בלאט 2 פון 3

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 9:43 am
דורך משולם שטיינפעלד
די דעסקריפשאן אויפן ווידיאו שרייבן זיי
That he slammed into the vehicle
אין אידיש זאגט דער אינגערמאן פאר פארבייגייער, ער האט געהאקט אויף מיין קאר.

איז ער משוגע צו וואס? כלשון קדשו, איך וויל אים מאכן אביסל העדעיקס....

ער קלאפט אויף דיין קאר, פאק איין און פערטיג, וואס האסטו געהאט פון אים אפשטעלן?

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 10:14 am
דורך דעת תורה
petergrifin האט געשריבן:פארװאס טראכט איך יעצט ״די אלטע סאקמערע אזיאטישער מארמארעשער פערד״?


ווייל דו הערסט צופיל נחום ראזענבערג... (אדער אייזיק געשטעטנער, איך מיין ער נוצט אויך דעם אויסדריק)

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 1:28 pm
דורך קאווע טרינקער
מיין פילטער האט דאס געבלאקט, נישט געקענט זעהן ביז יעצט.
דער אינגערמאן, האט זיכער געהאט א שווערע טאג, און געווארן זייער געטשעפעט פון די בענ"ג. דער גוי, באקלאגט זיך אז ער פילט ער פאלט אלץ א קרבן.. אוי זאגט ער גוט...
וואס איך נעם ארויס פון די קליפ, להלכה למעשה: ווען דו זעהסט אזא אנלויפעניש, שטיי ווייט. כל תנועותיך בקליפ נראים.

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 1:37 pm
דורך יידל
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=FEKhgBye5K0[/youtube]

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 1:52 pm
דורך פרענטש וואנילע
petergrifin האט געשריבן:פארװאס טראכט איך יעצט ״די אלטע סאקמערע אזיאטישער מארמארעשער פערד״?
און האט מען איהם נישט אויס געלערנט אז מען פוינט (טײטעלט?) נישט מיט דער פינגער?


דו זאלסט אויפהייבען א טעלעפאון אנקאלען איבערבעטען דעם יונגערמאן! ער איז דיר מוחל אז דו רופסט אים פערד און אייזעל, אבער דער "בעלזער" יונגערמאן איז דיר נישט מוחל פאר אים אנרופען "סאטמארער"..

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 2:08 pm
דורך איך אויך
איך האב געמיינט איך בין דער איינציגסטער וואס זעהט נישט די גרויסע עולה וואס דער איד באגייט, סך הכול וויל ער עם אפהאלטן ביז שומרים/פאליציי קומען אן.

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 2:12 pm
דורך יידל
חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:אין מיינע אויגן איז דער וואס האט געמאכט די קליפ אן אנגעפרעסענער שונא ישראל, וואס האט זיך ארויסגעלאזט אויף א מיסיע צו "כאפן" וויליאמסבורגער אידן. ער איז געפארן אינמיטן די גאס, ער האט געהאקט אויף יענעמ'ס קאר, און נאכדעם האט ער נאך טענות אז דער יונגערמאן האט אים געוואלט לערנען א לעקציע.

און דער "אנגעפרעסענער שונא ישראל" האט געזען פאר וויכטיג צו בעטן אז מ'זאל נישט לאזן קיין ראסיסטישע קאממענטס אויפן ווידעא און אז דער איד רעפרעזענטירט נישט די אידישע קאמיוניטי - פארוואס?

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 2:14 pm
דורך זר זהב
אמת.. אבער ווייסטאך דארט ליגט די אייער נישט ווארפן... (איך זאג טאקע נישט אז ער איז א שונא ישראל, איי דאונט נאו)

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 4:41 pm
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:אמת.. אבער ווייסטאך דארט ליגט די אייער נישט ווארפן... (איך זאג טאקע נישט אז ער איז א שונא ישראל, איי דאונט נאו)

אבער ס'האט געסאונדט ווי דער שגץ איז דערשראקן.

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 5:24 pm
דורך petergrifin
דעת תורה האט געשריבן:
petergrifin האט געשריבן:פארװאס טראכט איך יעצט ״די אלטע סאקמערע אזיאטישער מארמארעשער פערד״?


ווייל דו הערסט צופיל נחום ראזענבערג... (אדער אייזיק געשטעטנער, איך מיין ער נוצט אויך דעם אויסדריק)


װײל איך האב איהם אמאל אויס געהערט
דער צװײטער נאמען דערקען איך נישט

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 5:27 pm
דורך petergrifin
פרענטש וואנילע האט געשריבן:
petergrifin האט געשריבן:פארװאס טראכט איך יעצט ״די אלטע סאקמערע אזיאטישער מארמארעשער פערד״?
און האט מען איהם נישט אויס געלערנט אז מען פוינט (טײטעלט?) נישט מיט דער פינגער?


דו זאלסט אויפהייבען א טעלעפאון אנקאלען איבערבעטען דעם יונגערמאן! ער איז דיר מוחל אז דו רופסט אים פערד און אייזעל, אבער דער "בעלזער" יונגערמאן איז דיר נישט מוחל פאר אים אנרופען "סאטמארער"..

אכן נודע הדבר פארװאס ער קען ענגליש

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 5:30 pm
דורך גדעון
ווער סהאט א רעדיט אקאונט זאל מוחל זיין און אראפרוקען די פאסט

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 7:31 pm
דורך הוגה
אנטשולדיגטס מיר חברים, אבער איר זענט נישט גערעכט. וואס גייט מיך אן צו דער גוי איז א שונא ישראל אדער נישט? איי רילי דאונט קעיר. דער יונגערמאן האט אבער יא מיר פערזענליך בעוול'ט, און ער האט בעוול'ט כלל ישראל. א איד פירט זיך נישט אזוי אויף. וואס איז געשעהן? דער גוי האט געהאקט אויף דיין קאר? וויש דיך אפ די נאז און פאר ווייטער! שטעל אים נישט אפ אינמיטן וויליאמסבורג און מאך אים פילן אז ער איז כאילו אין מיטן הארלעם.

דאס איז פראקטיש גערעדט. פון א תורה'דיגע בליק קען מען גיין א טריט ווייטער. קוק וואס איז ארויסגעקומען פון דעם, א חילול השם וואס מיר ווייסן נישט יעצט די קאנסיקווענצן דערפון. וואס אויב דער בייק דרייווער וועט אמאל זיין אין א דזשורי פאר א פרומע איד? וואס וועט זיין אויב איינער פון די טויזנטער גוים וואס זעהן די ווידיאו איז אין א דזשורי פאר א איד? נו, חז"ל זאגן דאך מגלגלין חוב ע"י חייב, און עבירה גוררת עבירה.

נשלח: מוצ"ש מאי 11, 2013 10:17 pm
דורך בדחן
זייט ווען רעפנזעטירט איין יונגערמאן גאנץ כלל ישראל? אדער גאנץ וומסב״ג?

הרף. לאזט אפ דעם יונגערמאן, ער איז נישט וומסב״ג, און וומסב״ג איז נישט דער יונגערמאן, יעדער איז פאר זיך אליינס אחראי און ווען איינער טוט עפעס טוט ער עס פאר זיך און נאר פאר זיך, און ער רעפענזיטירט נאר זיך. ער קען טיען מה שיבו חפץ און קיינער זאל נישט אריינרעדן.

נשלח: מוצ"ש מאי 11, 2013 10:23 pm
דורך יואליש
בדחן האט געשריבן:זייט ווען רעפנזעטירט איין יונגערמאן גאנץ כלל ישראל? אדער גאנץ וומסב״ג?

הרף. לאזט אפ דעם יונגערמאן, ער איז נישט וומסב״ג, און וומסב״ג איז נישט דער יונגערמאן, יעדער איז פאר זיך אליינס אחראי און ווען איינער טוט עפעס טוט ער עס פאר זיך און נאר פאר זיך, און ער רעפענזיטירט נאר זיך. ער קען טיען מה שיבו חפץ און קיינער זאל נישט אריינרעדן.

נשלח: מוצ"ש מאי 11, 2013 10:24 pm
דורך אויס מענטש
ווען איינער האט א אזא מעשה אין הארלעם וואלט ער דען נישט געזאגט א שווארצער אין הארלעם ?! די זעלבע זאך זאגט דער גוי, א איד אין וומ"ס. אין דאס מיינט שוין איינמאל אלע אידן אין וומ"ס!

נשלח: מוצ"ש מאי 11, 2013 10:33 pm
דורך הוגה
בדחן האט געשריבן:זייט ווען רעפנזעטירט איין יונגערמאן גאנץ כלל ישראל? אדער גאנץ וומסב״ג?

הרף. לאזט אפ דעם יונגערמאן, ער איז נישט וומסב״ג, און וומסב״ג איז נישט דער יונגערמאן, יעדער איז פאר זיך אליינס אחראי און ווען איינער טוט עפעס טוט ער עס פאר זיך און נאר פאר זיך, און ער רעפענזיטירט נאר זיך. ער קען טיען מה שיבו חפץ און קיינער זאל נישט אריינרעדן.


שטעק נישט די קאפ אין זאמד אריין. פאקט איז, אין די היינטיגע יו-טוב טוויטער עידזש האט א פריוואטע מענטש'ס אקטן קאנסיקווענצן פארן כלל. דיין טענה - ווי גערעכט עס זאל נאר זיין - וועט נישט העלפן אראפ ברענגן די שנאת ישראל, און עס וועט נישט קאנווינסען א בייעסד דזשורי. דאס איז אויסער די פאקט אז דער מענטש איז א בהמה פארן מאכן אזא שפיל איבער אזא נארישקייט. סאו יעצט ווערן מיר אלע אנגעקוקט ווי בעיביס אויך.

נשלח: מוצ"ש מאי 11, 2013 10:48 pm
דורך דבילה
ווען דער ערל האט ווען נישט א קעמערא... און ער שטויסט אן מיט אן אנגעפרעסענעם מעמבער פון דער פרימיטיווע שבט.. גייט ער נישט ארויס א לעבעדיגע. און דאס אלעס פון דער פלאץ וואס טוט פראקלאמירן אז ביי זיי הערשט נישט
violence

נשלח: מוצ"ש מאי 11, 2013 11:07 pm
דורך יידל
גדעון האט געשריבן:ווער סהאט א רעדיט אקאונט זאל מוחל זיין און אראפרוקען די פאסט

כ'מיין מ'זאל אויפסעטן א באנטש רעדיט אקואנטס און דער עולם וועט געבעטן ווערן צו נעמען יעדער איינער לכה"פ 5 אקאונטס אראפצוריקן די פאוסט. וואו זענען די מארטין גראסמאן עסקנים?

נשלח: מוצ"ש מאי 11, 2013 11:35 pm
דורך בדחן
הוגה האט געשריבן:שטעק נישט די קאפ אין זאמד אריין. פאקט איז, אין די היינטיגע יו-טוב טוויטער עידזש האט א פריוואטע מענטש'ס אקטן קאנסיקווענצן פארן כלל. דיין טענה - ווי גערעכט עס זאל נאר זיין - וועט נישט העלפן אראפ ברענגן די שנאת ישראל, און עס וועט נישט קאנווינסען א בייעסד דזשורי.


לאמיר דיר אויפקלערן א נקודה, זייט די יו-טוב עידש ווי זייער אסאך רחמנות חברה זענענן געווארען עקספערטען איבער רעליגע, און אינטערן מאנטעל פון או.טו.די געבן זיי יעדן צווייטען טאג סטעטמעינטס און אינטערוויס איבער אונזער לעבענס שטייגער, האט שוין כמעט יעדער רעכטדענקיגער מענטש אויפגעגעבן אויף אראפ צו ברענגן שנאת ישראל און צו איבערצייגען דעם גוי אז ער זאל אונז פארשטיין,

פארפאלן מען איז און גלות און אויב דאס איז באשערט so be it, לאמיר האפן אויפן בעסטן אבער אינדערמין טיים קען מען נאר טיען וואס מען קען, און מען קען נישט צוריק קיקען און זיין ביזי אויף די זאכען.

נשלח: מוצ"ש מאי 11, 2013 11:37 pm
דורך Starbucks
דער אינגערמאן האט אין אפאר מינוט אפגעווישט דאס גאנצע סימפאטיע וואס חרדישע יידן האבן גענאסן צוליב די שרעקליכע עקסידענט אויף קענט עוו. ווען די דריי נפשות זענען אזוי פריצייטיג אומגעקומען.

נשלח: מוצ"ש מאי 11, 2013 11:55 pm
דורך בדחן
הער אויף העצן קעגן א אינדעווידשעל אינגערמאן, עס איז נישט געווען קיין סימפאטיע בעפאר, און די שאדען איז נישט ווייס איך וואס,
מיר דא האבן א טבע אז מיר קוקען אלעס מיט א פארגעסערונג גלוז און יעדע זאך מעסט מען אפ מיט וומסב״ג ברילען, דער גוי וואס זעט עס ווייסט סיי ווי נישט די פינקטליכע וומסב״ג גרעניץ איז און ווי די גלילות ענדיגט זיך, און פון ווי מעג מען שוין יא מאכען א עירוב און פארקויפן דירות פאר ארטיסטען.

ראוד-רענטש מאכט זיך איבעראל, און ביי יעדעם איינעם.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 12:47 am
דורך יואליש
גבאי האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:(למען הפונקטליכקייט, איך האב נישט געעפענט דעם אשכול. די מנהלים האבן אריבערגעפירט מיין תגובה פון ווי כ'האב עס געפאוסט, און א נאמען געגעבן די אשכול.)

איך האב געפירט די תגובות אהער, און דער אשכול איז לכתחיל
ה געעפנט געווארן דורך איחוד פעלד, און דער נאמען האט ער געגעבן. וויבאלד דו זיצסט יעצט דער ערשטער אין דעם אשכול האסטו יעצט די מעגליכקייט צו טוישן דעם נאמען אויב עס געפעלט דיר נישט.


- עמא פזיזא
- עם סגולה.
- ממלכת כהנים
וומ"ס אויף (פיר) רעדער