בלאט 156 פון 179

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 4:05 pm
דורך פאלאצ'ינטא
קהל'ס נער האט געשריבן:איינער ווייסט פון וואס איך רעד?
איך ווייס, איך האב אבער נישט געוויסט אז דו ביזט גענוג אלט צו געדענקען

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 4:23 pm
דורך פאלאצ'ינטא
א אינגערמאן אויפ'ן וועג אהיים פון כולל פאנגט אן זאגען למנצח מיט'ן נוסח פון פאר די תקיעות. און זאגט אזוי למנצח 7 מאהל און פאר'ן אריין גיין זאגט ער מן המצר. און דאס גייט אן פאר א שטיק צייט.

פרעגט איהם א חבר, לאז שוין זיין אז דו ביזט א בעל תוקע אבער פארוואס יעצט? אינמיטן ווינטנר?

זאגט ער איך בין נישט קיין בעל תוקע נאר לעצטענס איעדען טאג ווען איך קום אהיים בלאזט מיין ווייב, דארף איך זיך דאך אנגרייטן

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 4:56 pm
דורך צוזאמגעדרייט
דאס באלאנגט אין מאחורי...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 5:47 pm
דורך הייליגע קאקאש קעיק
פאלאצינטא: פון ווי איז אזא ענדלאזע אוצר פון ווערטלעך? יעדע בדחן וערט אמאל אלט! דו ווילאנג דו שרייבסט נאר וערסטו בעסער און בעסער א גרויסן שכח און ביטע האלט עס אן ווילאנג דו קענסט נאר. דאס גיט מיר חיות יעדע טאג. א כתיבה וחתימה טובה און א פרייליכע יאר

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 5:49 pm
דורך יין שרף
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:דאס באלאנגט אין מאחורי...
אנשים בלאזן מער מאחורי vs נשים וואס כל עצמותן תאמרנה בלאזן

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 7:14 pm
דורך פאלאצ'ינטא
הייליגע קאקאש קעיק האט געשריבן:פאלאצינטא: פון ווי איז אזא ענדלאזע אוצר פון ווערטלעך? יעדע בדחן וערט אמאל אלט! דו ווילאנג דו שרייבסט נאר וערסטו בעסער און בעסער א גרויסן שכח און ביטע האלט עס אן ווילאנג דו קענסט נאר. דאס גיט מיר חיות יעדע טאג. א כתיבה וחתימה טובה און א פרייליכע יאר
Trade Secrets

א גוט געבענטשט יאהר פאר אלעמען

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2023 11:43 am
דורך פאלאצ'ינטא
ראש השנה איז די צייט וואס מען מאכט סימנים פאר א גוט יאהר דערמאנט עס פון דער ספרדי וועליכע איז געזעצען ביים סדר און נאך די מכות זאגט ער ר' יהודה הי נותן בהם סימנים דצ"ך עד"ש באח"ב

פרעגט איהם זיין ווייב, פארוואס דארף מען געבען סימנים?

זאגט ער ווייל מכות אן סימנים איז קיין מכות נישט

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 4:55 pm
דורך פאלאצ'ינטא
דריי חסידים זענען צוזאמען געזעצען און געשמועסט. איעדער פון זיי איבער די גדלות פון זיין רבי.

רופט זיך אן דער ערשטער, מיין רבי? איז די גרעסטע. איין שבת נאכען טיש ווען ער איז ארויס געקומען האט זייער שטארק גערעגענט און ער האט אנגעהאט זיין נייעם שטריימל, האט ער געזאגט...

רעגען אהער... רעגען אהין... און עס האט אויפגעהערט רעגענען.

רופט זיך אן דער צווייטער דאס איז גארנישט, מיין רבי איז אמאהל געוועהן אויפ'ן וועג צו בית מדרש ווען א גרופע שקצים האט איהם באפאלען האט ער געזאגט...

שקצים אהער... שקצים אהין... און זיין זענען אנטלאפען.

רופט זיך אן דער דריטער, מיין רבי פאקט זיי ביידע אן

מיין רבי דערציילט ער, איז איין שבת צופרי געגאנגען אויפ'ן וועג אהיים פון שוהל ווען ער האט באמערקט ליגען אויף דער ערד א טאשקע מיט 10 אלפים, האט ער געזאגט...

שבת אהער... שבת אהין...

און האט גענומען די געלט און געגאנגען וייטער

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 8:52 pm
דורך פאלאצ'ינטא
א גור'ר אינגערמאן איז אריין קויפן א הוט און שטייט דארט און וועלט זיך און וועלט זיך און פארדרייט דעם קאפ פאר דער איינגעטימער. נאך א שעה רופט זיך אן דער איינגעטימער צו איהם,

זאג נאר אינגערמאן, ווען דו האסט זיך געטראפען מיט דיין ווייב די ערשטע מאהל ווילאנג האט דאס גענומען? אויך אזוי לאנג?

ח"ו ענטפערט דער גור'ר ממש נאר פאר א מינוט

נו פארוואס קוקסטו פאר א הוט אזוי לאנג? פרעגט איהם דער איינגעטימער

גאנץ פשוט זאגט ער מיט'ן הוט גיי איך ארויס גיין אין גאס

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 9:42 pm
דורך berlbalaguleh
דאס דערמאנט א מעשה: א גערער יונגערמאן איז געגאנגען שפאצירן מיט זיין ווייב (רח"ל) אויף די גאס, ער האט אבער מורא געהאט פון זיין משגיח/מורה דרך. און אט וואקסט ער ארויס... ער פרעגט דעם יונגערמאן, היתכן דו גייסט שפאצירן מיט דיין דאס'ל אויפ'ן גאס? זאגט דער יונגערמאן, ס'נישט מיין ווייב, ס'איז מיין חבר'ס...!

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 11:19 pm
דורך פאלאצ'ינטא
דאס האב איך געהערט אויפ'ן בית ישראל ז"ל (ער האט עס איינגעפירט אז מען זאהל נישט גיין אויפ'ן גאס צוזאמען מיט'ן ל"ע)
אז מען איז איהם געקומען זאגען אז דער און דער איז געגאנגען מיט זיין דאס אויפ'ן גאס

האט דער בית ישראל געזאגט, עס איז נישט זיין'ס.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 11:58 pm
דורך berlbalaguleh
ס'איז מיר א ספק אויב ער האט געהאט א סענס אוו היומאר. אדער אפשר האט ער עס געזאגט ברוח הקודש...!

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 7:02 pm
דורך מרדכי מרדכי
berlbalaguleh האט געשריבן:מ'דארף איינגעבן א פעטיציע צו די הנהלה פון קאווע שטיבל אז זיי זאלן גרינדן א "הומאריסטישער שריפטשטעלער" טיטל. דער ערשטער קאנדידאט דארף צו זיין דער אלעמען באקאנטער (טשיעז) פאלאצ'ינטא.
ס'וועט זיין א טיטל אן א מיטל
ממש ווי א פורים רב

גראדע פאלאצ'ינטא אסאך פון דיינע ווערטלעך קען איך אויף עברית און עס הערט זיך בעסער אזוי, נאר א שאד דער עולם איז נישט בקי אין די ציונישע שפראך און אויסדרוקן

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 7:03 pm
דורך מרדכי מרדכי
berlbalaguleh האט געשריבן:איך האב אמאל באגעגנט מיין רבי הרה"ק מ'יארמא שליט"א ווארטנדיג אין ליין (נישט ח"ו אין א תערובות'דיגע גראסערי, נאר אין א תערובות'דיגע טשעק קעשינג). זאגט ער מיר כהאי לישנא... דו ווייסט אז אונז זעמיר קרובים! זאג נאר דו שטאמסט פון פרי מגדים?. זאג איך ניין... איך אויך נישט, ענטפערט די רבי...!
איך האב עם עפעס אמאל געטון און ער האט זיך געווערטלט אז ער גייט מיך נישט צאלן עס האט זיך געלוינט נאכדעם פארן טיפ

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 8:48 pm
דורך berlbalaguleh
מרדכי מרדכי האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:מ'דארף איינגעבן א פעטיציע צו די הנהלה פון קאווע שטיבל אז זיי זאלן גרינדן א "הומאריסטישער שריפטשטעלער" טיטל. דער ערשטער קאנדידאט דארף צו זיין דער אלעמען באקאנטער (טשיעז) פאלאצ'ינטא.
ס'וועט זיין א טיטל אן א מיטל
ממש ווי א פורים רב

גראדע פאלאצ'ינטא אסאך פון דיינע ווערטלעך קען איך אויף עברית און עס הערט זיך בעסער אזוי, נאר א שאד דער עולם איז נישט בקי אין די ציונישע שפראך און אויסדרוקן
מרדכי מרדכי: דו ביסט גערעכט. למשל דאס ווערטל מיט דעם תימנ'ער/פרענק וואס איז געזיצן ביים סדר און זיין ווייב האט איהם געפרעגט די באקאנטע פראגע...הרי יש מכות. למה צריך עוד סימנים?. (ר' יהודה הי' נותן בהם סימנים). און די תשובה וואס ער ענטפערט איהר..."מכות בלי סימנים זה לא מכות"...קלינגט אויך בעסער אויף עברית (רחמנא ליצלן מהאי דעתא). און ספעציעל אפרופו פאר די פרענקן. ווייל זיי פלעגן אנרייסן די ווייבער.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 9:01 pm
דורך טראלל
אשכנזים פלעגן אויך, אסאך אשכנזישע פוסקים רעדן זיך אפ דערוועגן, משמע אז ס'פלעגט זיין א נארמאלע ערשיינונג. קוק דא https://www.batmelech.org/wp-content/up ... Hebrew.pdf

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 9:24 pm
דורך berlbalaguleh
טראלל: איך האב געקענט א איד וואס זיין ווייב , וועלכע איז געווען א "גבר" פלעגט איהם אנרייסן די ביינער. ער איז א סאך מאל געקומען אין ביהמ"ד צוביילט און צובלוטיגט.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 12:42 pm
דורך [NAMELESS]
קללה ליטאית עסיסית: "שתיכנס למוכר אתרוגים ותמצא לעצמך אתרוג מהודר מיד"

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 5:02 pm
דורך דיכטער
האב איך געהערט נאך א חילוק צווישן די חסידישע און די ליטווישע. א חסידישע פארפאלק האט צוויי בעטן מיט איין קאר, א ליטווישע פון דער אנדערע זייט, האט איין בעט און צוויי קארס...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 7:21 pm
דורך ערנסטגערעדט
פאלאצ'ינטא האט געשריבן:איינער גייט צו תשליך ביים ים. אינמיטן הערט ער א בת קול...

חיים... חיים...

יא ענטפערט ער,

ענטפערט די בת קול... ווייל איך האב געזעהן דיין צדקות מעגסטו יעצט בעטן איין זאך און דו באקומסט דאס.

פיין זאגט ער, ווייל איך וויל זייער פארען אויף ארץ ישראל און איך האב נישט קיין געלט צו קויפען א טיקעט, וויל איך מען זאל מיר יעצט בויען א בריק פון ניו יורק ביז ארץ ישראל

אאאהה, ענטפערט די בת קול, דאס איז שוין א שווערע זאך. דו דארפסט אליין פארשטיין וואס דאס מיינט. בויען איבער די ים ווען די וואסער ווערט דארט זייער ווילד... ביטע, בעט עפעס אנדערש.

אקיי זאגט ער, דעמאלס וויל איך פארשטיין מיין ווייב, וואס זי טראכט ווען זי ווערט באליידיגט, ווי אזוי מען קען איהר פרייליך מאכן, ווי אזוי מען קען איהר מאכן פילן גוט...

איין מינוט, האקט איהם איבער די בת קול... דו ווילסט צוויי לעינס אויף די בריק אדער פיהר?
דאס דערמאנט פון די ווידיאו ווי א האוסט פרעגט עפעס אן עלטערע מענטש, would you rather
A - spend time with your wife Or B
און יענער שרייט תיכף B

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 9:19 am
דורך קהל'ס נער
פארוואס טיילט די גבאי לקך ערב יום כיפור?
ווייל אויב ס׳באשערט אז ער זאל עפעס דארפן צושטעלן פארן עולם דורכן יאר, זאל ער אפקומען מיט דעים……

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 10:15 am
דורך שמן למאור
דערמאנט פונעם ווערטל אז דער קמצן האט געטיילט צדקה ערב יום קדוש ווייל אויב ס'איז באשערט צו טיילן זאל ער אפקומען מיט דעם.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 10:16 am
דורך שמן למאור
Screenshot_20230924_101615.jpg