משה רוקח האט געשריבן:איז נישט ישיבת תלפיות געמאכט פאר דעם? דארט לערנט מען מיט די בחורים זאכן וואס וועט זיי צוניצקומען שפעטער אין לעבן.
ניין, אין תלפיות לערנט מען די בחורים א פאך. דא רעדט מען פון לימודי חול, ווי ענגליש, מאטעמאטיקס וכו'.

דער לינק ארבעט נישט מער?יאנקל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 07, 2012 10:14 pm א לאנגער דורכנעמענדיגער מאמר איבער לימודי חול און די פארשפארונג פון דער וואלאזשענער ישיבה.
http://download.yutorah.org/2011/TU2_Schachter1.pdf



ייש"כ פאר אויסקלארן. מפי השמועה זענען אויך געווען אנדערע פראבלעמען אין די וואלאזשינער ישיבה אז דער נצי"ב האט באשלאסן עס צו פארמאכן (צייטווייליג?).לאכעדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 14, 2024 12:54 pm אין די וואלאזשנער ישיבה אין די צייטן פון די נציב זענען די בחורים א דאנק די השכלה וואס האט געבושעוועט אין יענע צייטן געווען גאר שוואך ביז חילול שבת ממש האט מען עס פארמאכט און פאר די גאס האט מען פארקויפט עפעס א באבע מעשה אז די רעגירונג וויל מען זאל לערנען לימודי חול און וועגן דעם פארמאכט מען עס...
ליטווישע מעשיות קויפט מען יא?!

אין ככר השבת ברענגען זיי א דריטע סיבה, אז ער האט געוואלט זיין זוהן זאל ווערן ראש ישיבה און דער עולם האט נישט געהאלטן דערביי, האט ער אויפגעגעבן זיין פירערשאפט און די משכילים האבן געמסר'ט די ישיבה (פארוואס פונקט נאך ער האט עס אפגעלאזט? איך ווייס נישט) און דעמאלט האט די רעגירונג פראבירט צו ארויף צווינגען לימודי חול.לאכעדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 14, 2024 12:54 pm אין די וואלאזשנער ישיבה אין די צייטן פון די נציב זענען די בחורים א דאנק די השכלה וואס האט געבושעוועט אין יענע צייטן געווען גאר שוואך ביז חילול שבת ממש האט מען עס פארמאכט און פאר די גאס האט מען פארקויפט עפעס א באבע מעשה אז די רעגירונג וויל מען זאל לערנען לימודי חול און וועגן דעם פארמאכט מען עס...
ליטווישע מעשיות קויפט מען יא?!