נשלח: דינסטאג אפריל 06, 2021 12:39 pm
דא האב איך געשריבן:
כ׳האב געקלערט אז מ׳קען צו דעם צושטעלן די געדאנק פון גראנדיִ׳ס סיריִס. דאס איז א סיריִס וואו איך רעכען צאם 1+1-1+1-1+1... אא״וו וואו מ׳נעמט אראפ איינס און דערנאך לייגט מען גראד צו איינס, אראפ, ארויף, בב״ת. (דאס איז אביסל ענליך צום געדאנק פון טאמסאן׳ס לאמפ וואס [tag]יידל[/tag] האט דערמאנט דא.) עס איז בעצם א דייווערדזשענט סיריִס (נישט צו אינפיניטי) וויבאלד עס האט נישט קיין דעפיינד סומע צו וועלכעס עס קאנווערדזשענד, אבער (במושכל ראשון), ווענדענדיג זיך אין וועלכע מאטעמאטישע סטראטעגיע מ׳נוצט דערצו, קען מען בעצם אויף דעם באקומען א קאנווערדזשענס פון 1 אדער א קאנווערדזשענס פון 0. אבער נוצענדיג א מעטאדע וואס רופט זיך א סעזאראָ סאָמעישׁאָן באקומט מען א (כעין) קאנווערדזשענס/סומע פון 1/2 (אזא סארט השוואה צווישן 1 און 0). והרבה קולמוסין וכו׳.
ולענינינו, מ׳קען (אולי) באטראכטן די געדאנק פון הוכחות אויף מציאות ה׳ (והמסתעף) אלס אזא סארט סיריִס: אויף יעדע הוכחה איז דא א פירכא, וואס אויף דעם איז דא א תשובה, וואס אויף דעם איז שוין ווייטער דא א פירכא, וואס אויף דעם איז שוין ווייטער דא א תשובה, וכן הלאה עד אינפיניטום. אויב באטראכט מען יעדע הוכחה, פירכא ותשובה ווי האבענדיג די זעלבע אבסאלוט וועליוּ, והיינו 1, איז דאך דאס דומה צו גראנדיִ׳ס סיריִס, וואס איר סעזאראָ סומע איז 1/2 והיינו 50/50.
דאס גיבט אפשר א טיפערע קנייטש צו דאס וואס אונז הא׳מיר אראפגעברענגט דא פון ניקולאס מאלעבראנך.
נאך מער קען מען אפשר צולייגן צו די געדאנק מיט דעם וואס די מאטעמאטיקערטע דר. ענע סיערפּינסקא האט געזעהן ביי אירע סטודענטן ביי די גראנדיִ׳ס סיריִס. זי האט געקלערט אז זיי וועלן זיין איבעראשט אז מ׳קען אויף דעם זאגן א סומע פון 1/2 אבער למעשה האבן זיי דאס אנגענומען אָן קיינע איבעריגע שוועריקייטן. ואולי איז אין אונזער קאנטעקסט דאס אפשר אביסל דומה צו דעם וואס מ׳האט אויסגעשמועסט אז אמונה איז אריינגעבויט אינעם מענטש (וממילא אנשטאט אן אָנדעפיינד האט ער כאטש 50/50, וואס פון דארט קען אמונה שוין מכריע זיין צו א צד).
מי אני האט געשריבן:דר. פרעד סאממערס פארציילט אז אלס תלמיד פון הגאון הרב דר. סאלאווייטשיק האט ער אים געזאגט, ״איך האב ספיקות איבער דאס מציאות פון ג-ט״. האט ער ארומגעלייגט זיין האנט ארום אים און געזאגט, ״פרעד, אינטעלעקטועלי איז עס 50/50. מ׳דארף גלייבן״.