך צו באגיין. ווען עס איז געזונטע משפחה, און די פרוי האט איר שטאנד אין איר אייגענע משפחה, איז די מאן מחוייב צו זיך צושטעלן דערצו. אפילו אויב עס איז שווער דארף ער עס טון ווייל דאס איז זיין ווייב'ס משפחה, און זיין קינדער'ס זיידע/באבע/פעטערס/מומעס. און ווען ער זאל באמת האלטן ביים זיך צושטעלן, וואלט ער געקענט טרעפן די מעלות פון די משפחה, און א וועג וויאזוי ער קען עטוואס אריינפיטן און זיך נאכאלס פילן באקוועם.
איך אנטשולדיג מיר באמת אויב איך בין מצער די שרייבערין אדער איר מאן, איך קען מיר נישט צוריקהאלטן פון שרייבן וואס איך האלט פאר ריכטיג.
דער באשעפער האט דיר ליב, צו עס שטימט יא אדער נישט צו זאגן אזעלכע ווערטער... איך וואונטש ענק די בעסטע לעבן פאסיבעל.

Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 551
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
- האט שוין געלייקט: 725 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל
Re: ווייב פון א חסידישן אינטעלעקטואל (וועקער 19)
לייענדיג יעצט דעם ארטיקל זעה איך נישט קיין זכר פון אביוז אין קיין שום וועג, נאר פארקערט אן אויפריכטיגע פרואוו פון זיין זייט צו מסביר זיין, זיין וועלטל און זיינע שטעלונגען.
וואס יא, קוקט עס אויס ווי שלומי לעבט אביסל אין אינטעלעקטואלע-לאלא לענד, דארט ווי מענטשן בויען זייער פילינגס, שטרעבונגען און סיפוק, בעיסד אויף פאקטן און לאגישע הוכחות.. און דארט אדרעסירט מען דאס ווייבס זארגן מיט ''איך קען דיר קלאר אויפווייזן...'', ווען ער זאל פארשטיין און אנערקענען אז מענטשן ארבעטן נישט אזוי, און בארואיגן דאס ווייב ווען דו ווילסט מער נישט קיין קינדער (וואס איז אוודאי זיין פולקאמע רעכט) איז נישט דורכ'ן איר ''אויפווייזן'' אז ברענגן קינדער איז אומעטיש וכדו', נאר דורכ'ן אדרעסירן 'אירע' זארגן און געפיהלן, און דאס פרובירן צו מאכן לייכטער פאר איר, וואלט האלב פון די שוועריגקייט אוועקגעפאלן.
בכל אופן איז דאס ארטיקל לענ''ד א געמיש פון צוויי באזונדערע שוועריגקייטן,
א. דאס שוועריגקייט פאר א היימישע בית רחל מיידל חתונה צוהאבן מיט איינעם וואס זיינע השקפות אויף אידישקייט און די וועלט איז זייער ווייט פון וואס מ'האט איר געלערנט..
ב. דאס שוועריגקייט פון לעבן מיט א 'חנון' (נערד בלעז) וואס האט זיך זיין אייגענע וועג פון שפילן דעם סאציאלאגישן געים, און פארשטייט אפטמאל נישט דעם אלגעמיינעם מענטש'ס געפיהלן און שוועריגקייטן.

- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 8
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 09, 2023 10:51 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל