בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 12:01 pm
דורך סקעפטיקער
שמן למאור האט געשריבן:
יהורם האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:ק/פ

*TEHILLIM לקיים בנו חכמי ישראל!*
Please say Tehillim for the Kossover Rebbe, who was recently diagnosed with an illness and is in need of Rachmei Shomayim. His name for Tehillim is
שרגא פייבוש בן מלכה





ליידער אנטדעקט די ביטערע מחלה אין שרעקליכער מצב.
Stage 4 pancreatic cancer

דער אייבישטער זאל אים שיקן א רפואה שלימה בקרוב בתושח"י
איך גיי נישט שרייבן פארוואס אבער איך שעץ און רעספעקטיר @שבת אחים פאר די דאזיגע תגובה.
כ'גיי ארויסגעבן דעם סוד...

אדרבה, זאל זיך דער עולם אפלערנען. @שבת אחים לייגט זיינע מיינונגס פארשידנהייטן (מילד גערעדט) אין א זייט, און וואונטשט אים א רפואה שלימה.

גאר שיין!
שבת אחים האלט אז תהלים העלפט?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 1:46 pm
דורך קורקלענד
ביטע נישט פארדרייען די אשכול. האסט א 'פערזענלעכע' פראגע? פרעג אן אין אישי. הצלחה.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 1:50 pm
דורך סקעפטיקער
קורקלענד האט געשריבן:ביטע נישט פארדרייען די אשכול. האסט א 'פערזענלעכע' פראגע? פרעג אן אין אישי. הצלחה.
עס איז נישט געווען א קשיא נאר א תירוץ וד"ל

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 6:02 pm
דורך שבת אחים
סקעפטיקער האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:ביטע נישט פארדרייען די אשכול. האסט א 'פערזענלעכע' פראגע? פרעג אן אין אישי. הצלחה.
עס איז נישט געווען א קשיא נאר א תירוץ וד"ל
הער איך… אז דו האסט די קלארע תירוצים שטייסטו דאך זייער גוט, איך האלט נאך ביי די קשיות…

לייג אלעס אין די זייט, צי תהילים העלפט יא אדער נישט, אמתע ליבעראלע מענטשען האלטן גראדע פון reciting poetry ווען א מענטש איז אין א צרה, אונז מענטשען טוהן שוין דאס פאר דורי דורות!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 8:01 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים: דאס איז פון אן אינטעלעקטואלן, אויפגעקלערטן פערספעקטיוו. ווייל אויב די אויפגעקלערטע אזוי-גערופענע אינטעלעקטואלן טוען דאס אויך. דאמאלס האט עס זייער גושפנקא. און מיר (צוריקגעשטאנענע, אומוויסנדע חסיד'ישע קאטשעלאבניק'עס) האבן זיך נישט וואס צו שעהמען...!