Re: נאבעל פרייז געווינער - חסידים
נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2020 10:09 pm
יואליש האט געשריבן:בלויז דריי ווערט רעקארדירט דארט אויפן לינקע זייט. אבער צדקה ממני, און די נאבעל פרייז אין מאטעמאטיק איז נאך אפען....
ס׳איז גראדע נישט דא א מאטעמאטיקס קאטעגאריע ביי די נאבעל פרייז. די וועלט זאגט אז דאס איז וויבאלד דער מייסד, דער כעמיסט אלפרעד נאבעל (וואס איז אויפגעקומען מיט TNT און דאדורך צוזאמען מיט׳ן פראדוצירן און פארקויפן אמוניציע איז ער רייך געווארן), איז געווען ברוגז אויף א מאטעמאטיקער (גוסטא מיטאג-לעפלער) פאר׳ן מזנה זיין מיט זיין פרוי. די מעשה איז אבער נישט אמת. די ריכטיגע סיבה איז ווייל ער האט נאר געוואלט מייסד זיין די פרייז פאר ״פראקטישע״ אויפטוהונגען אין די סייענסעס און ער האט געהאלטן אז מאטעמאטיקס איז צו טעארעטיש און גייט נישט אריין אין די כלל.
לעומת זה איז דא ביי מאטעמאטיקס די פיעלד מעדאל.
***
דאס איז די לינק צום אשכול וואס מ׳האט דערמאנט. (ועיין ג״כ כאן.)