בלאט 2 פון 2
נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 2:11 pm
דורך שמן זית
איך פערזענליך האלט נישט אז ווייל איך האב נאכנישט געהעריג באשלאסן וואס צו טון מיט מיין צייט/געלט, דארף עס צו זיין א אפהאלט פון געווינען...
קודם אהער מיט די געלט, נאכדעם עמער זעהן....
נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 3:42 pm
דורך געוואלדיג
ראפשיצער רב האט נישט סובל געווען קיין נערנים, האט ער אמאל צוגערופן א אינגל און עם געפרעגט וואס וואלטסו געטוהן ווען די טרעפסט א בערזל אין גאס מיט 1000$ אין דעם, זאגט ער וואס א שאלה אוודאי צוריק געבן. זארגט איהם ראפשיצער רב דו ביסט א שקרן.
רופט ער א צווייט אינגל און פרעגט די זעלבע שאלה ענטפערט ער איך נעם די געלט פאר מיר זאגט ער איהם דו ביסט א רשע.
פרעגט ער א דריט אינגל וואס וואלטסטו געטוהן ענטפערט ער וואס ווייס איך וואס מיין יצה"ר וועט דעמאלטס זיין.... וד"ל
נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 3:48 pm
דורך שמן זית
האב איך אמאל געהערט, מ'פרעגט איינעם, אז דו טרעפסט א מיליאן דאלער אויפ'ן גאס, וואס וואלסטו געטון דערמיט?
ענטפער: אויב ווייס איך אז עס געהערט פאר א ארימאן, וואלט איך נישט געהאט קיין שום נסיון עס צוריקצוגעבן.....
Re: ווען איך וואלט געווען א רייכער מאן
נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2017 3:35 pm
דורך טמיר
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:ס'דא אפאר אידן אין בארא פארק ווערד 500מ. כהאב נישט געזעהן זיי האבן זיך גענומען דאס לעבן.
דאס איז ווייל זיי זענען שוין פארכאפט אין די כישוף ראד פון די תאווה פון מאכן נאך א דאלאר. אבער איינער וואס זעהט זיך איבערנאכט מיט 500 מעלאנעס, מיין איך איז ונבנתה'ס לעצטע אפציע די וועי טו גא
Re: ווען איך וואלט געווען א רייכער מאן
נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2017 3:45 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער עומק פון די שאלה איז, וויפיהל פון דיין חלומות דארפען געלט? און וויפיהל פון זיי איז געלט נאר א חלק פון דער לעזונג?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: ווען איך וואלט געווען א רייכער מאן
נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2017 3:52 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווען איך האב מעלאנעס, האב איך פלענער.
א. דינגען א שטאב נאכצופארשען השגחות אין אמעריקא. וועלכע באקאנטע ידיעות זענען אמת און וועלכע שקר? ט׳האט דען דער או. יו. השגחה תמידית אויף יעדער רעסטוראנט? איז דער וואלאווע אזוי זעלבסשטענדיג ווי ער טענה׳ט? וויאזוי פסקנ׳ן זיי הלכות? ווי אפט באקוקט מען פאבריקען? וויפיהל געלט נעמען זיי? ווי פרום זענען טאקע די שוחטים? וואס גענוי מיינט גלאט? וכו׳ וכו׳.
ב. נאכפארשען צדקות. איז שומרי החומות טאקע א סקעם? חסד לאברהם? איז יעדער אלמנה אין א"י געשטיצט צען מאל דורך פארשידענע ארגאניזאציעס? וויפיהל נעמען פראפעסיאנעלע פאנדרעיזער׳ס? וויפיהל בזיונות ליידט איינער וואס בעט געלט? ווער היט אויף די היטערס?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2017 7:00 pm
דורך ציבעלע-קיגל
מען דארף נישט קיין געלט פאר דעם, מען דארף נאר עפענען די אויגן און גלייבן וואס מען זעהט. שפאר איין דיינע מעלאנעס אויף בעסערע זאכען, דו ווייסט שוין דער ענטפער.
נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2017 7:43 pm
דורך ישראל גלויבער
דער מענטש לעבט אויף סיפוק, און געלט איז נאר איין זאך וואס מאכט סיפוק
נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2017 11:06 pm
דורך אישתישבי
ווען איך האב הונדרעט מעלאנעס, האלט איך עס פאר מיר....
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 8:05 am
דורך שמעקעדיג
און ווען דו האסט 200
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:24 pm
דורך אייז קריעם
1. איך וואלט גלייך געחאלישט צו האבן דאפלט וויפיל איך האב יעצט.
2. אויב בין איך א פערד פון וויליאמסבורג, וואלט איך שנעל גערופן די ריעל דיעל און זיך געלאזט באשרייבן.
3. וואלט גלייך געמאכט קאנעקשנס מיט גבאים פון יעדע פארשטינקענע רעבעלע אזוי ווען איך מאך חתונה וועלן זיי אנפילן דעם אויבן אן און אלע ראציגע יונגעלייט וועלן קוקן מיט גלאציגע אויגן.
דעס איז נאר די ערשטע 100 טעג. נאך קומט שפעטער.
נשלח: זונטאג פעברואר 26, 2017 2:06 am
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווען איך האב מעלאנעס, האב איך פלענער.
א. דינגען א שטאב נאכצופארשען השגחות אין אמעריקא. וועלכע באקאנטע ידיעות זענען אמת און וועלכע שקר? ט׳האט דען דער או. יו. השגחה תמידית אויף יעדער רעסטוראנט? איז דער וואלאווע אזוי זעלבסשטענדיג ווי ער טענה׳ט? וויאזוי פסקנ׳ן זיי הלכות? ווי אפט באקוקט מען פאבריקען? וויפיהל געלט נעמען זיי? ווי פרום זענען טאקע די שוחטים? וואס גענוי מיינט גלאט? וכו׳ וכו׳.
ב. נאכפארשען צדקות. איז שומרי החומות טאקע א סקעם? חסד לאברהם? איז יעדער אלמנה אין א"י געשטיצט צען מאל דורך פארשידענע ארגאניזאציעס? וויפיהל נעמען פראפעסיאנעלע פאנדרעיזער׳ס? וויפיהל בזיונות ליידט איינער וואס בעט געלט? ווער היט אויף די היטערס?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסט: אויף צו פארווירקליכן דיינע חלומות און פראיעקטן איז א ביליאן דאללאר אויך נישט גענוג. און מ'מוז דאך לעבן פון עפעס אויך אינצווישן. מ'דארף צאלן רענט/מארגידזש. קאר פעימענטס. (חוץ אויב דו דרייווסט א ישיבה'שע קאר.). מאכן בר מצוות, חתונות ברית'ן קידושים, שבע ברכות...וכו'. און א ביסל פארן אויף וואקאציע קיין פלארידא אדער קאליפארניע... וועלכער בר דעת איז דען נישט געווען 2-3 מאל אין ארץ ישראל מיט די גאנצע משפחה...?! און געבן שיינע נתינות פאר מוסדות ה'טעירעה כדי צו זיין אן אורח הכבוד. און זיי זאללן אויסהערן דיינע בויך דריקענישן. (אזוי ווי מיינע.)...!